בלאט 18 פון 23

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 7:34 pm
דורך פ' לך לך
ניין

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 09, 2013 6:01 pm
דורך knowledge
קנאפער ידען האט געשריבן:יעצט באקומען אין אימעיל וואו איך באקום געווענדליך דער הערליכער אינהאלטסרייכער גליון "שערי מדע":
ב"ה

ערש"ק פרשת ויגש תשע"ד

תהלה לא-ל יתברך, עס איז שוין קרוב צו דריי יאר וואס מיר געבן ארויס די גליון "שערי מדע" (באידיש). ווי מיר האבן שוין ערווענט איז די ארבעט פון ארויסגעבן אזא גליון גאר שווער, עס פארלאנגט זיך אסאך שעות איעדע וואך זיך מצמצם צו זיין און עס אראפלייגן פאר די ליינער כשלחן הערוך.

מיר האבן פראבירט עס אנצוהאלטן און נישט נאכלאזן דאס ארויסגעבן וועכענטליך, מיר האבן קיינמאל קיין געלט נישט געבעטן, קיינמאל קיין נדבות נישט גענומען, נאר גאר פארקערט עס האט מיר פערזענליך געקאסט געלט און טייערע צייט.

כהיום זייענדיג פאריאגט על המחיה וכדו', פארמאג איך שוין נישט די איבריגע שעות, דאס איז נישט געשעהן יעצט, נאר די לעצטע יאר צוויי איז עס געשריבן געווארן אין די שפעטע נאכט שעות.

דעריבער זענען מיר געקומען צו די החלטה, כדאי עס זאל ווייטער קענען ארויסקומען, ווי אויך שענער און בעסער ווי יעצט, וועלן מיר דארפן צוקומען צו ספאנסער"ס צו קענען שניידן פון די שעות און זיך איבערגעבן פאר "שערי מדע", דאס ארויסקום פון "שערי מדע" איז מהיום תלוי בעזרת השם אין די ליינער, אויב האט איר הנאה געהאט דערפון, און איר ווילט ווייטער הנאה האבן דאן טוט אייער חלק עס זאל ווייטער קענען ארויסקומען.

הצלחה ברכה וכל טוב

משה נחום קרויס


די גליון איז א יחיד במינו, פאר נאנט צו דריי יאר האט ער עס אנגעהאלטן אן קיין שום באצאל, יעצט איז די צייט עס צו שטיצן עס זאל קענען ווייטער אנגיין, ר' מ.נ. האט מיר פערזענליך געזאגט אז עס איז א שאדט עס זאל נישט ווייטער אנגיין, ווייל ער האט אין זיין באזיץ געוואלדיגע סחורה וואס וועט אייך אומווילענדיג מאכן אויסשרייען כבודו מלא עולם, און מה רבו מעשיך ה', אידן לאזט אים נישט פאלן, בור ששתה ממנו מים וכו'

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 09, 2013 9:27 pm
דורך פ' לך לך
ווייסט איינער ווער איז דער בעל דברים טובים פון ארץ ישראל, און וואס איז די נפק"מ צווישן די גליונות 'א אור פון תורה', 'חזקו ונתחזקה', און 'דברים טובים'

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 09, 2013 9:39 pm
דורך קנאפער ידען
פ' לך לך האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז דער בעל דברים טובים פון ארץ ישראל, און וואס איז די נפק"מ צווישן די גליונות 'א אור פון תורה', 'חזקו ונתחזקה', און 'דברים טובים'

חזקו ונזחזקה איז פון די דרשות פון הרב אלימלך בידערמאן שליט"א, און די אנדערע זענען הרב בצ"ס [כ'ווייס נישט צו ס'איז פאבליק, כ'מיין גראדע אז יא כ'בין נאר נישט זיכער] און כ'מיין אז ער וואוינט נישט אין ארץ ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:40 am
דורך פריילאך
בצ"ס דאכט זיך ר' אלימלך'ס חברותא, וואוינט אין מאנסי געגענט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 1:34 pm
דורך שלעפער נומבער 1
פועל האט געשריבן:דאס איז זייער אימעיל אדרעסס
ayh3626788@gmail.com


די אימעיל איז פון גליון בחצר הקודש, פאר לקראת שבת פארבינדט אייך מיט מיר אין אישי

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 1:42 pm
דורך תרנגול
קנאפער ידען האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז דער בעל דברים טובים פון ארץ ישראל, און וואס איז די נפק"מ צווישן די גליונות 'א אור פון תורה', 'חזקו ונתחזקה', און 'דברים טובים'

חזקו ונזחזקה איז פון די דרשות פון הרב אלימלך בידערמאן שליט"א, און די אנדערע זענען הרב בצ"ס [כ'ווייס נישט צו ס'איז פאבליק, כ'מיין גראדע אז יא כ'בין נאר נישט זיכער] און כ'מיין אז ער וואוינט נישט אין ארץ ישראל.

