בלאט 1 פון 2

ביבליאגראפיע פון מסכת פורים והמסתעף

געשריבן: זונטאג מארטש 16, 2008 3:31 pm
דורך אלעקסיי
באמת אז מיר וועלן זיך מער אריינטאן אין דעם ענין, וואס אין אלע דורות איז מען געווען געוואוינט צו
זאגן פורים תורות, אזעלכע פשטים וואס האבן נישט קיין הענט און פיס, מ'דראפעט זיך אויף גלייכע ווענט מיט
די צונג אינדרויסן, ממש ווי ויזתא האט אויסגעזעהן נאך די תליה. טרעפן מיר שוין ווי פאר 700 יאר צוריק
זענען פארפאסט געווארן פארשידענע פיוטים וואס האבן א ריכטיגן פורים'דיגע טעם. איינע פון זיי איז פארהאן
אזא סארט מערבית פון "ליל שיכורים הוא זה הלילה" וואס עס איז געדרוקט אין מחזור ויטרי. וואס קיינער
האט נישט קיין טענות אויף דעם ספר און דער ספר איז זייער מקובל אז די תלמידים פון רש"י האבן דאס
ארויסגעגעבן. די מערבית איז געשריבן געווארן דורך איינעם "ר' מנחם בר אהרן ז"ל". ווער דאס איז ווייסן מיר
נישט, אבער אזוי פיל ווייסן מיר אז אויב ס'איז אריין אין מחזור ויטרי האט דער מחבר געמוזט זיין א תלמוד
חכם און א אנגעזעהנע מענטש. בכלל, די אלע מסכתות און הגדות פאר פורים ווי מיר וועלן באלד ברענגען
זענען געשריבן געווארן דורך די גרויסע תלמידי חכמים. מ'קען זעהן צווישן די שורות דאס די שרייבער האבן
געקענט גאנץ ש"ס און מדרשים דורך דעם ווי זיי טוהן צוזאם ווארפן לשונות פון וואו נאר עס לאזט זיך.

כמעט פאר א 500 יאר צוריק אין שנת רע"ג איז ארויסגעקומען אין דער שטאט פיזרו דער ערשטער אזא
סארט מסכת פורים, דער מחבר פונעם מסכת איז ר' קלונימוס בר קלונימוס. נאך פיל נאכפארשן זענען מיר
אביסל געוואויר געווארן וועגן אים. ער איז געבוירן אין פראנקרייך בערך 900 יאר צוריק. דורך זיינע גוטע
כשרונות האט ער אין זיינע יונגע יארן זיך אנגעזאפט מיט ש"ס און מדרשים און זיך באקענט מיט פארשידענע
שפראכן בעיקר די רוימישע און די גריכישע שפראך. אלץ בחור האט ער זיך גענומען איבערזעצן געוויסע ספרי
רפואה, תכונה און פילאסאפיע פון אנדערע שפראכן אויף לשון הקודש. דער קעניג פון איטאליע האט געהערט
פון אים האט ער אים גערופן קיין רוים ער זאל פאר אים איבערזעצן געוויסע וויסענטליכע ביכער פון אנדערע
שפראכן צו די רוימישע שפראך. אזוי איז ער געבליבן אין איטאליע און פארברענגט זיינע יארן. ער איז זייער
נאנט געווארן מיט די גדולים פון דארט און איז געווארן איינע פון די "חכמי איטאליא".

דער ר' קלונימוס האט געשריבן א מס' פורים, אבער ס'איז נישט געדרוקט געווארן תיכף. (דעמאלט איז
נאך נישט געווען קיין דרוקעריי). נאר שפעטער בשנת רע"ג עטליכע הונדערט יאר נאך זיין פטירה איז די מס'
פורים געדריקט געווארן דעם ערשטן מאל.

