וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:06 am

דייקן האט געשריבן:מוסר און חסידישע ספרים דארף יעדער איינער לערנען לויט וואס זיין הארץ ציט עם און וואס העלפט עם זיין שטארק אין אמונה בתמימות און אין זיך מתגבר זיין אויפן יצה"ר און וואס ווארעמט עם אן צו טאן מצוות מיט א ווארעמקייט אא"וו, ממילא איז לכאו' די ריכטיגע זאך אז מען זאל פראבירען לערנען אביסעל אין אסאך ספרים (פארשטייט זיך פון די באקאנטע אנגענומענע אין די קרייז פון די לומד, וואס זענען נתחבר געווארען דורך צדיקי אמת) און זען וואס איז די בעסטע פאר עם צו לערנען [דאס איז נישט געזאגט ביי די ספרים וואס צדיקים האבען געזאגט אז די ווערטער פון די ספר אליינס איז מקדש ומטהר, לדוגמא די זוה"ק און אוהחה"ק], איז ממילא מאכט נישט אויס פאר קיינעם וואס איך פערזענליך לערען.

איך וועל נאר שרייבען איין ספר וואס איך בין מקפיד צו לערנען בקביעות, וואס איך מיין אז לגבי דעם מעג יעדער איינער אויך אזוי טאן, און דאס איז אז איך לערען יעדע וואך די גאנצע רש"י אויף די פרשה (פאר דקדוק רש"י'ס איז די ספר לקט בהיר א מוראדיגע הילף), און די סיבות צו דעם איז דריי, איין סיבה איז פשוט אז די חומש איז דאך די יסוד פאר גאנץ אידישקייט און פאר די גאנצע תושבע"פ, איז וויאזוי קען מען זיין א ת"ח מדרבנן און א ע"ה מדאורייתא, די צווייטע סיבה איז אז עס ווערט דאך געפסקנ'ט אין שו"ע סי' רפ"ה סע' ב' אז א יר"ש זאל מעביר סדרה זיין מיט די תרגום און רש"י, און צדיקים האבען געזאגט אז עס גייט אויך פארקערט, ד. ה. אז אויב מען איז מעביר סדרה יעדע וואך און מען לערענט די רש"י וועט מען ווערען א יר"ש, [בדרך אגב איז דא די פלאץ צו מעורר זיין איבער דעם וואס פילע בחורים און יונגעלייט זענען ליידער נישט מקפיד צו זיין מעביר סדרה יעדע וואך, וואס איז א פשוטע חיוב, און עס איז נישט אזוי שווער], און די דריטע סיבה איז אז עס איז באקאנט וואס די שר שלום פון בעלזא זצ"ל האט געזאגט אז אויב לערענט מען יעדע וואך חורש"י פון די גאנצע פרשה וועט מען אין יענע וועלט זיין אין די היכל פון רש"י הק' (וידוע הסיפור שהיה לפני כחמישים שנה, שבחור נהרג בתאונה ובא בחלום לחבירו וא"ל שהוא בהיכלו של רש"י, ולאותו בחור היה קביעות ללמוד בכל שבוע כל החורש"י של הסידרה), נו, פרעג איך אייך רבותי, אויב וואלט געווען א מימרא אז אויב לערענט מען יעדע וואך די חורש"י איז מען פארזיכערט מיט פרנסה בריוח וואלטען עס דען נישט געלערענט פיל פיל יונגעלייט, איז יעצט אז עס איז דא א מימרא אז מען וועט זיין לעולמי עד אין די היכל פון רש"י דארף מען עס אודאי לערנען.

בדרך אגב איז אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געשריבען פון די קונטריסים פון הרה"צ ר' מיילעך בידערמאן שליט"א באר הפרשה, וואס ווי באקאנט איז עס זייער גוט צו שטארקען די אמונה און ביטחון, און אז מען זאל שפירען די אמונה ווי א ממשיותדיגע זאך (כעין מה שידוע שכשהח"ח למד עשרת המכות שחק בפה מלא, לפי שהאמונה שלו היה באופן חושי), און איך האב געהערט פון איינער וואס איז געווען אמאל אויף א עראפלאן מיט א' מצדיקי דורינו שליט"א, און ער האט געזען אז ער האט געהאט מיט זיך א קליינע גמרא און די באר הפרשה.

