בלאט 12 פון 23

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:12 pm
דורך יוראפ
אור האט געשריבן:
מייקראסאפט האט געשריבן:עס איז דא לעיטלי אין די בתי מדרשים א גליון "נר הפטורה" עס איז מיר זייער געפאלן ער האט א שטארקע סענס אויף הומער הקיצר ער איז פיין, ווייסט איינער צי מען קען עס ערגץ שאפן אויפן געוועב? לדעס האט עס נישט.

גאר גאר געשמאקע שפראך!!
מיין פעיווארט גליון

איך האב געזעהן אין די ספרים געשעפטן א מען קען באקומען די אלע גליונות צוזאמען

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 7:59 am
דורך שעפעלע
און וואס נישט האט געשריבן:מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען וועכענטליך די אלע גליונות און אימייל
שיק א אימייל צו: ladaat.gilionot@gmail.com

איך האב זיי געשיקט א אימעיל זיי זאגען אז זיי שיקען נישט אויף אימעילס
אפשר ברענגט איינער דא אלע אינטערסאנטע גלינות?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 10:13 am
דורך derech eretz
שעפעלע האט געשריבן:
און וואס נישט האט געשריבן:מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען וועכענטליך די אלע גליונות און אימייל
שיק א אימייל צו: ladaat.gilionot@gmail.com

איך האב זיי געשיקט א אימעיל זיי זאגען אז זיי שיקען נישט אויף אימעילס
אפשר ברענגט איינער דא אלע אינטערסאנטע גלינות?

זיי שיקן דאך יא?!
דא האסטו אלע גליונות www.ladaat.net/gilyonot.aspx

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 10:23 am
דורך שעפעלע
derech eretz האט געשריבן:
שעפעלע האט געשריבן:
און וואס נישט האט געשריבן:מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען וועכענטליך די אלע גליונות און אימייל
שיק א אימייל צו: ladaat.gilionot@gmail.com

איך האב זיי געשיקט א אימעיל זיי זאגען אז זיי שיקען נישט אויף אימעילס
אפשר ברענגט איינער דא אלע אינטערסאנטע גלינות?

זיי שיקן דאך יא?!
דא האסטו אלע גליונות www.ladaat.net/gilyonot.aspx

מיין פילטער לאזט מיך נישט אריין אין זייער סייט איך האב זיי געפרעגט אויב זיי קענען מיך אימעלין די גלינות האבען זיי געזאגט אז ניין, אלעס קלאר?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 10:36 am
דורך derech eretz
ניין, ווייל זיי אימעילן יא די גליונות! איך און נאך טויזענטער באקומען יעדע דאנערשטאג 5/10 אימעילס פון גליונות פון די אויבנדערמאנטע אימעיל אדרעס.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 10:41 am
דורך שעפעלע
ווייס איך נישט וואס איך האב זיי שלעכט געטין אז זיי ווילען מיך עס נישט שיקען

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 4:21 pm
דורך און וואס נישט
איך באקום א יעדע וואך דארנשטיג א פלייץ פון אימייל׳ס פון זיי מיט אלע גיליונות, איך געדענק אז איינמאל נישט לאנג צוריק האבן זיי געבעטן אז ווער עס קען עס אראפ נעמען פון זייער וועב סייט זאל זיך אראפ סיינען פון די אימיילס, אויב האט מען א פילטר וועלען זיי יא שיקן, איז דארפסטו זיי זאגען אז די האסט א פילטער אזוי וועט עס אפשר א דורך גיין

גליונות בטהרה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:00 am
דורך פליטת פה
עס ווייטיגט מיר ביז גאר. איך וועל מיך אויסשמיסען אשיח וארווח לי..

עס איז דא הערליכע גליונות וואס קומען ארויס וועכנטליך. למשל פנינים- משלחן מלכים- און נאך ועוד ועוד.

וואס ווייטיגט מיר איז אז ווען מען גייט ארויף אויף לדעת דאט נעט.. דאס צו דאונלאודען. איז דא פיל מיט ציוניסטישע נייעס און לאו דוקא געדעקט אויפ קנא'שיען שטייגער . מילד גערעדט..
ווי אויך איז דא דארט אזא ערבוביא פון טוב מעורב ברע- פון גאר רעכטע ביז סאמע לינקס , טיף טיף און מיזרחסטישען לאגער.

ווילדע משחיסטען - תלמידי קוק והמכשירים אותו.. צוזאמען מיט סאטמערע גליונות. און נטירי קרתא דיעות והשקפות.


הקיצור אזא געמישעכטס. און דאס טויג זייער נישט






איך וויס נישט אויב די טעמע ווערט אנגערופען קאנטערוויסאל ביי אנדערע

ביי אונז איז דאס יסודות הדת

די סעלושען ?

אפשר צו מאכן א אייגענע - לאמיר הערן פון דעם חושבען טייערען ציבור.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 10:36 am
דורך עבודת_הבורא
איך וואויט פאר יא
איך האב לאנג געוואלט אראפ נעמען לדעת פון מיין ווייט ליסט

אבער עס שלעפט מיך דיך שיינע גליונות,

מיר דארפן נישט גיין און קאמפעטישן, אבער פאר אינזערע גליונות אדער וואס מעטשט נאר אדער עכ"פ וואס איז נישט קיין סתירה צו אינזער השקפה.

