בלאט 1 פון 4
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 11:56 am
דורך יאסל
איך לייג דא ארויף וויאזוי סאיז באשריבן געווארן ביידע שבועות'ער אין צאנז פון א איד וואס איז נאך אין די אינגע יארן געווען אין צאנז
(שכוח גדול רב מיללער פאר די הילף)
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 12:06 pm
דורך scy4851
מורא'דיג!
איך זיץ דא אין איך ליין דאס און די אויגען ווערען פול מיט טרערען...
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 12:21 pm
דורך מיללער
שכוח ר' יאסל שלי שלך!
דאס גאנצע ביכל איז כדאי צו ליייענען ווי איינער באשרייבט פירסט הענד דעם צאנזער רב, איך וועל בל"נ שטעלו א לינק ביינאונז אין אוצר דערצו, סטעי טונד.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 1:28 pm
דורך יאסל
אין דא פונעם אנדערען שבועות
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 1:29 pm
דורך יאסל
2.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 1:31 pm
דורך דארפסמאן
שכוח יסעל : עס איז זייער אינטערסאנט , מיללער זאג נאר ווען און ווי די גייסט ארויף לייגען די לינק
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 1:34 pm
דורך מיללער
שוין געלייגט, קוק אין אצר הספרים.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 1:57 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח ביסט מיך מחיה
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2008 8:15 pm
דורך זיידעניו
איך האב פאר עטליכע יאר צירוק געהאט דעם גאנצען בוך אין מיין באזיץ און כ'האב עס דורך געלעזט עטליכע מאל ער איז זייער א רייכע שרייבער
דרך אגב אין דעם בוך דערציילט ער באריכות די צאנזער צד פון די ריזענער מלחמה (די ריזענע צד האב איך געזעהן שוין לאנג צוריק און א בוך כ'בין כמעט זיכער אז סהאט געהייסן דער מלכות'דיגע הויף עפעס אזוי)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 7:47 am
דורך נאטורליך
איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 10:14 am
דורך אלעקסיי
ער שרייבט היפש משכילישע זאכען אויך, ער לאכט פון אלע רבי'ס אויסער די סאנזער צדיק, א שטייגער ווי רבי ר' ברוך'ל מאכט ער שפאס. און אפילו פון שינאווא רב מאכט ער שפאס איבער די היתר מכירה, כידוע פאר ווער עס האט שוין אדורכגעליינט דו בוך מדאשקע למאשקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 10:22 am
דורך scy4851
אלעקסיי, גערעכט!
און אויכעט ליינענדיג דעם ביכל קען איך מיך נישט אויס וויא דער שרייבער טיילט אפ ווער איז א חסיד און זיינע אויגען און ווער איז א מתנגד.
אבער למעשה, איך האב שטארק הנאה געהאט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 10:22 am
דורך יאסל
נאטורליך האט געשריבן:איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל
פון ווי נעמסטי אזא מעשה אז דער רבי האט עס דורעכגעליינט??
ווי ווייט זיין ערליכקייט גייט ווייס איך נישט ער האט דארט די מעשה וואס ער האט געהאט מיטן שינאווער רב וועגן התיר מכירה וואס איז משמע אז א גרויסער צדיק איז ער נישט געווען
ווידער זיין פאטער שרייבט ער איז געווען דער שרייבער פון הייליגען צאנזער רב ער לייגט עס אראפ ווי ציקאכט דער הייליגער רב איז געווען בשעת'ן שרייבען
אויכעט שרייבט ער וואס ער האט אליין ציגעזען בשעת דער הייליגער רב האט געטיילט צדקה ווי מהאט עם
געשלעפט ביי די זייטן אין ער האט זיך געבעטען אז ער האט מער נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 11:32 am
דורך אלעקסיי
בקיצור, דער ראקער איז געווען סתם א פרייער איד, וואס האט אפגעשריבען זיינע געפילען סתם ווי מקוה נייעסלעך, בערך ווי דעים ספר עולמו של אבא, מיט איין חילוק אז דער עולמו של אבא איז געווען אן ערליכער, און זיך געדרייט צווישען ערליכע אידען, שרייבט ער אפ חידו"ת, שיינע שמועסן, אינטערסאנטע פאליטיק, אלעס אויף א תורה'דיגען שטייגער, און משא"כ דער ראקער שרייבט עס אפ אויף אן פרייען צוגאנג.
פאר איין זאך איז עס גאר אינטערסאנט, לגבי דעים היסטארישען שטאנדפונקט, הגם נישט אלעס קען מען גלויבען, פונקט ווי נישט אלעס אין עולמו של אבא קען מען גלויבען, און נישט אלעס מקוה נייעס קען מען גלויבען. וואס איך קען יא גלויבען, אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 11:42 am
דורך scy4851
אלעקסיי האט געשריבן:..אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.
וואס זאגסטו?? קרעטשמע
ס??????
עס איז דא נאך???