;l;p-

איך מיין ס'איז די ערשטע תגובה וואס איך בין מסכים מיט דיר אינגאנצן.... :grin:

אוועטאר
אלטער
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:13 am

א יונגערמאן האט מיר געזאגט אז ער האט אמאל געפרעגט דעם ברך משה זצ"ל וועליכע ספר ער זאל לערנען, האט ער עם געזאגט נועם מגדים

א צווייטער האט מיר געזאגט אז דער ברך משה האט עם געזאגט צו לערנען דברי יואל
אסדר פאר ראש הקהל

ווייל איך גיי מיטן געווינער!

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7667
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:00 pm

און דער ברך משה אליין אויפן קליפ אויפן עראפלאן זעהט מען עם לערנען ברך משה...
דביה תחדי נפשא

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:18 pm

זייער א שיינע אשכול.

איך לערן קודם די ספרים פון מיין רבי, די ברסלבע ספרים, ליקו''מ, ליקו''ה און די אנדערע.
וואס דאס איז מיין מורה דרך אין אלע חלקים פון מיין לעבן, און דאס ווייזט מיך וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן אין יעדע מקום און אין יעדע זמן לויט די מצב. און אז אלע ידיעות וואס איך ווייס פון די אנדערע ספרים זאל איך קענען טאקע אויספירן און מקיים זיין כרצון ה'.

אין ספרי חסידות לערן איך דגל מחנה אפרים, וואס איז ווי איך רוף עס 'די אריגינעלע חסידות' פונעם הייליגן בעש''ט, און דאס ענדיג איך יעדע וואך.
עס איז מיר ממש מחיה און איך זע דארט מורא'דיגע רמזים און התעוררות און דרכים אין עבודת ה'. ווי אויך מאור עינים, תולדות יעקב יוסף ועוד.

אין ספרי מוסר לערן איך אלע ספרים אויפן סדר, איך האב לעצטנס גענדיגט ראשית חכמה און נאכדעם אורחות צדיקים, און יעצט לערן איך קב הישר וואס איז ממש א מורא'דיגע ספר.
ווי אויך ליין איך אסאך סיפורי צדיקים וואס איז אין געוויסע בחינה די גרעסטע מוסר ספר, אויב ווייסט מען וויאזוי עס צו לערנען.

די עיקר איז אז מען זאל זוכן דעם אייבערשטן באמת און לערנען די אלע ספרים צו קענען דינען דעם אייבערשטן און אים מאכן א נחת רוח און אויפטון וואס מען דארף דא אויפטון אויף דער וועלט, דעמאלטס, אז מען מיינט באמת דעם אייבערשטן און די תכלית הנצחי, דעמאלטס איז אלעס גוט און די אייבערשטער פירט שוין אויף די ריכטיגע וועג אין אלע ענינים. און פארשטייט זיך אסאך בעטן דעם אייבערשטן 'הוריני ה' דרכך אהלך באמיתך', 'תנחני בדרך האמת'. ולא עליך המלאכה לגמור ולא אתה בן חורין להיבטל ממנה.

בית המשתה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך בית המשתה » דאנארשטאג מאי 28, 2020 4:57 pm

יעדע וואך שבת לערן איך דורך א גרויס חלק פון ספר דברי יואל הערליכע שיינע דרושים ע"ד הפשט געבויעט אויף גמרות רמב"ם'ס זוה"ק ועוד וואס איו די ענדע ווערט ווינדערליך צאמגעפלאכטן.

נאכדעם פאר א חסידישע ספר מיט שיינע רמזים גימטריאות נוץ איך עטרת ישועה

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 8:30 am

חמרא טבא האט געשריבן:און דער ברך משה אליין אויפן קליפ אויפן עראפלאן זעהט מען עם לערנען ברך משה...

