בלאט 11 פון 23

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:05 pm
דורך אויפריכטיג
ווייסט איינער וואו מען קען באקומען גליונות פון פאריאר?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:18 pm
דורך יוראפ
אויפריכטיג האט געשריבן:ווייסט איינער וואו מען קען באקומען גליונות פון פאריאר?

שטייגן האלט געווענדליך אלע גליונות וואס גייען דארט ארויף

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:21 pm
דורך חכם צבי
אויפריכטיג האט געשריבן:ווייסט איינער וואו מען קען באקומען גליונות פון פאריאר?


דאס האסטו עטליכע וועבסייט ווי מ'קען טרעפען געוויסע גליונות פון פריערדיגע יארן
ביננו - א וועבסייט פון שיעור תורה און נאך
http://www.beinenu.com/alonim

שטייגן - א שיינע תורה'דיגע וועבסייט
http://www.shtaygen.co.il/?CategoryID=908

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:30 pm
דורך אויפריכטיג
א גרויסן יישר כח

הוכח לחכם ויאהבך

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 9:58 am
דורך בונמס זיידע
בונמס זיידע האט געשריבן:
SIMCHA ITEMS:
Share the simcha! Forward this email to your friends.
Got this from a friend? Subscribe.
Visit SimchasHachaim.com
Sponsor an issue: (718) 258-7400 or newsletters@simchashachaim.com

info@simchashachaim.com | 718-258-7400
http://www.aweber.com/z/r/?jBysTKyMjLSs ... wsjJysLIyM[/left]


sim.jpg

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 11:32 am
דורך חכם צבי
לעצטענס ווערן נישט אויסגעטיילט אין די בתי מדרשים גליונות פון אור החיים און במשנת רש"י - פארוואס ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:06 pm
דורך קרעמער
האסט געקוקט אין אלע בתי מדרשים? ווייל אמאל זענען דא שמשים וואס מאכן סדר און שליידערן ארויס די זאכן בעפאר עס ווערט 'שמות' [איידער מען ליינט/לערנט עס האט עס נישט קיין קדושה לויט טייל פוסקים].

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 1:08 pm
דורך אויפריכטיג
קרעמער, כ'האב נאך קיינמאל געהערט פון אזא הלכה.

אגב, האב איך געזען אז היי יאר האבן די עסקנים געבעטן אז קיינער זאל נישט אויסטיילן קיין גליונות און שמות בלעטער אין מירון צוליב די אומגעהויערע חילול שמות וואס גייט דארט פאר בצאת היום, כידוע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 1:34 pm
דורך dovidal
זיי ווילן נישט מען זאל ליינן אינמיטן דאווענען לכף זכות

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 11:49 am
דורך סביב העולם
אויפריכטיג האט געשריבן:קרעמער, כ'האב נאך קיינמאל געהערט פון אזא הלכה.


ביי דרוקערייען איז עס שטארק נוגע פאר אלע דעמעדשעס וכדומה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 13, 2012 7:22 pm
דורך אידישעהיסטאריע
ווייסט איינער ווי אזוי צו באקומען אויף אימעיל די גליון פון סערט ויזנ'יץ "מדשן ביתך" ? ווי אויך די בעלזא גליון "לקט דברות קודש" ? און די ווינ'ע גליון "בינה לעתים" ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:09 am
דורך סיגוט
דער וועבסייט לדעת איז איבערגעפרישט מיט א פרישע אויסזעהן

http://www.ladaat.net/gilyonot.aspx

לדעת.נעט - גליונות

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 7:04 am
דורך און וואס נישט
די אלעמען באליבטן וועב זייטל "לדעת" ווי מען נעמט אראפ א יעדע וואך אפאר גליונות לכבוד שבת, האט זיך ענדליך איבערגעפרישט מיט געשמאקע ליינבארער אותיות, און א שענערער אויסזען,
מען האט עס געבויט מיט "ASPX" און א חלק איז נאך געבליבן אויף די אלטע "PHP", למעשה אפאר שעה נאכען ארויף לייגען דעם זייטל צום באניץ האט עס געקראכט נאכן אינטער זיכען דעם פראבלעם איז מען ארויף אז עס האט מיט די "thums" די פי די עף'ס די גליונות (עס איז געווען א ערך פון 150 גליונות די וואך אליינץ) וועגען דעם האט עס געקראכט, מען האפט אז עס וועט זיין פארכטען ווי שנעלער,