זאלן האבן א אייגענע לאקאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:42 am
דורך אויפריכטיג
איך מיין אז אין אימעיל קומען נישט אריין ממש אלע פאררוקטע גליונות נאר די ערנסטע. און אויך איז נישטא דער פראבלעם פון די נייעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:13 pm
דורך עבודת_הבורא
איך באקום נישט אויף אימעל
אבער פינקט לעצטנס האט מיר איינער געפרעגט פארוואס ער באקומט לעצטנס גליונות און די אימעל וואס ער פלעגט און וויל נישט ווייטער באקומען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:31 pm
דורך ראש הקהל
קודם כל איז שוין דא אן אשכול איבער גליונות למיניהם,
אבער קען זיין דער אשכול איז אנדערש, וויבאלד מ'רעד דאך דא נאר על טהרת הקודש

אבער כ'מיין אויב ביסטו אזא קנאי, נעם דיר אראף דער אינטערנאט בכלל, אזוי מאורי דורינו האבן געפאדערט
אפי' נעמס נאר אראפ "כשע'רע" גליונות, איז מצוה הבא בעבירה, מ'קען נישט זיין פון איין זייט א קנאי, און פון דער אנדערע זייט נישט,
דאס הייסט א צבוע'ניק, טו פעסער,

אויף למעשה אויב פלאנסטו זיך צו עפענען אן אייגענע "על טהרת הקודש", קען איך דיך נישט צוריקהאלטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:34 pm
דורך שטארק זיך
ראש הקהל האט געשריבן:קודם כל איז שוין דא אן אשכול איבער גליונות למיניהם,
אבער קען זיין דער אשכול איז אנדערש, וויבאלד מ'רעד דאך דא נאר על טהרת הקודש

אבער כ'מיין אויב ביסטו אזא קנאי, נעם דיר אראף דער אינטערנאט בכלל, אזוי מאורי דורינו האבן געפאדערט
אפי' נעמס נאר אראפ "כשע'רע" גליונות, איז מצוה הבא בעבירה, מ'קען נישט זיין פון איין זייט א קנאי, און פון דער אנדערע זייט נישט,
דאס הייסט א צבוע'ניק, טו פעסער,

אויף למעשה אויב פלאנסטו זיך צו עפענען אן אייגענע "על טהרת הקודש", קען איך דיך נישט צוריקהאלטן

הה״ד:
יום השישי ויכולו השמים מספרים כבודו מלא עולם משרתיו אש לוהט החרב בארצך ומלדתך אשר הניא עצת היצר ואל תפן אל שחין ברד וגחלת....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 1:49 pm
דורך אויפריכטיג
שטארקי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:01 pm
דורך מי יודע
מיך גראדע שטערט עס אויך אביסל, אבער למעשה דן צו זיין וואס הייסט גליונות בטהרה און וואס נישט טרעטסטו שוין אין בלאטע וד"ל

איך למעשה נעם נישט מער ווי 5 6 גליונות א וואך צו לעזן, און איך האב מיר פרובירט מסדר צו זיין אז די אלע זאלן מיר די מו"ל אליין שיקן אויף אימעיל, אזוי אז כמעט איך דארף נישט גיין בכלל צו לדעת

אויב ביסטו א נאשער, און דו זוכסט יעדע וואך פרישע סחורה, אפשר איז דא עפעס נייעס, איז דאך דאס איינע פון די חורבנות פונעם אינטערנעט און קענסט גארנישט טון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:01 pm
דורך maybeeynot
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך .....
ביזדערווייל קענסטו אויסוועלן פון וועלכע חוג די ווילסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויפריכטיג האט געשריבן:שטארקי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 07, 2012 1:03 pm
דורך יוראפ
לקראת שבת פון סקווירא זעה איך איז שוין ווייטער אן אין קראפט [קען זיין ביז איצטערט אויך אבער ס'איז נישט געווען אויף לדעת וכדו']
און וואס איז מיט בחצר הקודש-סקווירא?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 1:17 pm
דורך derech eretz
וואס גייט פאר מיט ladaat.net ??
ס'עפענט זיך א צווייטע סייט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 2:59 pm
דורך יוראפ
derech eretz האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט ladaat.net ??
ס'עפענט זיך א צווייטע סייט

עני תירוץ עוועילעבל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 3:01 pm
דורך למעלה משבעים
זייער מאדנע, איך האב א חשד עס האט מיט די קאקי'ס, אדער עפעס ענליך, אדער פילטער, ווייל איך האב צוויי קאמפיוטער'ס דא ביי מיר אין אפיס, איין קאמפיוטער מיט איין פילטער פארפארט צו שטיבל.נעט, די צווייטע מיט א אנדערע פילטער קען איך געהעריג אריין צו זיי.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 3:02 pm
דורך יוראפ
למעלה משבעים האט געשריבן:זייער מאדנע, איך האב א חשד עס האט מיט די קאקי'ס, אדער עפעס ענליך, אדער פילטער, ווייל איך האב צוויי קאמפיוטער'ס דא ביי מיר אין אפיס, איין קאמפיוטער מיט איין פילטער פארפארט צו שטיבל.נעט, די צווייטע מיט א אנדערע פילטער קען איך געהעריג אריין צו זיי.

איז דא אן עצה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 8:31 am
דורך יוסף שרייבער
די מאנסע איז אזוי, עס זענען דא מענטשן וואס זיצען און ווארטען אז א דומיין-נאמען רעגיסטראציע זאל עקספייערען און דאן לויפען זיי עס קויפען (גראדע האב איך אויך אמאל פארלוירען א דומיין נאמען אויף דעם אופן), און דאס איז געשעהן דא לדעת האט פארגעסן צו באנייען ביי גיי טאטע און בו ביום האט דאס איינער אפגעקויפט און יעצט זיכט ער ארויסצופרעסן ווי מער געלט פון זיי.

אויב איינער דא זיכט עס אפצוקויפען... קען ער קאנטאקטען דעם שמויגער אויף contact@shtieble.net

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 9:04 am
דורך NiesNow
wow this is horrible!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 9:12 am
דורך knowledge