בלאט 5 פון 23

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 11:07 am
דורך אויפריכטיג
די וואך שרייבט "עידית שבעידית" אז מען קען באקומען אויף חמשה חומשי תורה. מיינט דאס א געהעריגער ספר אדער וואס?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 11:09 am
דורך באגי מען
אויפריכטיג האט געשריבן:די וואך שרייבט "עידית שבעידית" אז מען קען באקומען אויף חמשה חומשי תורה. מיינט דאס א געהעריגער ספר אדער וואס?

לויט ווי איך פארשטיי וועט דאס זיין אויף א שיין איינגעבינדענע פארמאט, און נישט געהעריג געדרוקט ווי א ספר.

באגי מען האט געשריבן:ווער איז דער ארויסגעבער דערפון?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 05, 2011 11:59 am
דורך אויפריכטיג
אגב, אינעם לדעת אי-מעיל די וואך איז דא עטליכע ארטיקלן פון איי וועלט. שאץ מאץ טאג בוך און נפשי חמדה בצל ידי"ך פון שמעלקע.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 06, 2011 10:18 pm
דורך סמארט
די וואך צום ערשטען מאל געזען דעם עידית שבעידית נאכן זען דערווען דא, קוקט טאקע אויס ווי א וואנדערבארע ארבעט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:42 pm
דורך געוואלד און געשריגן
פרישע גליון האב איך באמערקט דעי וואך אויף די טישען, אביסל א אינטשערסטינג גליון, אבער פארט גוט, עס רופט זיך "גליון ליל שישי" עס פארמאגט עפעס שיעורים פון ר' משה מנחם טירנויער פון מאנטריאל, איך האב געכאפט א שטיקל בליק, איך בין עכט נתפעל געווארן, אזעלכע טיפזיניגע שיעורים

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:46 pm
דורך געוואלד און געשריגן
זאגט מיר איינער יעצט אז ער האט דאס באקומען ביי אימעיל דעי וואך פון leilshishy@gmail.com, לאמיר פראבירן אהין צו שיקן א פארלאנג, אויף לדעת איז דאס נישט דא!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 5:27 pm
דורך שמן למאור
געוואלד און געשריגן האט געשריבן:זאגט מיר איינער יעצט אז ער האט דאס באקומען ביי אימעיל דעי וואך פון leilshishy@gmail.com, לאמיר פראבירן אהין צו שיקן א פארלאנג, אויף לדעת איז דאס נישט דא!


זאגט מיר איינער אז עס איז דא א ליניע וואו מען קען הערן דעי שיעורים הנ"ל, 718-506-9048

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 5:47 pm
דורך קעיזנאוו רד.
לעצטנס ערשיינט א וואונדערליכע גליון מיטן נאמען אז נדברו, ווייסט איינער ווער עס שטייט אונטער דעם?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 04, 2011 6:19 pm
דורך אוהב חכמה
געהערט אמאל אז מכון דרכי שמחה (ארויסגעבער פון ירושלמי אור שמחה), צו אפשר גאר הרב בלום גופו, גיבט ארויס א גליון וואס ס'איז נאר דא צו באקומען אויף אימעיל, ותוכנו מראי מקומות מענינים הנוגעים לפרשת השבוע. אויב ווייסט איינער במה דברים אמורים ישמח נפשי למאוד.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 10:33 am
דורך פריילאך
דער שיקער האט מיר לעצטענס מזכה געווען מיט א גליון פון הרב קוק זעלבסט :-(

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 07, 2011 1:56 am
דורך אוהב חכמה
אוהב חכמה האט געשריבן:געהערט אמאל אז מכון דרכי שמחה (ארויסגעבער פון ירושלמי אור שמחה), צו אפשר גאר הרב בלום גופו, גיבט ארויס א גליון וואס ס'איז נאר דא צו באקומען אויף אימעיל, ותוכנו מראי מקומות מענינים הנוגעים לפרשת השבוע. אויב ווייסט איינער במה דברים אמורים ישמח נפשי למאוד.


זעהט אויס ווי דער עולם ווייסט נישט וואס כ'מיין, וועל איך מסביר זיין.
אור שמחה איז אויף ירושלמי וואס ספר המפתח (פרענקל) איז אויף רמב"ם (בערך). וואלט איך שטארק נהנה געווען פון א "גליון" אויף דעם שניט. לדוגמא, אנשטאט צו ברענגן "לקוטים יקרים" על פרשת האזינו, זאל געברענגט ווערן מראי מקומות וציונים לראשונים ואחרונים בעניני ברכת התורה (שנלמד מכי שם ה' אקרא, ברכות כא.), וכן כל כיוצא בזה.

ווער עס ווייסט פון עפעס מעין זה (לאו דער ספעציפישער גליון הנ"ל) איז מכובד זיך אנצורופן ווארעם, ואכיר לו טובה.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 08, 2011 11:08 pm
דורך JOELHEALTH
סדא עפעס א מכון וואס שיקט ארויס יעדע וואך עפעס הינדרעטע גליונות דורך אימעל האסט שוין געקוקט דארט?

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 08, 2011 11:34 pm
דורך אוהב חכמה
איר מיינט גלגל?
די ערשטע צען "גליונות" מיט וואס זיי האבן מיר פארפלייצט זענען געווען חדר צעטלעך, (דער איד האט מסתמא 14 אינגלעך, און ער שיקט יעדן אין א באזונדער חדר...). כ'האב זיך תומ"י אויסגעשריבן.

