איבער ספרים און מחברים
דינסטאג פבואר 01, 2011 7:20 pm
וויפיהל קאסט ארויסצודרוקן א ספר דורך זיי?
Advertisement
דינסטאג פבואר 01, 2011 7:41 pm
ווענדט זיך אין סייז און צאל בלעטער.
זיי זענען אבער לימיטעד צו ביז 800 בלעטער, למשל א מנחת שי האב איך שוין נישט געקאנט קריגן ביי זיי.
דינסטאג פבואר 01, 2011 10:59 pm
זעהט עס אויס ווי א געהעריגער ספר וואס מען קויפט אין געשעפט?
אויב יא גיבט א לינק ביטע (דא אדער פריוואט). א דאנק.
זונטאג פבואר 06, 2011 10:00 pm
די ביבליאגראפיע ביים סוף פונעם ספר "השוחט והשחיטה בספרות הרבנות".
אז דער עולם איז פאראינטרעסירט, וועט מען זיך משתדל זיין אריינצולייגן די פולע ביאגראפיע.
- עטעטשמענטס
-

-

מאנטאג פבואר 07, 2011 10:26 pm
פארשריבן האט געשריבן:זיין ביכל "טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן" איז אין מיין באזיץ, און "השוחט והשחיטה" האב איך שוין געלעזט אלס בחור.
וואס טוט זיך מיט די אנדערע ספרים (ווי דורות הראשונים און נאך), וואו קען מען עס שאפן?
קענסט פרובירן ביי ארגינעלן אייגנטומער "הוצאת פעלדהיים". כמדומה שיש להם זייטל.
מאנטאג פבואר 07, 2011 10:32 pm
מאנטאג פבואר 07, 2011 10:36 pm
.
זונטאג פבואר 20, 2011 8:06 pm
געלינקטער האט געשריבן:http://www.feldheim.com/
נישט געטראפן דארט קיין שום ספר פון הרב יקותיאל יהודה.
מאנטאג פבואר 21, 2011 12:09 pm
ליפשיץ האט געשריבן:די מעשה מיט זיין ביבליאטעק גייט נאך סאך טיפער. זייענדיג א מוראדיגער אוהב ספר וידען נפלא, האט ער אריינגעלייגט זיין גאנצן האב און גוטס אין זיינע ביכער און ספרים בעת ווען אין שטוב איז נישט געווען קיין לחם לאכול. עס איז געווען א טיפע אנגעגעסנקייט צווישן די משפחה מיטגלידער אויף די אלע ביכער זיינע. זיי האבן געשפירט ווי ער האט פארטוישט דאס ביסן פון זייער מויל צוליב זיינע פריוואטע פארגעניגנ'ס. דעריבער, נאך זיין פטירה האבן זיי דאס פאר כעס ארויסגעשטויסן...
נישט דוקא 'ארויסגעשטויסען' נאר מנדב געווען פאר די רעפארמירטע 'היברו יוניאן קאליזש' פון סינסינעטי, זעה א בריוו פון א געוויסער מר. פאקס צו בלאך הידוע איבער די אוצר.
(תשוח"ח לידידי הי"ו על ההעתקה מאוסף בלוך)
- עטעטשמענטס
-

-

מאנטאג פבואר 21, 2011 9:38 pm
א דאנק אייך סקרענטאנער רב זז"ג פארן צוברענגען דעם אינטרעסאנטן בריוו.
פון דעם בריוו פארשטייט זיך אז זיינע נאך-נישט-געדרוקטע כתבים האבן זיי יא פארברענט.
ווי אויך זעהט מען אז ער איז געווען שטארק ארטאדאקסיש און עס וואלט אים געארט ווען ער ווייסט ווען אז עס וועט אנקומען צו א רעפארם-קאלידזש.
וויל איך נאר וויסן ווער עס איז דער אונטערגעשריבענער "משה זאב פאקס".
(ווי אויך אויב עמיצער קען מיר העלפן פארשאפן דעם "זכרון לראשונים", אהי' לו אסיר תודה).
דינסטאג פבואר 22, 2011 12:54 pm
האט מען למעשה געדרוקט דעם "לתקנות בנות ישראל"?
דינסטאג פבואר 22, 2011 7:18 pm
פארשריבן האט געשריבן:(ווי אויך אויב עמיצער קען מיר העלפן פארשאפן דעם "זכרון לראשונים", אהי' לו אסיר תודה).
די ערשטע 40 עמודים קענסטו קוקן אויף אוצר החכמה אנליין (די גאנצע קונטרס איז נאר 51 זייטן)
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?18745&BOOKS
דינסטאג פבואר 22, 2011 9:24 pm
פארשריבן האט געשריבן:געלינקטער האט געשריבן:http://www.feldheim.com/
נישט געטראפן דארט קיין שום ספר פון הרב יקותיאל יהודה.
דא איז דא צוויי
http://www.alibris.com/booksearch?mtype ... 12&hs.y=10
דינסטאג מרץ 01, 2011 7:34 pm
- עטעטשמענטס
-