סוף ימיו. געווען אזא מנהג ביי אסאך צדיקים צי חזר'ן די אייגענע תורות אויף די עלטער בכדאי צי קענען ביים פארהער פונם בי"ד של מעלה

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 31, 2020 8:32 am

אז מ'רעדט שוין, מיין פאטער האט דער סאטמארער רב זצ"ל געזאגט ביים תפילין לייגן צי לערנען תפארת שלמה בקביעות, וכן הוא נוהג

משה הירש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:39 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך משה הירש » זונטאג מאי 31, 2020 8:08 pm

בית המשתה האט געשריבן:יעדע וואך שבת לערן איך דורך א גרויס חלק פון ספר דברי יואל הערליכע שיינע דרושים ע"ד הפשט געבויעט אויף גמרות רמב"ם'ס זוה"ק ועוד וואס איו די ענדע ווערט ווינדערליך צאמגעפלאכטן.

נאכדעם פאר א חסידישע ספר מיט שיינע רמזים גימטריאות נוץ איך עטרת ישועה

און די שריפט. לכבוד יו''ט שבועות. און די מאמר סופרי המלך. שרייבט ער אז הרה''ק רבי הערשיל'ע ספינקא'ר זצ''ל. פלעט הייסען פאר חסידי סאטמאר. צו לערנען פרייטג צו נאכטס דברי יואל

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יוני 01, 2020 12:09 pm

הערליכער אשכול – שכוח @שמחו און אלע חברים המגיבים
וגם אני אענה חלקי.

משך די וואך הער איך אויס שיעורי האדמו"ר מטאלנא שליט"א, הערליך שיין מתוק מדבש, געשמאקע רעיונות אויך אויף למעשה.

ווי עטליכע אנדערע חברים דא, לערן איך אויך ספה"ק עבודת עבודה, וואס איז ממש... עס פלאמט אויף 'זיך שוין צו נעמען', יעדע וואך אן אנדערע ענין מיט אזא זיסקייט.

אויך לערן איך באר משה אדער דעת משה פון הרה"ק ר' משה אליקים בריעה מ'קאזניץ זי"ע, וואס איך שפיר עס רעדט צו מיר.

איך פארשטיי וואס @אלטער שרייבט איבער ספה"ק ברך משה יעדן פרייטיג צונאכטס מיטן קאווע. ביי מיר איז עס פון מיינע געשמאקסטע 'עונג יו"ט', ווי למשל סוכות נאך די סעודה אין די לופטיגע סוכה, אדער חנוכה ביי די לעכטעלעך, זיך צו זעצן מיט א 'ברך משה' און אזוי דורכגיין דרוש נאך דרוש. אה!
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך simcha » מאנטאג יוני 01, 2020 2:35 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:הערליכער אשכול – שכוח @שמחו און אלע חברים המגיבים
וגם אני אענה חלקי.

. אה!

שכויעך פארן באדאנקן.
גראדע הנאה געהאט פון דיין תגובה, גאנץ אייגנארטיג, דו לערנסט די ספרים פון ר' משה'לע קאזשניצער, טאקע זייער שיין און הארציג.
און נאכדעם הערסטו די שיעורים פונעם טאלנער, איך פלעג גראדע גיין לייוו צו זיינע מלוה מלכה'ס אין ירושלים. ער רעדט זייער גוט.
און נאכדעם פלאקערסטו דיך אויף מיט טאהשער רבי'ס געוואלדיגע ספרים.
זייער אינטערעסאנט. שכויעך פארן עס אראפשרייבן.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג יוני 01, 2020 2:45 pm

הייליגע אשכול!
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג יוני 01, 2020 2:50 pm

ואענה גם אני

חומש רש"י (פארוואס? הלכה פון חייב להשלים)
גמרא תוספת, (האלט מיר ביי די אמונה)
מסילת ישרים (זייער פראקטיש אויף למעשה, הפך בה דכולה בה)
סאטמאר רב'ס תורות (ווער עס וויל וויסן פארוואס זאל אליינס פרובירן)
חובת הלבבות (קעןמען דען אנדעם)
באר מים חיים/ לקוטי אמרים תניא (יראת חטא)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 01, 2020 3:03 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:און דער ברך משה אליין אויפן קליפ אויפן עראפלאן זעהט מען עם לערנען ברך משה...

