מחצה''ק האט געשריבן:פלא יועץ פון די הארנאסטייפלער אמרי נועם מיט עטרת ישועה פון דזיקוב קדושת יו''ט מאור ושמש צבי לצדיק פונעם בלאזובער אמאל האב איך ליעב צו לערנען זאכן וואס מען קען שנעל אפלערנען אין צונאל זאכן וואס מען ברעכן קאודס צו פארשטיין אבער נאכדעים גייט עס אריין אין די ביינער
חומש רש"י עם רמב"ן אינמיטען וואך, באר מים חיים, דברי חיים עם פירוש של ר' מיכל זילבער,תפארת שלמה, גראדע שפיר איך א געשמאק אין זוה"ק
שבת קודש, סידורו של שבת מסתם די פיפטע מאל, מנחת חינוך, בני יששכר על שבת, דברי יואל, דברי יחזקאל ספרי מוסר, דרך השם, ראשית חכמה, ר' אביגדור מיללער'ס מאמרים
אויף גמרא איז מיין בעסטע פירוש די ארטסקרול למטה. נישט בשעת'ן לערנען, נאר נאכ'ן ענדיגן דעם דף זוכט מען די קשיות וואס איז נישט איינגעפאלן...
חומש רש"י גייט נישט אן דעם 'שערי אהרן'. ליל שבת נאכן דאווענען איז שווער זיך אפצורייסן דערפון.
א שבת שפירט זיך נישט אן קיין סידורו של שבת, תפארת שלמה, וואס רעדן צו מיין נשמה.
פאר א יו"ט דארף מען שוין מער דרוש (וויבאלד ס'דאך אתערותא דלתתא כידוע), ווי בני יששכר, דברי יואל, דרשות חת"ס.
לעצטנס לערן איך יעדן שבת איין סימן הל' שבת אין קיצור שולחן ערוך, ס'דויערט בערך 15 מינוט א סימן. יו"ט פרוביר איך צו ענדיגן אלע הל' וואס איז שייך לאותו חג.
אן אינטרעסאנטע אשכול, שטארק הנאה צו לעזן אענה חלקי, אלץ בחור געווען כל כולו חב״ד, אביסל אלץ יונגערמאן זייענדיג און לייברערי האב איך געטראפן אסאך געשמאק און אסאך ספרים לעצטע פאר וואכן יעב״ץ בסידורו, א תקופה ספרי ר׳ אלעזר פלעקלס, אן אנדערע תקופה נהרי א״ש [אביסל רבו מלעווראטב], ספר הזכות [יא יא], פולישע חסידות [שארפע און קורצע כדוגמת דו ליקוטים פון פירשסחא], ר׳ צדוק הכהן, פארשטייט זיך ווען כהאב א קביעות און חוה״ל מיט דו דריי מפרשים איז עס געווען א אמתע קנין, כוזרי מיט קול יהודה [דארף אסאך געדולד] ספרי ר׳ אליהו בחור [לאך לאך], מונקאטשע רב׳ס ספרים דו תשובות, ד״ת, און שער יששכר מיט דעם דרכי חו״ש איז אלץ ציקער אה, פאר דו ליטא, מכתב מאליהו, נפש החיים געבלעטרעט א יום טוב איז דער שפת אמת דו רבי ס׳איז דא אוצרות שוין באקום דעם בילד פון מיין ציווארפענע ספרים שאפע
פרובירט אמאל קרן לדוד און ערוגת הבשם בנוגע די ספר תורת אמת, קען נישט מער עגריען, ממש מוראדיגע ספר, בפרט פאר אונזער דור, קען איינער זאגן וואו מקען עס באקומען? נישט דא און צופיל שולן סאיז דא משחת שמן פון ר׳ חיים קויפמאן זצ״ל צוויי ספרים פון אים איינס א לומדישע אנדערע מוסר וחסידות ביידע הערליכע געדאנקען
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
מלבים אל תנ״ך איז א הערליך לימוד. איך פרוביר צו ענדיגען די סדרה יעדע וואך מיט מלבים אזוי אויך לערן איך יעדע וואך א פרק צוויי אין נך על הסדר מיט מלבים שבת קודש- אוהב ישראל, נועם אלימלך, מאור ושמש, קדושת לוי. ביים טיש דערצייל איך געווענליך פון ילקוט מעם לועז. פאר א יו״ט- שפתי חן, בני יששכר, און געווענליך רוב פון ילקוט מקראי קודש, זייער א שיינע ארבעט.
בני יששכר, און דעם רבי'ן ר' הערש (אלי)מלך'ס ספרים בכלל, א כרכא דכולא ביה! קודם דער דרך פיקודיך, א ספר וואס אין די הקדמה שטייט די יסוד פון אלע יסודות! איבער וויאזוי א יוד דארף צוגיין צו יעדע זאך, וואס מיינט טון א מצווה, און וואס מיינט ח"ו פארקערט, כ'רעד שוין נישט פון די מצוות אליינס וואס איז מתוקים מדבש ונופת צופים, און קלאר און שעהן, יעדע מצווה די כוונה דערפון און די רמזים דערפון, אללעס! (חבל אז ס'נישט דא אויף אלע מצוות)
און בני יששכר, ער נעמט ארום אזאך פון אלע צדדים און קומט דערנאך צו צו אלעם אלעס אויף איין שפיץ! (ווער ס'לערנט אמאל דעם ספר פארשטייט וואס איך מיין) און איז מסבר בטוב טעם יעדע נושא מיט א פינקטליכקייט, אזש א יו"ט אדער אפי' סתם א דאווענען א לערנען נאכן לערנען בני יששכר, איז מעין עולם הבא ממש!
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:בני יששכר, און דעם רבי'ן ר' הערש (אלי)מלך'ס ספרים בכלל, א כרכא דכולא ביה! קודם דער דרך פיקודיך, א ספר וואס אין די הקדמה שטייט די יסוד פון אלע יסודות! איבער וויאזוי א יוד דארף צוגיין צו יעדע זאך, וואס מיינט טון א מצווה, און וואס מיינט ח"ו פארקערט, כ'רעד שוין נישט פון די מצוות אליינס וואס איז מתוקים מדבש ונופת צופים, און קלאר און שעהן, יעדע מצווה די כוונה דערפון און די רמזים דערפון, אללעס! (חבל אז ס'נישט דא אויף אלע מצוות)
און בני יששכר, ער נעמט ארום אזאך פון אלע צדדים און קומט דערנאך צו צו אלעם אלעס אויף איין שפיץ! (ווער ס'לערנט אמאל דעם ספר פארשטייט וואס איך מיין) און איז מסבר בטוב טעם יעדע נושא מיט א פינקטליכקייט, אזש א יו"ט אדער אפי' סתם א דאווענען א לערנען נאכן לערנען בני יששכר, איז מעין עולם הבא ממש!
גא"מ
אבער נאכווי!
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מפי ספרים וסופרים פין די שיעורים פין הגה"צ ר'אליעזר דוד פריעדמאן זצ"ל א הערליכע ליקוט פין חסידישע מאמרים וסיפורי צדיקים על פרשת השבוע ממש מעין עולם הבא.