-

דינסטאג מרץ 01, 2011 7:44 pm
- עטעטשמענטס
-

-

דינסטאג מרץ 01, 2011 7:49 pm
דאנערשטאג אפריל 14, 2011 2:31 pm
ספר הזכרונות, א טאג בוך דינענדיג אין אונגארישן מיליטער ביי די ערשטע קריג.
http://www.hebrewbooks.org/46730
זונטאג אפריל 17, 2011 1:20 pm
א שיינעם דאנק.
ער דערמאנט דעם ספר אין "טויזנט יאר אידיש לעבן" און ברענגט דארט אראפ היבש אביסל דערפון, עס זעהט אויס גאר אינטרעסאנט.
ד"א, זעה איך אז "פאַבליש יור ספר" האט נישט קיין "דרוק ווערסיע" דערפון. אלזא זאגט'זשע מיר ביטע - פון אייער ערפארונג - צו עס לוינט זיך זיי צו קאנטאקטן.
א דאנק פון פאראויס.
נ. ב. איך ווארט נאך אויף אן ענטפער פון אייך אויף מיין פריערדיגע פריוואטע מעלדונג.
פרייטאג מאי 13, 2011 8:50 am
מיטוואך יוני 29, 2011 9:26 pm
א ליסטע וואס געפינט זיך ביים סוף פונעם ספר "הרב ר' יוסף קארו וזמנו" וואס איז ערשינען אין יאר תשי"ד.
- עטעטשמענטס
-

-

מאנטאג נובמבר 07, 2011 1:33 pm
קרעדיט היברו בוקס
- עטעטשמענטס
-

- יקתואל יודא גרינוואלד.jpg (32.35 KiB) געזעהן געווארן 908 מאל
דאנערשטאג מרץ 22, 2012 1:56 pm
נאך א בריוו אינעם אוסף בלאך בנוגע דעם אוצה"ס און ארכיווען פון רי"י גר"וו.
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג פבואר 04, 2014 9:33 pm
עזר הרבה
להרב מרדכי ווילליגער זצ"ל בעת הגעתו לארה"ב
מאנטאג מרץ 30, 2015 10:54 am
farshlufen האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ר' יעקב גר"וו אבי הרי"י איז געווען א מחבר ספר?
גערעכט הרב מיללער, ער האט מחבר געווען א ספר
חלק יעקב - על פרקי אבות ארויס געגעבן דורך זיינע צוויי זון ר' אביגדור און ר' י"י.
ער האט זייער שיינע
הסכמות פון: דעם עצי חיים, שימלויער רב, ר' שאול בראך, ר' יוסף חיים זאנענפעלד, בעל קרן לדוד, בעל מעשי למלך ווייטצען, זכרונם לברכה.
אינטערעסאנט איז ווי אזוי ר' יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל שרייבט בענותנותו:
ועטרה זו ששמו עלי בעל כרחי בעה"ק ת"ו ג"כ אינה הולמת אותי, אולם הוצרכתי לקבל לצורך שעה, עד שעה שהי"ת ירחם וישלח הראוי לעטרה זו.
מצבת רבי יעקב גרינוואלד אבי רז"ל מסיגוט:

מצבת בנו ר' אביגדור משם:

קרעדיט: מצבות שטעלער