סוף ימיו. געווען אזא מנהג ביי אסאך צדיקים צי חזר'ן די אייגענע תורות אויף די עלטער בכדאי צי קענען ביים פארהער פונם בי"ד של מעלה

האט נישט מיט סוף ימיו, שטייט פון צדיקים ובתורת"ו יהגה יומם ולילה, מ'זאל לערנען די אייגענע תורה (ברך משה איז פשוט ארויסגעקומען סוף ימיו)
דער ספר דברי יואל איז אויך נישט אראפ פון רבינ'ס טיש פון ווען ס'איז ארויסגעקומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 01, 2020 3:07 pm

יוד אלף האט געשריבן:ואענה גם אני

חומש רש"י (פארוואס? הלכה פון חייב להשלים)
גמרא תוספת, (האלט מיר ביי די אמונה)
מסילת ישרים (זייער פראקטיש אויף למעשה, הפך בה דכולה בה)
סאטמאר רב'ס תורות (ווער עס וויל וויסן פארוואס זאל אליינס פרובירן)
חובת הלבבות (קעןמען דען אנדעם)
באר מים חיים/ לקוטי אמרים תניא (יראת חטא)

איינס ביי איינס געוואלדיג, אבער פון נאך גמרא תוס' וואו האסטו צייט פאר 'אלעם' אויפאמאל, חוץ אז דו ביסט א יושב אהל

איך האב מיך מיינע פאר ספרים צו וואס איך בין שטארק מקושר, אבער די לעצטע פאר יאר האב איך אנגעהויבן אין א סדר דורכצוגיין די ספרי חסידות הראשונים אין א רייע וואך נאך וואך, ווי אוהב ישראל, עבודת ישראל, דגל, ערבי נחל ועוד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג יוני 01, 2020 3:16 pm

מי יודע האט געשריבן:

איינס ביי איינס געוואלדיג, אבער פון נאך גמרא תוס' וואו האסטו צייט פאר 'אלעם' אויפאמאל, חוץ אז דו ביסט א יושב אהל

גמרא תוספת האב איך א שיעור ביינאכט, צופרי לויף איך עס איבער, איך לערן בערך א בלאט א וואך טיילמאל ווייניגער, חזרה איז רעגאלער און סקעדזשעל.

און אפיס אויפן דעסק ליגט מיר א חומש און א חובת הלבבות.

מסילת ישרים איז א חלק פון קריאת שמע שעל המטה.

די אנדערע זענען בעיקר שבת.

יושב אוהל? אין א געווענליכע טאג שטופ איך נישט אריין מער ווי 2 שעה תורה,
און יא אויב שטייט מען אויף שפעטער פון זעקסע איז מען אויף צרות.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 01, 2020 3:27 pm

יוד אלף האט געשריבן:

נישט מער ווי א בלאט א וואך? כאטש גוט בעיון?
מסילת ישרים חלק פון קר"ש קען איך פארשטיין
אבער חובת הלבבות אין אפיס אויפן טיש זעה איך נישט ווען מ'קען לערנען חוץ אז דו דאוונסט עס
שבת, יא איז דא אסאך צייט צו לערנען (אויב מ'קויפט נישט די אלע צייטונגען און מאגאזינען)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מקץ
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מקץ » מאנטאג יוני 01, 2020 3:56 pm

חומש רש"י חוק ולא יעבור, ב"ה, עס גיט אזא גוטע געפיל אז מ'לעבט מיט די פרשה

בית אברהם פונעם סלאנים בארנאוויטשער רבי'ן. מתוק לחיך מדי שבת בשבתו ומועד במועדו. דער ספר איז קינצליך געשריבן מיט די הרגשה ווי מזיצט ביי זיין טיש און מ'הערט לעבעדיג די זיסע הארציגע תורות. לעצטנס איז ארויסגעקומען קובץ שיחת קודש, אסאך תורות ארגינעל ווי ס'איז געזאגט געווארן אויף אידיש. מורא'דיג.