פארוואס דער מחבר האט מחליט געווען צו שרייבן דעם "מס' פורים". ווייל אין יענע צייט איז דער מצב
הרוחני אין איטאליע געווען זייער נידריג. מענטשן האבן ליצנות געמאכט פון אלע הייליגע ימים טובים. האט
ער געשריבן דעם מס' פורים אז זיי אויך זאלן דאס ליב האבן צו לייענען ובתוך המס' ווארפט ער אריין מוסר
רייד אקעגן זיי, און דאס איז געווען די תכלית דערפון.

ליינט נאך אינעם קומענדיגן ארטיקל וואו מיר וועלן בעזה"ש אויך ווייזן די קאפיעס פון יענע מס'.
(גענומען פון די קלאסיפייד, דינסטאג קומט ארויס די קומענדיגע, העמיר ממשיך זיין מיט די העתקה)

געשריבן: זונטאג מארטש 16, 2008 3:33 pm
דורך אלעקסיי
לאז געמאכט האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:איך הער עס דרייט זיך אויף די נעט עפעס א 'תשובה' איבער אבאמא VS קלינטאן, עפעס אזאנס און אזעלכעס...
בדין המלקט לבנות מתוך שחורות...

ווער האט עס? ביטע ארויפשטעלן אהער
באמת האלט איך נישט פון די מינע נאכגעמאכטע תשובות וכדו' עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז א זלזול חלילה אין די הייליגע ספרים
אבער כידוע איז דאס שוין געווען יארן צוריק לכבוד פורים הגם סאיז מעגליך אז א קל האט דאס דעמאלט געמאכט אין ס'איז בימים ההם געווען פאשקעווילן קעגן דעם ווייסעך נישט קען זיין
אזוי ווי איך קען נישט דיסיידען צו ס'איז אויסגעהאלטן צו נישט לייג איך דאס דא ארויף אין יעדער זאל פרעגן זיין רב צו מ'מעג דאס ליינען צו נישט אויב נישט דאנלאדס עס אפילו נישט.

נ. ב. איך פרעזענדליך האב א אלטע קבלה 'לאז געמאכט' אז די ווייסט נישט ריר נישט צו איך האב דאס טאקע נישט געליינט.

דא

אלעקסיי האט געשריבן:ייש"כ לאז געמאכט.

עס איז גאר אינטערסאנט, און באלערנד. מען דערקענט אז דער איז א גרויסע ת"ח ויודע ספר.

מען האט זיך אלץ דערלויבט לכבוד פורים צו פרייליך מאכן, חוץ אויף מסכת פורים איז מען ארויסגעקומען שארף, צוליב זלזול אין די הייליגע תלמוד, אבער אלע אנדערע יוצרות וכדומה האט מען יא ערלויבט במשך הדורות.

געשריבן: זונטאג מארטש 16, 2008 4:20 pm
דורך זיידעניו
עס איז געווען גיט באשריבן אמאל אין יפה בעטו פון ר' פרץ ביללער

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2008 2:44 pm
דורך אלעקסיי
דערנאך וואס עס איז ארויסגעקומען דער מסכת פורים, האט זיך אנגעפאנגען די מלאכה. פול מיט ליצנים האבן זיך ארויפגעכאפט דערצו. עס איז אזוי ווייט געגאנגען ביז איינער א לץ האט ארויסגעגעבן א פרישע מס' מיטן נאמען מס' המן. ער רופט דאס אויך "עונג פורים לתלמידי חכמים". ס'איז א אנדערע מין מס' ווי מס' פורים, אבער ווייטער אין דעם גאנג, גענומען שטיקלעך חז"ל און עס צוזאמענגעשטעלט אויף א פורים'דיגן אופן. די מס' האט נאר 2 פרקים, די ערשטע פאנגט זיך אן "כזית המן שנפל לתוך קדרה של בשר". און די צווייטע פרק פאנגט זיך אן "הכל חייבין במשלוח מנות אפילו בהמות חיות ועופות חוץ משור הנסקל ופרה אדומה".