די גייסט פעטראנייזען די קאמפעטישען??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 11:58 am
דורך אלעקסיי
איך רעד נאך פון אמאל, ווען קרעטשמע האט נאך געהייסען שטותים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 12:16 pm
דורך יאסל
אלעקסיי האט געשריבן:בקיצור, דער ראקער איז געווען סתם א פרייער איד, וואס האט אפגעשריבען זיינע געפילען סתם ווי מקוה נייעסלעך, בערך ווי דעים ספר עולמו של אבא, מיט איין חילוק אז דער עולמו של אבא איז געווען אן ערליכער, און זיך געדרייט צווישען ערליכע אידען, שרייבט ער אפ חידו"ת, שיינע שמועסן, אינטערסאנטע פאליטיק, אלעס אויף א תורה'דיגען שטייגער, און משא"כ דער ראקער שרייבט עס אפ אויף אן פרייען צוגאנג.
פאר איין זאך איז עס גאר אינטערסאנט, לגבי דעים היסטארישען שטאנדפונקט, הגם נישט אלעס קען מען גלויבען, פונקט ווי נישט אלעס אין עולמו של אבא קען מען גלויבען, און נישט אלעס מקוה נייעס קען מען גלויבען. וואס איך קען יא גלויבען, אז אזוי האט מען דאן געשמועסט אין די מקוואות און אין קרעטשמעס.
א פרייער איד מיז נישט זיין, אבער זיכער נישט פונעם היימישן חסידיש'ן עלעמענט.
אויכעט איז עס נישט דומה צום עולמו של אבא דער ראקער פאטער איז געווען אן אינסיידער ביים הייליגען רב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 12:22 pm
דורך אלעקסיי
מיטן 2טן נקודה ביסטו גערעכט, אבער די 1טע נישט. איינער וואס איז מחלל שבת, איז ביי מיר א פרייער איד (לויט ווי איך געדענק פון ליינען דעים בוך פאר 5-10 יאר צוריק, דארף דארט שטיין אז ער איז געווען א ריכטיגע מחלל שבת, נאר ער האט זיך געשעמט צו זאגען אזוי פארן שינאוויא רב, האט ער געענטפערט אז ער האט א היתר מכירה, און למעשה האט ער דאס אויך נישט געהאט.)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 2:49 pm
דורך מיללער
דאס פאלגענדע האב איך געפונען אינעם ספר יזכור פון צאנז, ווי א יליד צאנז רעכנט אויס די בתי מדרשים אין צאנז פאר די קריג מיט זייערע מתפללים, די ציפערן און דעטאלן זענען גאר אינטערעסענט.
אז מ'גייט היינט צוטאגס אויף צאנז איז נישט משיג צו זיין וואס די רשעים ארורים האבן געטאן מיט אונז, ממש שועלים הלכו בה, יודע בגוים לעינינו נקמ דם עבדיך השפוך.
עטליכע אנקעדאטן:
1) א קיימ"ל פון 2,200 ערליכע אידן שומתומ"צ
2) עטליכע בתי מדרשים משושלת צאנז אליינס (גריבוב, חסידים, דברי חיים, שינאווא,)
3) א וואכן-ביהמ"ד מיט מנינים ביז 11 אזייגער
4) צענדליגע רבנים ורביים מגדולי היחס אינעם זעלבן שטאט, טיילמאל אינעם זעלבן ביהמ"ד.
ומעת חסרנו כל אלה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:02 pm
דורך יאסל
זייער שיין מיללער.
האסט אן אנונג צי 2200 מיינט ראשי בית אב אדער נפשות?
אינטערסאט איך האב טאקע לעצטענס געהערט אז ר' משה'לע איז געקומן וואינען קיין צאנז מכוח זיין פאטער'ס תביעה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:14 pm
דורך מיללער
יאסל, פון זיינע ווערטער איז עפעס אויך משמע "ער האט געהאט פרעטענציעס (פאטענטשאלס?) אויפן צאנזער כסא הרבנות", האסט באמערקט אז ער רעכנט אויס די 'קלאגסבאלד' משפחה פון די שינאווער חסידים אין צאנז? דאס איז אונזער ר' חני'ס זיידע מן-הסתם.
פאלגענד איז א 'פראנט פעידש' פון א אידישע צייטונג אין צאנז בשנת תר"ע, ווי זיי באשרייבן דעם דברי חיים למלאות 34 יאר פון זיין הסתלקות., מיט א בילד פונעם אוהל אין צאנז.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:18 pm
דורך יאסל
עפעס אן ענגלענדער איז אויך יעצט אוועק, וואס איז געווען א קאלשיצער חסיד פון דערהיים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:19 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:עפעס אן ענגלענדער איז אויך יעצט אוועק, וואס איז געווען א קאלשיצער חסיד פון דערהיים.
אהרן ברוך ענגלענדער פון בארא פארק?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:22 pm
דורך יאסל
דענק נישט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:27 pm
דורך אנדי פעטיט
איך ווייס אז ער מיט זיין ברודער ר' משה ע"ה (און דאכצעך אז ר' עליש איז אויך פון דער משפחה) שטאמען פון קאלישיצער חסידים, מיין טאטע איז געווען נאנט מיט אים.