אור פון תורה איז ר' בנציון סנה'ס אייגענע כתבים, האט גארנישט מיט ר מיילעך. חזקו ונתחזקה איז די פארגעקוקטע שיעורים וואס ר' בנציון לערנט אינאיינעם מיט ר' מיילעך אויפן טעלעפאן, און שפעטער זאגט עס ר' מיילעך איבער (מער ווייניגער) ביי די שיעורים.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 2:06 pm
דורך פ' לך לך
און וואס איז 'דברים טובים'.
דער רב סנה זאגט אויך דרשות?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 2:09 pm
דורך תרנגול
איך ווייס נישט וואס דברים טובים איז.
רב סנה איז א מלמד א גאנצע וואך, ער איז נישט קיין אפיציעלע רעדנער, אבער זאגט שמועסן דא דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:10 pm
דורך קנאפער ידען
אור פון תורה איז פון הרב סנה וואס ער זאגט ביי זיינע שיעורים, און חזקו און פון וואס ער גרייט זיך מיט הרב בידערמאן, און דברים טובים ספעציעלע קונטרסים ליקוטים וואס הרב סנה האט צוזאמגעקליבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 3:52 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
בעיתון הנקרא דער בלאט מופיע השבוע בגליון אוצר איזה מאמר נאה פרי עטו של הכותב שמעון פרייליך, המבוסס על הגליון תפארת ישראל, ושם הוא כותב כי הגליון הנפלא הזה, שי"ל באנטווערפען ע"י הרב רבינוביץ שליט"א, גליון מיוחד במינו, כבר שבק חיים מזה כחצי שנה, לדאבון לב כל קוראיו, מסיבות טירדותיו של המו"ל הנפלא, שהשקיע עצמו בהרבצת תורה.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 10, 2013 9:48 pm
דורך פ' לך לך
אה, ישר כח פארן אויסקלארן. אגב מיט עטליכע יאר צוריק פלעגט ארויסקומען צוויי קונטריסים וועכענטליך מיטן נאמען דברים טובים. אויף אידיש און אויף לה"ק, פון קהל חסידים אין אלעד. צו האט דאס אויך מיט הרב סנה?

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 13, 2013 11:15 am
דורך derech eretz
ווער דערקענט די גליון?..
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 4&gil=1340

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 13, 2013 11:44 am
דורך למעלה משבעים

שערי מדע צוריק אויפן האריזאנט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 19, 2013 10:45 am
דורך knowledge
ברוך השם, די גליון קומט ווייטער ארויס, א טיפע מאמר די וואך, בנושא 'נומער 9' עס איז כדאי צו כאפן א בליק דערויף

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 2:41 pm
דורך כתר ישועה
קען מען באקומען גליון "זקינך ויאמרו לך" אויף אימהעל ??

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 2:57 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך באקום עס אויף אימעיל דורך עמעצען וואס שיקט אין איין PDF א קאלעקשן פון אסאך גליונות.

דאכט זיך אז אויב איז מען אויפגעסיינט אויף בחצרות סאטמאר דאן באקומט מען עס אויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 07, 2014 3:24 pm
דורך אלטן דור
gilyionbm@gmail.com דא קענסטו עס באקומען צוזאמען מיט נאך אנדערע גליונות

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 08, 2014 5:19 am
דורך כתר ישועה
יישר כח לחברים היקרים !

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 10, 2014 3:50 am
דורך rabshi
ווער ווייסט דעם אימייל אדרעס צו בעטן דעם גליון "מיט א טיפערן בליק"?

דא האט איר א לינק צו די וואכעדיגע גליון:
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140111&gil=172

גליון אור פון תורה

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 10, 2014 3:59 am
דורך rabshi
קנאפער ידען האט געשריבן:אור פון תורה איז פון הרב סנה וואס ער זאגט ביי זיינע שיעורים, און חזקו און פון וואס ער גרייט זיך מיט הרב בידערמאן, און דברים טובים ספעציעלע קונטרסים ליקוטים וואס הרב סנה האט צוזאמגעקליבן.


וואו קען מען באקומען דעם גליון אור פון תורה?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 10, 2014 11:59 am
דורך קנאפער ידען

פארעפענטליכט: שבת ינואר 25, 2014 9:32 pm
דורך ראש הקהל
ווייסט איינער ווער איז דער מחבר פונעם גליון ויאמר אבי?
ס'קוקט מיר אויס איינער פון חסידי מהר"א מסאטמאר. ווייסט איינער מי הוא זה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 2:51 pm
דורך אידישעהיסטאריע
ווייסט איינער די אימעיל אדרעס פון מאורות המדרש ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 06, 2014 6:34 pm
דורך למעלה משבעים
שטייט אויפן גליון.