דער מחבר פון אט דער מס' המן שעמט זיך אפילו נישט און שרייבט אין די הקדמה זיך צו פארענטפערן אז דאס איז נישט אזוי געפערליך ווי מס' פורים, ער שרייבט דארט בזה הלשון: "מה בין מסכת זו למס' פורים? מסכת פורים הוא תוכו כברו כולה ליצנות ודברים בטילים אין בה אף משהו של אמת לפיכך אין רוח חכמים נוחה הימנה וכמעט שאסרו לעין בה, אבל מס' זו מיוסדת על הלכות ומאמרי חז"ל אמתיים רק רוח ליצנות קלה מרחפת על פני תוכן האמתי משום שמחת פורים".

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2008 2:46 pm
דורך אלעקסיי
מסכת המן איז געדרוקט געווארן לכתחילה מיט צוויי פירושים וואס זעהן אויס זייער ענדליך צו רש"י און תוס'

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2008 2:48 pm
דורך אלעקסיי
א דוגמא פון דער ערשטער מס' פורים מסכת המן וואס איז ערשינען בשנת רע"ג לפ"ק

געשריבן: דינסטאג מארטש 18, 2008 3:50 pm
דורך מאשקע
יישר כוח. זייער אינטערעסאנט.

געשריבן: דינסטאג מארטש 25, 2008 4:50 pm
דורך scy4851
אז מען רעדט שוין פון מסכת פורים, וועל איך ארויף שטעלען עפעס וואס איך האב געטראפען און מחזור ויטרי, פון רבינו שמחה, א תלמוד פון רש"י הקדוש.
ער ברענקט א שטיקל יוצר וואס מען זאגט ביי מערב פורים נאכט

האטס הנאה!

געשריבן: דינסטאג מארטש 25, 2008 6:09 pm
דורך קרעמער
ר' שמחה;

טאקע דער שטיקל יוצר ווערט ערווענט אין אלעקסיי'ס אריינפיר אויף דעם אשכול.

געשריבן: דינסטאג מארטש 25, 2008 6:21 pm
דורך scy4851
ישר כח רב קרעמער.
ביי מיר איז נאך יעצט דער טאג אין נאכט אויסגעמישט,
א בחינה פון ליל שכורים

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2008 11:09 am
דורך scy4851
איך באמערק יעצט די לעצטע 3 , 4 שירות פון דעם פיוט 'ליל שכורים' וויא ער שעלט מיט א שארף לשון די וואס עסען עדשים און פולין כתושים.
אויף עסען פולין כתושים שרייבט ער 'כל בית ישראל יעלו עליו חמושים לגרשו מתוך קהל קדושים'

ווייסט אפשר איינער א הסבר דערויף?

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2008 11:39 am
דורך גוטזאגער
WOW דו דערמאנסט מיך.. כ'האב עס אמאל פארמאגט, ביז מ'האט מיך עס באגאנבעט..

געשריבן: מיטוואך מארטש 26, 2008 11:45 am
דורך scy4851
האסט פארמאגט א הסבר און מעהאט עס באגאנבעט????????

WOW! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2009 3:02 pm
דורך זיידעניו
ארויף געברענגט לכבוד היום

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2009 3:04 pm
דורך זיידעניו
דאס איז דער דעקל פון יענע גמרא

בילד

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2009 3:05 pm
דורך זיידעניו
א פורים גמרא וואס איז יעצט ארויסגעקומען איז ארץ ישראל וועגן די בחירות

http://www.monsa.net/talmud/Elections_rashi.pdf

געשריבן: מאנטאג מארטש 09, 2009 3:14 pm
דורך זיידעניו
ציטט
[center]כאמור, חיבר ר' "קלונימוס ""מסכת פורים", שנדפסה לראשונה בפזארו בשנת 1513 . שם הפרק הראשון הוא "חבקבוק" (כלומר "הבקבוק" אך יש בו רמז גם לשם "חבקוק") והוא פותח את "המשנה" על דרך סגנון מסכת אבות:

" חבקבוק " קיבל תורה "מכרמי "ומסרה "לנח ", ונח "ללוט ", ולוט "לאחי "יוסף, ואחי יוסף "לנבל "הכרמלי, ונבל הכרמלי "לבן הדד ", ובן הדד "לבלשצר ", ובלשצר "לאחשוורוש "ואחשוורוש לרב "ביבי "
(= שתיין, ברומית לשתות - Bibere ).

