בלאט 2 פון 23

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 9:08 am
דורך מיללער
פארשלאפן,

די לינקס לעצטענס ארבעטן נישט ביי מיר, איז דאס מיין פראבלעם?

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2008 6:25 pm
דורך שמואל'יק'יל
איך האב א פראבלעם מיט די לינק פון דער גליונות פון לדעת.
ווער קען העלפן אין דעם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 6:44 pm
דורך farshlufen
הרב יענקעלע, הרב מיללער, ביי מיר ארבעטן זיי געהעריג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 6:49 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 8:02 pm
דורך יאנאש
די לינק ארבעט נישט ביי מיר אויך נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2008 2:39 am
דורך ביקסאד
שמואל'יק'יל,
"לדעת" די וואך תצא http://ladaat.net/forum/index.php?topic=5227.0

מעיינות וקול התאחדותינו און נאך http://www.mysatmar.com/

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2008 7:10 am
דורך farshlufen
ר' יאנאש, א ווארעמען דאנק, שוין פאראכטן.

הרב מביקסאד, א דאנק, ברענג נאך.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 1:09 am
דורך ביקסאד
למע"כ פארשלאפן,

אזוי ווי איר האט געבעטן http://www.shtaygen.co.il/?CategoryID=908

און נאך http://www.alonolam.com/

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 2:44 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 7:21 am
דורך farshlufen
הרב מביקסאד, א דאנק

די צווייטע איז א זעלטן אינטערעסאנטע קאלעקציע.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 7:19 am
דורך זעליג
דא איז די לינק פון "לדעת".
איינמאל פאר אלעמאל.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 6:55 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 11:30 am
דורך יעק
מען קען באקימען יעדע וואך די לינק פין mail-list@ladaat.net שיק אריין אז מען זאל דיך ארויפלייגן אויף די ליסט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 05, 2008 9:51 pm
דורך ביקסאד
המשך לדברי הנ"ל:
http://balevavot.ios.st/Front/Newsnet/r ... tId=222778

http://parashatshavua.blogspot.com/

http://www.lista.co.il/tags/?tag=%D7%A2 ... 7%95%D7%A2

קרעדיט: יעקב רבי בח"ח בית · פורומים · תרבות ואומנות · ספרי קדש · עלונים לפרשה

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 9:34 am
דורך קרעמער
מען קען זיך איינשרייבן דורך אימעיל צו באקומען יעדע וואך די הערליכע ליקוט אויף חומש רש"י פון ר' יואל הכהן פריעד (במסגרת חבורת חומש רש"י שע"י ישיבת סאטמאר קווינס), שיקט אן אימעיל צו:

CHUMASHRASHAI@GMAIL.COM

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 11:37 am
דורך 1x1
שפע חיים - דברי תורה מאת כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג הגה"ק זצוקללה"ה
http://www.sanzusa.com/shefachaim.php

גליונות לשבת קודש

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 12:05 pm
דורך מוטשע נישט
וועלכע זענען אינטערסאנט, פאר זיך, פאר די קינדער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 2:25 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איך פרוביר ארויס צו פרינטן יעדע וואך די מעדני אשר, און די בסוד שיח.
חוץ פון דעם קלויב איך מיך אויס נאך סחורה. וואס ס'קוקט אויס אינטרעסאנט.

ווען ליין (לערן..) איך עס?
גוטע קושיא.

ממאכט עפעס צייט. (ביי די סעודה קען ווערן שלום בית פראבלעמען...)

אדרבה זאך די עולם מודיע זיין פון אינטרעסאנטע גליונות. סאיז דאך דא א שיעור וויפיל איין מענטש קען קוקן.

דוכט זיך אז אויף לדעעת.נעט איז דא יעדע וואך א קי"ל פון איבער 100 גליונות....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 2:30 pm
דורך scy4851

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 2:31 pm
דורך תרנגול
גליון תפארת ישראל פון טשארטקוב איז אן אוצר נפלא. מוראדיג באטעמ'ט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 2:40 pm
דורך שטיקל גבאי
תרנגול האט געשריבן:גליון תפארת ישראל פון טשארטקוב איז אן אוצר נפלא. מוראדיג באטעמ'ט.

ג"א מצרף אז סאיז אויסרגעווענליך גוט,
אויף לדעת איז אויך דא "פנינים" פון הרב יוסף בערגער, איך מיין אז ער איז א זון פון מישקאלץ'ער רבי פון א"י, א הערליכע ליקוט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 2:59 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איז דא נאך חברה וואס ליינען דעם בסוד שיח?

איך ווער כסדר נתפעל פון די רייכע תוכן. ממש צו באלעקן די פינגער.

אסאך מאל שטימט עס נישט מיט תלמידי סאטמאר והמסתעף. אבער חוץ פון דעם איז עס אויסערגעווענליך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:06 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

תפארת ישראל טשארטקוב, דברי תורה בעלזא, עלים לתרופה בעלזא, מבאר רבותינו און שבת בשבתו אנטווערפן זענען די בעסטע.

נאכדעם קומט קול התאחדותינו, דער גליון פון סאטמאר י-ם, פנינים (ס'פאלט אריין אביסל... נו, שוין...), ישמחו אויף עניני שבת איז גאנץ פיין, דושינסקיא, תולדות אברהם יצחק, לעלוב, דאס וואס איך געדענק אויפ'ן מינוט.

נאר ווי באקאנט, מיט א טרערל פארווישט, איז אמאל געווען אזא ריזן גליון "גינת ורדים," אן אוצר אדיר שאין דוגמתו. נאך א שטיק צייט איז עס צוריק געקומען בזעיר אנפין מיט'ן נאמען "מעדני מלכים." נישט ווי אמאל, אבער דאך עפעס. נו, חבל חבל, א שאד א שאד. הלואי קען מען עס האבן צוריק לתחי' און מחי' זיין אידישע קינדער אויף שבת קודש ויום טוב.

ישמחו במלכותך...


-

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:39 am
דורך פריילאך
פנינים איז גאר הערליך, כמעט אייביג דא עפעס וואס מען קען נאכזאגן.

ער שרייבט אויפן מישקאלצער רבי, נישט אבי.

טאקע אשאד ער לייגט אייביג צו זיינע הגהות, וואס איז אסאך מאל האסליך.

טשארקוב איז מלא חן, כאטשיק ער ברענגט אויף אמאל פון אנדערע מקורות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:45 am
דורך שמעלקא טויב
כ'בין זייער מקפיד נישט צו נעמן גליונת אין די וועלט אריין, כ'קוק איבער אויבן אויף צו כ'קען עס אהיימנעמן.

למשל די וואך האט "תפארת ישראל" דער טשורטקובער גליון, עפעס געברענגט וואס גרעניצט זיך מיט אן ענין בניגוד צו די שיטה פון מרן מסאטמער זי"ע, כ'האב עס גלייך באמערקט און עס געלאזט אינעם PDF.

אבער די מערסטע האבעך הנאה פון דברי תורה לפשרת השבוע פון בעלז, און דער בחצר הקודש פון סקווירא. ביי קול התאחדתינו האבעך שוין א נגיעה... אפשר איז עס נישט אזוי אינטערסאנט, ס'איז דאך אבער מיינער...

פנינים פלעג איך אמאל נישט וועלן פארפאסן, ביז כ'האב געהערט אז ער איז א זון פונעם מישקאלצער, וד"ל.