ליקוטי תורה - תורה אור, ס'הייבט ממש אויף די אידישע נשמה צו מרגיש זיין און פארשטיין דאס גרויסקייט פון א מצוה און א יום טוב.

בני יששכר, זיין הייליגע ליכטיגע לשון און שיינע חידושים אויף יעדן זמן שיינט אריין טיף טיף.

כתבי רמ"מ, קביעות צען בלאט יעדן מוצש"ק. (אין די אלטע ארגינעלע בע'טעמ'טע טייפרייטער דרוק, נישט די נייע צוגעשטיקלטע מיט תרגום לעברית)

ליקוטי מהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און ליקוטי הלכות, דער צדיק און דער גרויסער תלמיד וואס טרייסט און גלעט, מאנט און פאדערט, אמונה, תפלה, התחזקות, צעקה, העיקר מה שקורין 'זיך דערהאלטן'...

עבודת ישראל, הערליכע ווארימע שטיקלעך כמעט יעדע וואך, מלא יסודות בעבודת ה'.

מי השילוח, יעדע וואך עטליכע קורץ און שארפע שטיקלעך, א געשמאק ווי עס ברויך צו זיין.

תורת אמת, רבי לייבעלע אייגער, א הימלדיגע שפראך מלא חיזוק והתעלות.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג יוני 01, 2020 4:07 pm

מי יודע האט געשריבן:
נישט מער ווי א בלאט א וואך? כאטש גוט בעיון?
מסילת ישרים חלק פון קר"ש קען איך פארשטיין
אבער חובת הלבבות אין אפיס אויפן טיש זעה איך נישט ווען מ'קען לערנען חוץ אז דו דאוונסט עס
שבת, יא איז דא אסאך צייט צו לערנען (אויב מ'קויפט נישט די אלע צייטונגען און מאגאזינען)

שוין, פריער האסטו מיר מקנא געווען, און יעצט...
מאגעזינען פיט נישט מיין בודזשעט.
למעשה דאס זענען מיינע למודים, וויפיל איך לערן חובת הלבבות? דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין, אבער דאס ליגט מיר, איין מאל מער איינמאל ווייניגער.

וואס איז די עבירה פון א בלאט א וואך? איך לערן יעדען טאג פון 9 ביז 10 אווענט (מיין חברותא לאזט נישט שמועסן) דאס איז וואס מיר קומען אן, שוין פרובירט זכרו, וואס זאל איך טוען אז איך מוז קענען צוזאמנעמען א סוגיא ווייניגסטנס מיט די שיטת הראשונים אויבנאויף, אדרבה האסט אן עצה?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 01, 2020 4:14 pm

יוד אלף האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
נישט מער ווי א בלאט א וואך? כאטש גוט בעיון?
מסילת ישרים חלק פון קר"ש קען איך פארשטיין
אבער חובת הלבבות אין אפיס אויפן טיש זעה איך נישט ווען מ'קען לערנען חוץ אז דו דאוונסט עס
שבת, יא איז דא אסאך צייט צו לערנען (אויב מ'קויפט נישט די אלע צייטונגען און מאגאזינען)

שוין, פריער האסטו מיר מקנא געווען, און יעצט...
מאגעזינען פיט נישט מיין בודזשעט.
למעשה דאס זענען מיינע למודים, וויפיל איך לערן חובת הלבבות? דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין, אבער דאס ליגט מיר, איין מאל מער איינמאל ווייניגער.