דער גליון פון הרב בלום האב איך נאך יא שנעל דורכגעזוכט, און נישט געטראפן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 12:08 pm
דורך קעיזנאוו רד.
גלגל איז שוין אונטערגעגאנגען. לדעת האט זיי איבערגענומען. אבער צופעליג די חדר גליונות זענען דאס מערסטע אינטערסאנט פאר מיינע קינדער זיי צוכאפן דאס יעדע וואך תיכף ווען איך ברענג עס זיי. (פאר מיינע קינדער'ס טאטע עס איז אויך אסאך מאל אינטערסאנט...)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 11, 2011 2:33 pm
דורך קעיזנאוו רד.
האט איינער אפשר געסעיווד די אלע גליונות פון 'במחנה - חב''ד' פון די לעצטע יאר צוויי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 24, 2011 10:59 am
דורך יוראפ
הערליכע גליון איבער הרה"ק מריבניץ זי"ע לכבוד די יארצייט
www.ladaat.net/downloads.php?fid=22453

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 24, 2011 4:40 pm
דורך shtystenisht
לעצטענס קימט ארויס א גליון נר ההפטורה א געמיש יודדיש און לש"ק סאיז ממש גוואלדיג , קען זיין סיז נאר אין בארא פארק כווייס נישט, אבער זינט סקימט ארויס זאג איך די הפטורה יעדן וואך!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 5:36 pm
דורך קעיזנאוו רד.
shtystenisht האט געשריבן:לעצטענס קימט ארויס א גליון נר ההפטורה א געמיש יודדיש און לש"ק סאיז ממש גוואלדיג , קען זיין סיז נאר אין בארא פארק כווייס נישט, אבער זינט סקימט ארויס זאג איך די הפטורה יעדן וואך!


האסט אפשר זייער אימעיל אדרעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 8:54 pm
דורך ביקסאד
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:האט איינער אפשר געסעיווד די אלע גליונות פון 'במחנה - חב''ד' פון די לעצטע יאר צוויי?

במחנה צבאות השם - חב"ד אינפו

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 9:18 pm
דורך shtystenisht
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:
shtystenisht האט געשריבן:לעצטענס קימט ארויס א גליון נר ההפטורה א געמיש יודדיש און לש"ק סאיז ממש גוואלדיג , קען זיין סיז נאר אין בארא פארק כווייס נישט, אבער זינט סקימט ארויס זאג איך די הפטורה יעדן וואך!


האסט אפשר זייער אימעיל אדרעס?


וואס אימעיל? עימעצער ענגעלבערג געט עס ארויס נישט א קהילה/פארטיי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 9:30 pm
דורך תרנגול
נו ס'איז נישט קיין סתירה, דער ענגלבערג קען זייער מעגליך האבן אן אימעיל אדרעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 10:01 pm
דורך קעיזנאוו רד.
ביקסאד האט געשריבן:
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:האט איינער אפשר געסעיווד די אלע גליונות פון 'במחנה - חב''ד' פון די לעצטע יאר צוויי?

במחנה צבאות השם - חב"ד אינפו


יישר כח, כ'קום שוין פון דארט.. זיי האבן נישט אלע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 10:19 pm
דורך shtystenisht
תרנגול האט געשריבן:נו ס'איז נישט קיין סתירה, דער ענגלבערג קען זייער מעגליך האבן אן אימעיל אדרעס.


אויפן גליון איז בלויז דא א פאון נומער און אדרעסס ווי מקען שיקען געלט פאר די הוצאות הגליון לע"נ אדער מז"ט ווינטשען אד"ג.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 10:55 pm
דורך קרעמער
איינער לערנט אמאל אדורך דעם "במשנת רש"י" אויסגאבע וואס ערשיינט היי יאר?

ווייסט איינער ווער עס שטייט דערונטער?

ביז לעצטנס האט מען געזען דארט אז דאס קומט פון YHK סערוויסעס, אבער פרשת תולדות איז דאס שוין נישט געשטאנען (לענ"ד צוליב די ליקוטי שיחות וואס איז אראפגעברענגט געווארן)

אבער בעיקר ציל איך דא געוואויר צו ווערן ווער דער מגיד שיעור איז אויף זייער הייסע ליניע. זיי געבן אן א נומער (718.837.2744) וואו מען קען הערן אנגעבליך הערן א שיעור אין חומש רש"י פון א חשובע מגיד שיעור "וירא שמים" (מי מסהיד עליה? אפשר אז ער לערנט רש"י איז ער שוין א יר"ש, כמבואר בשו"ע או"ח סי' קפ"ה אז א יר"ש איז מעביר סדרה און לערנט אויך רש"י), אבער נאכן אריינרופן עטליכע מאל און אויסהערן לאנגע מינוטן, הער איך אלעס און אלעמען אבער נישט קיין חומש ורש"י.

קען איינער דערקענען די שטומע פונעם מגיד שיעור (מיר דאכט זיך אביסל אז דאס איז אדמו"ר מ'טאלנא, אבער איך בין נישט גענוג אויסגעקאכט אין זיין שטומע צו קענען באשטעטיגן אויף זיכער), ער ווארפט אריין א היבש ביסל עברית (אינמיטן איין שיעור פרעגט ער וויאזוי מען זאגט אויף אידיש אדער אויף ענגליש א "סיפור מתך"..), און רעדט מיט די א"י'דיגע הברה.

וויל איך וויסן ווער איז דער וואס מיר לערנען זיין תורה אבער מיר ווייסן נישט זיין נאמען

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 2:35 am
דורך שוטה
ס'איז נישט האדמו"ר מטאלנא שליט"א.

[און דו האסט אודאי געמיינט 'סיפור מתח'].