על ספרים וסופרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

אסאך מאל האב איך קליינע הערה'לעך וועגן ספרים אדער מחברים, און איך פיל נישט אז זיי זענען ווערד א באזונדער אשכול, און אן עגזעסטירינדע אשכול פאר זיי איז אויך נישט פארהאן, (אפשר אין די פארשטויבטע קעלערן, אבער נישט אויבנאויף)דעריבער טו איך גרינדן דעם אשכול.

[אויב סאיז שוין פארהאן אזאנס, ביטע צו-וויסן טון.

יישר כח,
יאנקל פיקניק.]
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אונז גייען עס follow'ען מיט פארגעניגן!
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

ס'קומט די יארצייט פון בן איש חי, צווישן די פילע ספרים וואס ער האט מחבר געווען איז פארהאן א ספר "מקבציאל", אט דער ספר ווערט כמה פעמים דערמאנט דורכן מחבר בתוך שאר ספריו, אבער ס'איז למעשה נישט בנמצא. סהאט איינער לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר מקבציאל מיוחס להבן איש חי, אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די כתב יד וואס יענער האט געטראפן גאר עפעס אנדערש, ס'איז טיוטות פון ספר בן איש חי.

פארוואס פארצייל איך דאס? ווייל איך האב געעפנט ביידע און זיי משוה געווען ס'איז צו שטוינען די קאפ און מח, און די גרויס חכמה וואס די בן איש חי האט אריינגעלייגט אין זיין לשון, ס'זאל זיך ליינען לייכט, גרינג אריינגיין אין קאפ, און ווערן געדענקט מסודר'דיג.

איך בין מייעץ ווער ס'וויל האבן אן עונג שבת זאל משווה זיין די צוויי ספרים.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

חוח בין השושנים האט געשריבן:אונז גייען עס follow'ען מיט פארגעניגן!

חוח טייערע, וואס באגעניגנסטו זיך מיט follow'ען, מיר ווילן אויך הערן וואס דו האסט צוצולייגן!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פיינער איינפאל

אי"ה, וועל מיר מוסיף זיין ווען מ'וועט אונז באשערן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

פארשטייט זיך אז אויב ס'וועט זיך אנטוויקלען א לענגערע שמועס פון א געוויסע תגובה, וועט מען עס אנטיילן אלס א באזונדער אשכול.
סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

כתבי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוד שיח »

יש ספר כתבי קודש מהמגיד מקאזניץ זיע"א עם ארבעה מיטיבי לכת הבעש"ט המגיד הבארדיטשובער רב והמגיד מקאזניץ.
יש המעוררין על הספר וסוברים שאינו נכון מה הטעם לכך?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: כתבי קודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סוד שיח האט געשריבן:יש ספר כתבי קודש מהמגיד מקאזניץ זיע"א עם ארבעה מיטיבי לכת הבעש"ט המגיד הבארדיטשובער רב והמגיד מקאזניץ.
יש המעוררין על הספר וסוברים שאינו נכון מה הטעם לכך?


לא שמעתי עד עכשיו מעררין על זה, אדרבה נא לציין דברי המעררים.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

פיק ניק האט געשריבן:ס'קומט די יארצייט פון בן איש חי, צווישן די פילע ספרים וואס ער האט מחבר געווען איז פארהאן א ספר "מקבציאל", אט דער ספר ווערט כמה פעמים דערמאנט דורכן מחבר בתוך שאר ספריו, אבער ס'איז למעשה נישט בנמצא. סהאט איינער לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר מקבציאל מיוחס להבן איש חי, אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די כתב יד וואס יענער האט געטראפן גאר עפעס אנדערש, ס'איז טיוטות פון ספר בן איש חי.

פארוואס פארצייל איך דאס? ווייל איך האב געעפנט ביידע און זיי משוה געווען ס'איז צו שטוינען די קאפ און מח, און די גרויס חכמה וואס די בן איש חי האט אריינגעלייגט אין זיין לשון, ס'זאל זיך ליינען לייכט, גרינג אריינגיין אין קאפ, און ווערן געדענקט מסודר'דיג.

איך בין מייעץ ווער ס'וויל האבן אן עונג שבת זאל משווה זיין די צוויי ספרים.


ס'איז וואס?
און וועלעכע ביידע?