וואס איז די עבירה פון א בלאט א וואך? איך לערן יעדען טאג פון 9 ביז 10 אווענט (מיין חברותא לאזט נישט שמועסן) דאס איז וואס מיר קומען אן, שוין פרובירט זכרו, וואס זאל איך טוען אז איך מוז קענען צוזאמנעמען א סוגיא ווייניגסטנס מיט די שיטת הראשונים אויבנאויף, אדרבה האסט אן עצה?

האב איך דאס געפרעגט, אויב דו לערנסט בעיון, אויב לערנסטו מיט תוס' און ראשונים רעד איך אפילו נישט אריין, טוב מעט בכוונה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך simcha » מאנטאג יוני 01, 2020 6:14 pm

מקץ האט געשריבן:חומש רש"י חוק ולא יעבור, ב"ה, עס גיט אזא גוטע געפיל אז מ'לעבט מיט די פרשה

כתבי רמ"מ, קביעות צען בלאט יעדן מוצש"ק. (אין די אלטע ארגינעלע בע'טעמ'טע טייפרייטער דרוק, נישט די נייע צוגעשטיקלטע מיט תרגום לעברית)

ליקוטי מהר"ן, שיחות הר"ן, סיפורי מעשיות און ליקוטי הלכות, דער צדיק און דער גרויסער תלמיד וואס טרייסט און גלעט, מאנט און פאדערט, אמונה, תפלה, התחזקות, צעקה, העיקר מה שקורין 'זיך דערהאלטן'...

כתבי רמ''מ מידנער? אויב יא ביסטו גוט, די האסט אזוי צאמגעשטעלט די צוויי, מיט דער אינטער דעם.... טאקע די אלטע מיט די השמטות וכו'. סתם אינטערעסאנט.

להודות
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך להודות » מאנטאג יוני 01, 2020 8:49 pm

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך simcha » מאנטאג יוני 01, 2020 9:14 pm

להודות האט געשריבן:ענליכע שמועס
viewtopic.php?t=37416

יישר כח פארן צוצייכענען.
דארט רעדט מען נישט פון וועלכע ספרים,
נאר צו מען זאל בכלל לערנען ספרי חסידות און פארוואס וכו', טאקע זייער א שיינע אשכול.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג יוני 01, 2020 9:20 pm

מי יודע האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
נישט מער ווי א בלאט א וואך? כאטש גוט בעיון?

האב איך נישט קיין אהנונג וואס איז שלעכט מיט א בלאט א וואך. איך קום קוים אהן א בלאט א וואך, און דאס איז נערמאל ווען די סך הכל וואס מען לערנט א טאג איז ארום צוויי דריי שעה, מען ריקט זיך שטייטלעך א פערטל עמוד א טאג, און סוף וואך חזר'ט מען איבער די בלאט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

נו.נו.
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2020 9:33 pm

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך נו.נו. » דאנארשטאג יוני 04, 2020 11:36 pm

שרייב האט געשריבן:פלעג נישט האבן א געוויסע ספר
לעצטענס איז אין מיין בית המדרש דא א ספר וואס יענץ לערן איך שבת
גדענק נישט וויזו די ספר הייסט
עס איז פון ראחמיסטריווקא רבי זאל זיין געזונט
[עפעס אמרות[כמיין אזוי
עס ליגט אייביג אויפן טיש ווי איך דאווען ממילה האב איך געווארן געקנעקטיט מיט עס

יא אמרות טהורות
איך לערען דאס.פון ווען עס איז ארויסגעקומען
עס איז זייער שטארק אפילו פאר נישט ראחמיסטריווקא
זייער יסודת'דיג אין עניניי חסודת

נחזור לענינינו
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: וועלכע ספרים לערנט איר אסאך, און פארוואס?

תגובהדורך נחזור לענינינו » דאנארשטאג יוני 04, 2020 11:42 pm

פאר א חסידיש ספר גלייך איך זייער "שם משמואל" (סאכאטשאוו), עס איז א הערליך ווארעמע חסידיש ספר, און רעדט גאר אסאך פון שבת קודש. ער קען פרעגען דריי פיר קשיות און מיט איין הערליכע בחינה שטימט אלעס הערליך.

צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט