בלאט 7 פון 23

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:59 pm
דורך גליון
איך ווייס א משפחה וואס ער איז נאכגעגאנגען די יחוס (קען זיין מער ווי 1 משפחה אבער איך רעדט נאר וואס איך ווייס) און ער האט צאמגעשטעלט א געוואלד מיט ידיעות (לענ"ד בעסער ווי מכון יוחסין)
עני וועי לאמיר האפן ס'וועט אנהאלטן און ער וועט אויפטיען

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 2:40 pm
דורך יוםטובערליך
דער הרב לויפער איז א געוואלדיגער חשובער יונגערמאן, ידען און שרייבער, עדיו לגאון ולתפארת. ער האט ארויסגעגעבן די "על ההרים" גליון וואס איז געווען אין מחנה רב טוב דסאטמאר צוויי יאר צוריק, איינס פון די בעסטע גליונות פאר גרויסע קינדער און בחורים.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 3:16 pm
דורך Latke
איז אמת אז די עלים לתרופה (לכאורה געווען די שטערקסטע גליון איבער די וועלט) האט אויפגעהערט צו ערשיינען? אויף לדעת לייגן זיי די תשע"א מהדורה.
איינער ווייסט א סיבה?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 3:24 pm
דורך סביב העולם
Latke האט געשריבן:איז אמת אז די עלים לתרופה (לכאורה געווען די שטערקסטע גליון איבער די וועלט) האט אויפגעהערט צו ערשיינען? אויף לדעת לייגן זיי די תשע"א מהדורה.
איינער ווייסט א סיבה?

זיי האבן געשריבן פאר עטליכע וואכן צוריק (אינעם מדור אויפן ערשטן זייט נעבן אותיות מחכימות) אן הבהרה אז צוליב דעם וואס זיי האבן פארלוירן אסאך געלט דורכן ארויפלייגן אויף לדעת זייער גליון, וועלן זיי מער נישט ארויסקומען אויף די נט. נאר אישי און אין בתי מדרשים און לכבוד דעם וועלן זיי זיך אביסל פארברייטערן וועכענטליך.
זיי האבן געשריבן דארט צווישן אנדערע אז אפילו יותר ממה שהעגל רוצה וכו' דארף אבער זיין מילך וואס צו געבן....

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 4:32 pm
דורך ווינקל
סביב העולם האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך אינעם גליון "זקינך ויאמרו לך" (סאטמאר כיתה ח' ט'), איז געשטאנען א עובדא ביים בירך משה וואס ער האט געזאגט אויפן ספר עצי חיים ווען ר' שלום אליעזר האט עס איבערגעדריקט מיט שיינע מפתחות וכו' אין שנת תשד"מ:
ווייסט אפשר איינער צו עס איז בכלל איבער געזעצט געווארן דעמאלטס? לפי ידיעתי איז עס בכלל נישט איבערגעדריקט געווארן און אוודאי נישט מיט קיין שיינע מפתחות אא"וו.

יא, עס איז געדריקט געווארן יענע יאר מיט מפתחות, כ'האב יענעם דריק. ביטע פארעכט אייער ידיעתי.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 3:24 am
דורך כתר ישועה
יוראפ האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:קען מען קריגען די גליונות ניצוצי אור פון סקאליע ??


עס קומט נאר ארויס פון צייט צו צייט און דעמאלטס קען מען קריגן אויף לדעת

יישר כוח, להרב יוראפ. ס'האט נישט קיין קביעות ?!?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 10:27 am
דורך יוראפ
לויט ווי איך האב באמערקט קומט עס נישט ארויס בקביעות נאר פון צייט צו צייט ימים טובים און נאך שיינע צייטן [און א שיינע ארבעט ב"ה]

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 11:41 am
דורך אויפריכטיג
סביב העולם האט געשריבן:
Latke האט געשריבן:איז אמת אז די עלים לתרופה (לכאורה געווען די שטערקסטע גליון איבער די וועלט) האט אויפגעהערט צו ערשיינען? אויף לדעת לייגן זיי די תשע"א מהדורה.
איינער ווייסט א סיבה?

זיי האבן געשריבן פאר עטליכע וואכן צוריק (אינעם מדור אויפן ערשטן זייט נעבן אותיות מחכימות) אן הבהרה אז צוליב דעם וואס זיי האבן פארלוירן אסאך געלט דורכן ארויפלייגן אויף לדעת זייער גליון, וועלן זיי מער נישט ארויסקומען אויף די נט. נאר אישי און אין בתי מדרשים און לכבוד דעם וועלן זיי זיך אביסל פארברייטערן וועכענטליך.
זיי האבן געשריבן דארט צווישן אנדערע אז אפילו יותר ממה שהעגל רוצה וכו' דארף אבער זיין מילך וואס צו געבן....


וואס הייסט זיי האבן פארלוירן געלט וועגן עס איז געווען אויף לדעת?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 10, 2011 6:29 pm
דורך סביב העולם
א נייע גליון מיטן נאמען "להתעלות" קומט ארויס וועכענטליך זיי האבן געשריבן די וואך אז זיי האלטן ביי גליון ג' - עס איז געאייגנט פאר בחורים - ס'קוקט אויס ווי די שרייבערס זענען בעלזא אינגעלייט.
אויך האב איך צום ערשטן מאל געזעהן דאכט זיך מיר אז עס איז אויך א נייע גליון מיטן נאמען "שיחים להשפיע" פון בית המדרש 'בית שמואל' אין לונדון בנשיאות הגה"צ רבי אלחנן היילפרין שליט"א- קוקט אויס גאר אינהאלטסרייך

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:51 pm
דורך יוראפ
סביב העולם האט געשריבן:אויך האב איך צום ערשטן מאל געזעהן דאכט זיך מיר אז עס איז אויך א נייע גליון מיטן נאמען "שיחים להשפיע" פון בית המדרש 'בית שמואל' אין לונדון בנשיאות הגה"צ רבי אלחנן היילפרין שליט"א- קוקט אויס גאר אינהאלטסרייך

טאקע א וואונדערבארע גליון, געהערט האב איך אז עס קומט שוין ארויס א שטיק צייט, ווייסט אפשר איינער וואו מען קען באקומען די פריערדיגע, ווי אויך וואו מען קען פארלאנגען דאס צו באקומען יעדעס מאל ווען עס ערשיינט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 1:55 pm
דורך סביב העולם
היינט געהערט אז עס איז שוין די דריטע גליון, זיי שרייבן נישט אויפן גליון די וויפילטע ס'איז אויך שרייבן זיי נישט קיין שום אדרעס ווי מען קען זיך ווענדן פאר הערות מז"ט וכדומה
ממילא העמיר מוזן אויסווארטן ביז איינער וועט אפיר קומען מיט מער אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 8:29 pm
דורך מי יודע
וואס גייט פאר מיט די לדעת גליונות
ס'ווערט ווייניגער פון וואך צו וואך (וואס מ'באקומט אויף די אימעיל)

די וואך האב איך נאך בכלל נישט באקומען, ס'איז שוין דאנערשטאג נאכט

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 23, 2011 12:33 am
דורך סיגוט
דרושי הגר"י רייטפורט האט איינער אן השגה וואס דער מו"ל וויל דערמיט

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 24, 2011 8:43 pm
דורך leiby
ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען די הליכות החיים פון סקווירא?
די לינק וואס מ'ברענגט אויבן האט נישט די פון חנוכה,
ווי אויך איז דא ערגעץ ווי לדעת לייגט די פריערדיגע גליונות?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 24, 2011 8:53 pm
דורך הליכות החיים
שוין ארויפגעלייגט, א דאנק פארן דערמאנען....

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 24, 2011 9:08 pm
דורך leiby
א גרויסן שכוח!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 25, 2011 1:30 pm
דורך שמן למאור
מי יודע האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט די לדעת גליונות
ס'ווערט ווייניגער פון וואך צו וואך (וואס מ'באקומט אויף די אימעיל)

די וואך האב איך נאך בכלל נישט באקומען, ס'איז שוין דאנערשטאג נאכט


איך האב עס געהעריג באקומען דעי וואך, די מעשה איז נאר, אז זיי הייבן אן אריינצוווארפן זייער פארקרומטע דעות כוזבות דערינען, מיטן שיקן דעי אלע גליונות פון ממש נידריגע ציונים גמורים וויל למשל דעם גליון "אמת על תילה" "ארץ ישראל שלנו", וכו' וכו', שומו שמים על זה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 25, 2011 2:40 pm
דורך ישלהוסיף
סיגוט האט געשריבן:דרושי הגר"י רייטפורט האט איינער אן השגה וואס דער מו"ל וויל דערמיט


מזכה זיין אידן מיט ידיעות התורה על דרך הלכה והדרוש, ער טוט שוין אזוי פאר די לעצטע פופצען יאהר.
ס'דא צענדליגט גליונות וקטריסים שונים, יעדער טרעפט זיין תכונת הנפש.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 12:10 am
דורך סיגוט
בשנת תשס"ד איז ארויסגעקומן היבש קאנטרעווערסיאנאל איבער די פרשת השייטלן און די וואסער פון ניו יארק סיטי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 12:26 pm
דורך מאשקע
איינער האט אפשר אוועקגעלייגט די אלטע גליונות? איך זוך די בעלזא "שבת בלעטל" פון עטליכע וואכן וואס ס'איז נישט אנגעקומען אבער ס'איז מסתמא געווען אויף די וועבסייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 12:47 pm
דורך קורץ און שארף
סיגוט האט געשריבן:דרושי הגר"י רייטפורט האט איינער אן השגה וואס דער מו"ל וויל דערמיט



סיגוט'ס תגובה - האט איינער אן השגה וואס דער שרייבער וויל דערמיט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:38 pm
דורך מוטשע נישט
מאשקע אימעיל מיר וועלכע ס'פעהלן דיר shaifele@gmail.com

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:49 pm
דורך ישלהוסיף
מאשקע האט געשריבן:איינער האט אפשר אוועקגעלייגט די אלטע גליונות? איך זוך די בעלזא "שבת בלעטל" פון עטליכע וואכן וואס ס'איז נישט אנגעקומען אבער ס'איז מסתמא געווען אויף די וועבסייט.


וועלעכע פרשה, קאן זיין כ'האב עס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:52 pm
דורך ישלהוסיף
דער וואך איז געדריק א "שיחות קודש" ציווישען זעווהיל'ער רבי און לימונוב'ער רבי
סוף פין דער זעוויהל-יוניאן סיטי גליון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:03 pm
דורך מאשקע
יישר כח מוטשע נישט און יש להוסיף. למעשה האב איך געזען אז די שבת בלעטל פון וישלח איז געווען איין פייל מיט פ' וישב. אן אנדערע זאך וואס פעלט מיר יעצט איז "א בלאט גמרא" פון פ' וישב. איינער פון ענק האט עס?