ביבליאגראפיע פון מסכת פורים והמסתעף
געשריבן: זונטאג מארטש 16, 2008 3:31 pm
באמת אז מיר וועלן זיך מער אריינטאן אין דעם ענין, וואס אין אלע דורות איז מען געווען געוואוינט צו
זאגן פורים תורות, אזעלכע פשטים וואס האבן נישט קיין הענט און פיס, מ'דראפעט זיך אויף גלייכע ווענט מיט
די צונג אינדרויסן, ממש ווי ויזתא האט אויסגעזעהן נאך די תליה. טרעפן מיר שוין ווי פאר 700 יאר צוריק
זענען פארפאסט געווארן פארשידענע פיוטים וואס האבן א ריכטיגן פורים'דיגע טעם. איינע פון זיי איז פארהאן
אזא סארט מערבית פון "ליל שיכורים הוא זה הלילה" וואס עס איז געדרוקט אין מחזור ויטרי. וואס קיינער
האט נישט קיין טענות אויף דעם ספר און דער ספר איז זייער מקובל אז די תלמידים פון רש"י האבן דאס
ארויסגעגעבן. די מערבית איז געשריבן געווארן דורך איינעם "ר' מנחם בר אהרן ז"ל". ווער דאס איז ווייסן מיר
נישט, אבער אזוי פיל ווייסן מיר אז אויב ס'איז אריין אין מחזור ויטרי האט דער מחבר געמוזט זיין א תלמוד
חכם און א אנגעזעהנע מענטש. בכלל, די אלע מסכתות און הגדות פאר פורים ווי מיר וועלן באלד ברענגען
זענען געשריבן געווארן דורך די גרויסע תלמידי חכמים. מ'קען זעהן צווישן די שורות דאס די שרייבער האבן
געקענט גאנץ ש"ס און מדרשים דורך דעם ווי זיי טוהן צוזאם ווארפן לשונות פון וואו נאר עס לאזט זיך.
כמעט פאר א 500 יאר צוריק אין שנת רע"ג איז ארויסגעקומען אין דער שטאט פיזרו דער ערשטער אזא
סארט מסכת פורים, דער מחבר פונעם מסכת איז ר' קלונימוס בר קלונימוס. נאך פיל נאכפארשן זענען מיר
אביסל געוואויר געווארן וועגן אים. ער איז געבוירן אין פראנקרייך בערך 900 יאר צוריק. דורך זיינע גוטע
כשרונות האט ער אין זיינע יונגע יארן זיך אנגעזאפט מיט ש"ס און מדרשים און זיך באקענט מיט פארשידענע
שפראכן בעיקר די רוימישע און די גריכישע שפראך. אלץ בחור האט ער זיך גענומען איבערזעצן געוויסע ספרי
רפואה, תכונה און פילאסאפיע פון אנדערע שפראכן אויף לשון הקודש. דער קעניג פון איטאליע האט געהערט
פון אים האט ער אים גערופן קיין רוים ער זאל פאר אים איבערזעצן געוויסע וויסענטליכע ביכער פון אנדערע
שפראכן צו די רוימישע שפראך. אזוי איז ער געבליבן אין איטאליע און פארברענגט זיינע יארן. ער איז זייער
נאנט געווארן מיט די גדולים פון דארט און איז געווארן איינע פון די "חכמי איטאליא".
דער ר' קלונימוס האט געשריבן א מס' פורים, אבער ס'איז נישט געדרוקט געווארן תיכף. (דעמאלט איז
נאך נישט געווען קיין דרוקעריי). נאר שפעטער בשנת רע"ג עטליכע הונדערט יאר נאך זיין פטירה איז די מס'
פורים געדריקט געווארן דעם ערשטן מאל.
פארוואס דער מחבר האט מחליט געווען צו שרייבן דעם "מס' פורים". ווייל אין יענע צייט איז דער מצב
הרוחני אין איטאליע געווען זייער נידריג. מענטשן האבן ליצנות געמאכט פון אלע הייליגע ימים טובים. האט
ער געשריבן דעם מס' פורים אז זיי אויך זאלן דאס ליב האבן צו לייענען ובתוך המס' ווארפט ער אריין מוסר
רייד אקעגן זיי, און דאס איז געווען די תכלית דערפון.
ליינט נאך אינעם קומענדיגן ארטיקל וואו מיר וועלן בעזה"ש אויך ווייזן די קאפיעס פון יענע מס'.
(גענומען פון די קלאסיפייד, דינסטאג קומט ארויס די קומענדיגע, העמיר ממשיך זיין מיט די העתקה)