ביטע שריי מיר נישט אן עם הארץ...לא הביישן למד..
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

טיוטה=דרעפט
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אהרן הלוי האט געשריבן:טיוטה=דרעפט


דאנקע שעהן
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

רבי מנשה רייזמאן שליט״א דערמאנט פאריגע וואך ביים יארצייט אז ווען די אמעריקאנע זענען אריין אין באגדאד ביי די גאלף מלחמה האבן זיי געטראפן כתבי יד פון בן איש חי זצ״ל וואס דער מקבציאל האט געדארפט זיין דארט, רבי עובדי׳ יוסף זצ״ל געטון השתדלות עס צו באקומען. וואס איז געווארן למעשה ווייסט ער נישט.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

shalsheles האט געשריבן:רבי מנשה רייזמאן שליט״א דערמאנט פאריגע וואך ביים יארצייט אז ווען די אמעריקאנע זענען אריין אין באגדאד ביי די גאלף מלחמה האבן זיי געטראפן כתבי יד פון בן איש חי זצ״ל וואס דער מקבציאל האט געדארפט זיין דארט, רבי עובדי׳ יוסף זצ״ל געטון השתדלות עס צו באקומען. וואס איז געווארן למעשה ווייסט ער נישט.

דאס איז אנטערסאנט, כידוע איז ער מיט אסאך זאכן געווען מחולק מיט בו איש חי.

למעשה כהיום איז עס נישט דא.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דאס אז ער איז געווען מחולק האט איהם נישט געמאכט ער זאל נישט וועלן זעהן דעם ספר (אפשר גאר פארקערט...), ער איז געווען מחולק אויך מיטן כף החיים און דאך האט ער צוגעענדיגט דעם כף החיים די לעצטע סימן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

איינס האט געשריבן:דאס אז ער איז געווען מחולק האט איהם נישט געמאכט ער זאל נישט וועלן זעהן דעם ספר (אפשר גאר פארקערט...), ער איז געווען מחולק אויך מיטן כף החיים און דאך האט ער צוגעענדיגט דעם כף החיים די לעצטע סימן

גערעכט.
[quote="איינס"(אפשר גאר פארקערט...), [/quote]
;l;p-
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
וואס איז געווארן? קודם דאס, פאר מער קומט אין אישי

shalsheles האט געשריבן:רבי מנשה רייזמאן שליט״א דערמאנט פאריגע וואך ביים יארצייט אז ווען די אמעריקאנע זענען אריין אין באגדאד ביי די גאלף מלחמה האבן זיי געטראפן כתבי יד פון בן איש חי זצ״ל וואס דער מקבציאל האט געדארפט זיין דארט, רבי עובדי׳ יוסף זצ״ל געטון השתדלות עס צו באקומען. וואס איז געווארן למעשה ווייסט ער נישט.


דאס איז געווארן

http://www.sefer.org.il/Product/3614367 ... 7%97%D7%99

ספר 'ברכת הרי"ח' על התורה ופרקי אבות, לרבינו יוסף חיים זצוק"ל בעל הבן איש חי, אשר נתגלה בכתבי יד אשר נמצאו במרתפים אשר בארמונות בגדד.

און נאכדעם דאס

http://www.sefer.org.il/Product/3616071 ... 7%97%D7%99

ברכת הרי"ח חלק ג' / בן איש חי.

בשעה טובה הגיע הספר למלאי!!!!

ספר ברכת הרי"ח )ח"ג ( – אוסף כתבים ממרן רבינו יוסף חיים- הבן איש חי.



לאחרונה ממש האיר וזרח ספר ברכת הרי"ח מכתב יד קדשו של רבן של ישראל מרן בעל הבן איש חי.

ספר זה מצטרף לשני הכרכים הקודמים שיצאו מכת"י הבן איש חי על התורה בעת האחרונה ונתקבלו בברכה בכל תפוצות ישראל.

הספר מחולק למספר מדורים:

מדור דרושים - בו נכללו דרושים רבים שלא ראו אור מעולם ומקורם בכתב יד המעתיק שהעתיקם בבגדאד מתוך צרורות כתבים
של רבינו, בין הדרושים נמצא הספד נדיר על מורו ורבו הנערץ רבי עבדאללה סומך זצוק"ל בעל הזבחי צדק. מדור התשובות, חלקם חדשים ממש,
ובחלקם תשובות שנדפסו כבר בספרו רב פעלים, אולם פעמים רבות נמצא בהם שינויים משמעותיים ותוספות חשובות של סברות ציונים ומקורות.
תחת כל תשובה עבודה נהדרת של צוות ת"ח חברי המכון שעקב אחר כל פסקא ופסקא בדיוק נמרץ וסקירת כל המקורות בשאר ספרי המחבר.

מדור בקשות ותפילות- מופיעים בו בקשות ותפילות ייחודיות שנעתקו מכת"י רבינו ולא נדפסו בספרי תפילותיו - לשון חכמים.

מדור הגהות - בו נתאספו הגהות וגליונות משארית פליטת אוצר ספרי הבן איש חי אשר באו לידינו. בסוף הספר קובע ברכה לעצמו.

מדור ליקוטי שמועות- נכללו בו אסופת שמועות מפי קדשו של רבינו בהם פירושי תנ"ך ואגדות, וכן פסקים והלכות מתוך כתבי יד וספרים נדירים מחכמי דורו.

פירוט הספרים, הכתבים ומחבירהם מהם נשאבו השמועות מופיע בסוף המדור.



ועוד היד נטוי'.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

די מעשה מיט די ארמיי אין באגדאד איז גאנץ אינטרעסאנט און כנהוג איז עס מן הסתם שוין געווען באריכטע אין כמעט יעדע אידישע אויסגאבע.

בקיצור נמרץ, אין די לעצטע טעג אדער שעות פון סאדאמ'ס הערשאפט האבען זיי פארפלייצט די בעיסמענט ווי די ריזיגע אידישע אוצרות זענען געווען און זיי שווער געשעדיגט. דער אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעפאפמט די וואסער און אונטערגעפירט פירסט עיד פאר די ספרים וכתבי ידות מיט די הילף פון פראוויזארישע פענס און די נאטירליכע זין.

שפעטער האט מען זיי אפגעשיקט קיין אמעריקא ווי די עקספערטן האבען געארבייט בלאט בלאט צו ראטעווען וויפיל מען קען. עס דארף צו זיין א גאנצע וועבסייט פון וואס מען האט מצליח געווען צו ראטעווען און איז געבליבן ליינבאר, דארט האט א מומחה אינדעציפירט כתבים פונעם בא''ח און דאס האט מען געדרוקט.

עס איז געווען באריכטעט אז איראק איז צוריק תובע די אוצרות און כמובן די מאכטפולע אמעריקאנע אידישע אורגאניזאציעס האבען זיך קעגן געשטעלט ווייל דאס זענען דאך בארויבטע אידישע אוצרות מיט געהעריגע יורשים. איך געדענק נישט יעצט כרגע וואס עס האט זיך אויסגעקאכט, מעגליך אז מען שלאגט זיך נאך.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

יש מבין האט געשריבן:די מעשה מיט די ארמיי אין באגדאד איז גאנץ אינטרעסאנט און כנהוג איז עס מן הסתם שוין געווען באריכטע אין כמעט יעדע אידישע אויסגאבע.

בקיצור נמרץ, אין די לעצטע טעג אדער שעות פון סאדאמ'ס הערשאפט האבען זיי פארפלייצט די בעיסמענט ווי די ריזיגע אידישע אוצרות זענען געווען און זיי שווער געשעדיגט. דער אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעפאפמט די וואסער און אונטערגעפירט פירסט עיד פאר די ספרים וכתבי ידות מיט די הילף פון פראוויזארישע פענס און די נאטירליכע זין.

שפעטער האט מען זיי אפגעשיקט קיין אמעריקא ווי די עקספערטן האבען געארבייט בלאט בלאט צו ראטעווען וויפיל מען קען. עס דארף צו זיין א גאנצע וועבסייט פון וואס מען האט מצליח געווען צו ראטעווען און איז געבליבן ליינבאר, דארט האט א מומחה אינדעציפירט כתבים פונעם בא''ח און דאס האט מען געדרוקט.

עס איז געווען באריכטעט אז איראק איז צוריק תובע די אוצרות און כמובן די מאכטפולע אמעריקאנע אידישע אורגאניזאציעס האבען זיך קעגן געשטעלט ווייל דאס זענען דאך בארויבטע אידישע אוצרות מיט געהעריגע יורשים. איך געדענק נישט יעצט כרגע וואס עס האט זיך אויסגעקאכט, מעגליך אז מען שלאגט זיך נאך.




וואספארא אינטערעסע האבן די איראקע רשעים געהאט עס צי פארניכטן? און אויב שוין יא פארניכטן פארוואס האבן זיי עס געהאלטן ביז דאן?
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ער האט געמאכט אויף די גאנצע פסוק.

בו איש חי רב פעלים מקבציא' וכו
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:ער האט געמאכט אויף די גאנצע פסוק.

בו איש חי רב פעלים מקבציא' וכו

בן איש חיל
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

יש מבין האט געשריבן:די מעשה מיט די ארמיי אין באגדאד איז גאנץ אינטרעסאנט און כנהוג איז עס מן הסתם שוין געווען באריכטע אין כמעט יעדע אידישע אויסגאבע.

בקיצור נמרץ, אין די לעצטע טעג אדער שעות פון סאדאמ'ס הערשאפט האבען זיי פארפלייצט די בעיסמענט ווי די ריזיגע אידישע אוצרות זענען געווען און זיי שווער געשעדיגט. דער אמעריקאנער ארמיי האט ארויסגעפאפמט די וואסער און אונטערגעפירט פירסט עיד פאר די ספרים וכתבי ידות מיט די הילף פון פראוויזארישע פענס און די נאטירליכע זין.

שפעטער האט מען זיי אפגעשיקט קיין אמעריקא ווי די עקספערטן האבען געארבייט בלאט בלאט צו ראטעווען וויפיל מען קען. עס דארף צו זיין א גאנצע וועבסייט פון וואס מען האט מצליח געווען צו ראטעווען און איז געבליבן ליינבאר, דארט האט א מומחה אינדעציפירט כתבים פונעם בא''ח און דאס האט מען געדרוקט.

עס איז געווען באריכטעט אז איראק איז צוריק תובע די אוצרות און כמובן די מאכטפולע אמעריקאנע אידישע אורגאניזאציעס האבען זיך קעגן געשטעלט ווייל דאס זענען דאך בארויבטע אידישע אוצרות מיט געהעריגע יורשים. איך געדענק נישט יעצט כרגע וואס עס האט זיך אויסגעקאכט, מעגליך אז מען שלאגט זיך נאך.

דא האסטו וואס דער מוציא לאור אליינס שרייבט
אטעטשמענטס
1234.png
1234.png (703.98 KiB) געזען 2769 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:ער האט געמאכט אויף די גאנצע פסוק.

בו איש חי רב פעלים מקבציא' וכו

בן איש חיל


דער קרי איז חיל, אבער דער כתיב איז חי, די גמרא אין ברכות יח ע"ב פרעגט אויף דעם 'וכי כולי עלמא מתים נינהו'.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ער האט אויך א ספר בן איש חיל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: על ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גערעכט, נישט געוואוסט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

השאיר צאצאים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ר' יהושע וייס היה תלמיד רבי אליעזר דוד גרינוולד בישיבת צעלהים ובישיבת ווישווה, והיה מחכמי באנפי-הוניאד. בשנת תש"ג גוייס לגדוד העבודה בצבא ההונגריה ונשלח אל מותו באוקראינה
.הגיע אליי ספר עם סיפור מצמרר, יחיד מסוגו בספרות התורנית.
הספר נקרא 'כתר תורה'. הוא נדפס בתקופת השואה, בשנת תש"ג (1943). המחבר, ר' יהושע וייס, התפרנס מיגיע כפיו, וקבע עיתים לתורה. בלימודו הוא גילה שכל תרי"ג מצוות רמוזות במילה 'בראשית' הפותחת את התורה, ויצר מכך את את החיבור 'כתר תורה - צירופי בראשית'.
תוך כדי שהספר נדפס, נלקח המחבר על ידי הנאצים ימ"ש להשמדה, יחד עם בני משפחתו.
הנאצים תפסו גם חלק מפועלי הדפוס, ורצחו אותם, טרם שהספיקו להשלים את ההדפסה. מאות העותקים (החלקיים) שהודפסו, היו מוטלים במשך חודשים, ואולי אף שנים, בבית הדפוס.
אחרי השואה חזרו למקום כמה מניצולים בני הקהילה (ובתוכם גם מנהל הדפוס), וגילו את הספרים המיותמים. כתב היד כבר לא היה שם.
את הספרים, שרידי תורתו של המחבר, אספו חבריו הניצולים בחרדת קודש. בעמוד האחרון - שהוא כאמור אמצעו של החיבור המקורי - הם הדביקו פתק קטן ובו שלוש שורות:
"יותר לא נדפס, [מפני] שנאבד הכתב יד בשנות המלחמה, והמחבר הלך לעולמו – ה' ינקום דמו. וחבל על דאבדין".
(צילום העמוד האחרון עם הפתק – בתגובה הראשונה).
ר' יהושע נולד בצעהלים והיה שו"ב בזענטא ובבאנפי-הוניאד. בהקדמת ספרו "כתר תורה", הזכיר את ייחוסו. אימו מרת הינדל, היה בת ר' פנחס מלייפניק, בן ר' אברהם בן ר' חנניה ברגר תלמיד הנודה ביהודה. ר' אברהם הנ"ל היה תלמידו של ה"ברוך טעם" וחתנו של רבי פנחס זעליג ברגר (תקפ"ד-תרע"א) מקהילת עצהלים שלמד בישיבת הגאון רבי יהודה אסאד בסעמניץ.
אטעטשמענטס
KT1.jpg
KT1.jpg (469.58 KiB) געזען 3108 מאל
KT.jpg
KT.jpg (317.95 KiB) געזען 3108 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”