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 8:11 am
דורך שעפעלע
ב"ה מיין פילטער לאזט מיך נישט אריין גיין אין לדעת, אפשר ברענגט איינער אהער די אינטערסאנטע גלינות?
ולמצוה גדולה יחשב

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 8:15 am
דורך און וואס נישט
מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען וועכענטליך די אלע גליונות און אימייל
שיק א אימייל צו: ladaat.gilionot@gmail.com

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 8:15 am
דורך שעפעלע
ייישר כח

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 9:57 am
דורך derech eretz
זיי האבן צוגעלייגט זייער גוטע זאכן, מ'קען יעצט זען גליונות פון די לעצטע 5 וואכן
און מ'קען סערטשן לויט די שפראך למשל צו זען נאר די אידישע גליונות
ווי אויך קען מען זוכן גליונות לויטן חסידות
www.ladaat.net/gilyonot.aspx

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:12 am
דורך מייקראסאפט
עס איז דא לעיטלי אין די בתי מדרשים א גליון "נר הפטורה" עס איז מיר זייער געפאלן ער האט א שטארקע סענס אויף הומער הקיצר ער איז פיין, ווייסט איינער צי מען קען עס ערגץ שאפן אויפן געוועב? לדעס האט עס נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 12:09 pm
דורך יהושע
מייקראסאפט האט געשריבן:עס איז דא לעיטלי אין די בתי מדרשים א גליון "נר הפטורה" עס איז מיר זייער געפאלן ער האט א שטארקע סענס אויף הומער הקיצר ער איז פיין, ווייסט איינער צי מען קען עס ערגץ שאפן אויפן געוועב? לדעס האט עס נישט.

בעט אז זיי זאלן עס שיקן פאר לדעת.
און א גרויסען ש'כח "און וואס נישט" די ביסט דאך ממש א כל בו.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 1:09 pm
דורך תרנגול
אינטרעסאנט, יעדע גליון וואס איך לאוד אראפ שטעלט זיך אפ אינמיטן די הורדה פאר גוד. איך מיין מ'זאל צוריקגיין צום אלטן...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 1:13 pm
דורך און וואס נישט
תרנגול האט געשריבן:אינטרעסאנט, יעדע גליון וואס איך לאוד אראפ שטעלט זיך אפ אינמיטן די הורדה פאר גוד. איך מיין מ'זאל צוריקגיין צום אלטן...

עס האט נאך פראבלעמען געב צייט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 1:54 pm
דורך אור
מייקראסאפט האט געשריבן:עס איז דא לעיטלי אין די בתי מדרשים א גליון "נר הפטורה" עס איז מיר זייער געפאלן ער האט א שטארקע סענס אויף הומער הקיצר ער איז פיין, ווייסט איינער צי מען קען עס ערגץ שאפן אויפן געוועב? לדעס האט עס נישט.

גאר גאר געשמאקע שפראך!!
מיין פעיווארט גליון

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 1:57 pm
דורך leiby
נישט אביסל צו קינדיש? אפשר א מגי"ש שפראך, וועלכע ענגלענדער איז דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 2:09 pm
דורך תרנגול
leiby האט געשריבן:נישט אביסל צו קינדיש? אפשר א מגי"ש שפראך, וועלכע ענגלענדער איז דאס?

ענגלבערג א באבובער יונגערמאן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:07 pm
דורך יוראפ
און וואס נישט האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:אינטרעסאנט, יעדע גליון וואס איך לאוד אראפ שטעלט זיך אפ אינמיטן די הורדה פאר גוד. איך מיין מ'זאל צוריקגיין צום אלטן...

עס האט נאך פראבלעמען געב צייט

ס'ארבעט שוין א מחי'