הוא הזכיר את השתיינים שהוזכרו במקורות . חבל שהזכיר ביניהם את אחי יוסף. אמנם הם שתו פעם אחת לשכרה, אך היה זה במצב מיוחד (בראשית מג,לד). הוא מסיים את ה"מסכתא" בפרק "אין קוראין". ולמה השלים המסכתא ב"אין קוראין"?

לפי שאין קוראין בו אלא בשעה שאינו לא יום ולא לילה, שלא נכתבה אלא לשחוק בעלמא לשמח אנשים ביום פורים והקורא בו לא הפסיד, אלא כמי שקורא בספרי רפואות... כי דברי זאת המסכתא בדיתי אני קלונימוס מלבי המשנה והגמרא. ואעידה לי עדים "נאמנים", את רבי "שקרן "ואת רבי "כזבן "

לאחר מכן הוסיפו עליה "פירוש רש"י ותוספות" ועוד. אחרים לא הסתפקו בזה "ויצרו" בוואריציות שונות את אותו רעיון בשמות שונים, עם "פירושים" ובלעדיהם. כך פורסמו: "מסכת עניות"; "מסכת שטרות"; "מסכת שכורים"; "מסכת המן". לא תמיד צויין שם המחבר. אפילו על "ר"י קנייבסקי "ז"ל מספרים שבצעירותו חיבר מסכת פורים. רבים לא הסתפקו גם בזה והוסיפו: "הגדה לפורים"; "אקדמות"; הושענה רבה; "הקפות" ואפילו "תפילת נעילה". אולם, היו רבים שאסרו לקרוא ב"מסכתא" זו ואסרו גם את התחפושות.

בראשם של האוסרים עמד ר' "שמואל אבוהב " (1610-1694) מגדולי רבני איטליה. הוא אסר לקרוא במסכת פורים וכתב עליה:

חילול תורתנו הקדושה, החוגרת שק לפני קונה ואומרת, עשאוני בני ככלי זמר, חוכא ואטלולא (ראה "דבר שמואל" סי' קנ"ג האוסר אף הוא לקרוא במסכתא זו).

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2010 9:07 pm
דורך יענער
מסכת פורים
www.hebrewbooks.org/37448

כל בו לפורים
www.hebrewbooks.org/33628

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2010 9:43 pm
דורך ביקסאד
ליל שיכורים הוא זה הלילה

ספרים וסופרים

the seforim blog

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 2:14 pm
דורך מיללער
"תלמוד ינקאי"
6 חלקים געשריבען אזוי ווי א מסכתות, דער מחבר גרשון ראזענצווייג מאכט חוזק פון אמעריקא, געדרוקט אין ניו יארק תרס"ט.

צוקער זיס:
http://www.hebrewbooks.org/46004

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 17, 2011 2:25 pm
דורך יגעתי ומצאתי
די תשובה פון מהר"ש אבוהב ווי ער האקט אויף די מס' פורים איז אין זיין ספר דבר שמואל סי' קצ"ג.
למעשה זעהט מען אז ר' קלונימוס ב"ר קלונימוס מימי הראשונים - וואס האט מחבר געווען אפאר מוסר ספרים - האט שוין געמאכט א מס' פורים, אזוי אויך דער פיוט פון מחזור ויטרי וואס איז אויך פון ראשונים ווייזט אז מ'האט זיך מורה היתר געווען לכבוד פורים.

נאך אפאר אינטערעסאנטע מסכתות.

מסכת פרהובישן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 63&pgnum=1
זעהט א נייע אימיגראנט אין אמעריקע, די גאנצע הלוך ילך איז אים פרעמד געווען, האט ער באשלאסן זיך אביסל אויסצוגעבן, דעמאלטס איז געווען א געזעץ אז מ'טאר נישט פארקויפן קיין אלקעהאל משקאות, און אויף די געזעץ איז באזירט די גאנצע מסכת. אין די הקדמה שרייבט ער אז ער האט עס געמאכט פאר פרנסה.
ער דערמאנט וויאזוי מ'באהאלט זיך פון די נטורי קרתא'ס (פאליציי), גברא רבא'ס (פאליטישאן בלע"ז), (פרעזידענט) ווילסאן שאני, די פעקטאריס ועוד ועוד.

מסכת סוחרים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 38&pgnum=1
דער מחבר רעדט זיך אויס קעגן די שווינדלערייען פון סוחרים, און בעיקר מיטן שווינדלען מיט די פייער אינשארענס. עס האט אויך תוספתא.
אנהייב ספר האט א שיר, צווישן די שורות שרייבט ער אזוי:
ולמסור מודעה הנה נא הואלתי,
כי לא לחלל את הקודש היתה כונתי,
רק לקדש את החלל באתי,

אפאר שורות שפעטער שרייבט ער:
אם יוסר על ידי אחד מני אלף,
ויתקן עותתו ויסיר הסלף,
אז ישמח לבי תגלנה עצמותי.

מענינא דיומא:
אמר רב עסקן אל יקנה אדם דבר בלי סרסור, המן קנה את ישראל בלי סרסור ונתלה.

מסכת אדמונים
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=22751&pgnum=1
לצינותא דעבו"ז קעגן די קאמיניסטן

געשריבן: מאנטאג מארטש 21, 2011 4:21 am
דורך יגעתי ומצאתי
סוף תלמוד ינקאי וואס מיללער האט אונז מזכה געווען איז אויך דא מדרש לפורים און הגדה לפורים.

נאך איז אונטערעסאנט אז גרשון ראזענצווייג מחבר תלמוד ינקאי און גרשון קיש מחבר מסכת פרוהבישון גרשון אחת הם...

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2011 8:37 pm
דורך טאבאקא
"מיללער" האט ארויסגעגעבן א "מסכת שטריימל".
ס'איז גאנץ פיין, אבער ס'פעלט די גמרא לשונות (ס'איז מער לשה"ק ווי אראמיש). לכאורה האט ער מורא געהאט פון די קנאים.

און אויך וואלט ער געדארפט האבן עפעס מימרות, צב"ש ר' זנבאי אומר, אדער מתקיף רב סובול וכדו'.
למעשה איז עס גאנץ א שיינער ליקוט.

איך וויל נאר מעיר זיין אויף תוס' וואס זאגט דארט 'יש אומרים בעל דבר"י ויש גורסין בעל ויוא"מ'. אז עס איז דא וואס רופן "בעל על הגאולה".

געשריבן: מיטוואך מארטש 23, 2011 8:47 pm
דורך קרעמער
יא, דאס איז געווען א מייסטערהאפטיגע ארבעט דורך מיינע פריינט אין "מידיע אן די גאו"

איך האב אויך באמערקט אז די לשון איז נישט אזוי סאפיסטיקירט ווי די געווענליכע מסכתות פורים, אבער עס איז ווארשיינליך דירעקט אהערגעשטעלט געווארן אויף דעם אופן, צילנדיג צום אינגערן עולם (חתנים און בחורים). און יא, ער האט טאקע קענטליך פרובירט אוועקצושטיין פון קאנטראווערסיע אויף טריט און שריט.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 7:46 pm
דורך טאבאקא
צו צילן דעם אינגערן עולם האבן זיי צוגעשטעלט די "בני הישיבות". און ווי תוס ' איז מסביר: מרמז בזה למה שמצינו אגענטן (לעזי השטריימל מתרגם agents בלע"ז) בכל ישיבה גדולה המסייעים לדבר מצוה וכו'.