בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 9:49 am
דורך יוסלמאן
גרינע מיטוואך האט געשריבן:כתב בענוות קדשו כדרך הסופרים שמדברים בשבח אביהם ולא הגיעו לקרסליהם
ברוך הבא הרב מיטוואך. איר קענט פארענטפערן ראקער אז ער איז נישט קיין משכיל וכו' אבער "בענוות קדשו"? ער איז געווען עפעס א איש מורם מעם? לויט וואו מ'דערציילט קוקט נישט אויס אזוי?!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 9:54 am
דורך והוא פלאי
יוסלמאן האט געשריבן:גרינע מיטוואך האט געשריבן:כתב בענוות קדשו כדרך הסופרים שמדברים בשבח אביהם ולא הגיעו לקרסליהם
ברוך הבא הרב מיטוואך. איר קענט פארענטפערן ראקער אז ער איז נישט קיין משכיל וכו' אבער "בענוות קדשו"? ער איז געווען עפעס א איש מורם מעם? לויט וואו מ'דערציילט קוקט נישט אויס אזוי?!
מען דארף נישט קיין בעל פה, וואס דאס האב איך גראדע אויך מקבל געווען. נאר מאך א פשוטע סערטש אויף יהושע ראקער אויף אוצר החכמה, און קוק זיינע מאמרים, און די מאמרים בשבחו, וועסטו זעהן ווי פארפוילט ער איז געווען.
ער איז מסתמא געווען א שומר מצוות מעשיות דא אין אמעריקע, אבער נישט אזוי מעסט מען ערליכקייט פון א מענטש, ער איז געווען א משכיל, און א ציוניסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 8:00 am
דורך גבאי ביהמד
ערהאלטן אין גבאי'נס פאסט קעסטל פון א נייער מעמבער בשם Leiner תשוח"ח לו:
א חסיד'ישער משכיל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 8:44 am
דורך מאטעס
אוי, די 'אתרוג' לאזט נישט זען די לינק, אפשר קען מען עס מעתיק זיין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 10:05 am
דורך ביקסאד
עס פעהלען צוויי בלעטער, 285-286, א שאד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 12:05 pm
דורך פארצייטישע
עס פעלן נאך בלעטער שפעטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 9:44 pm
דורך שטארק זיך
אויפן שער פונעק 'סאנזער צדיק' זכה איך אז דער יושע ראקער איז געווען ראדאקטער פון 'די אידישע וועלט'. מן הסתם עפעס א צייטונג\אויסגאבע וואס איז ערשינען אין זיין תקופה.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 9:22 am
דורך יוסלמאן
אינטערסאנט אז אין תולדות אנשי שם פון יושע ראקער וואס מ'האט ארויסגעגעבן ווען ער האט שוין נישט געלעבט, איז דא א פארווארט פון די קאמיטע וואס האט זיך אפגעגעבן מיטן בוך. איינע פון אונטערגעשריבענע איז הרב יקותיאל יהודא גרינוואלד פון קאלומבוס, דער בארימטער שרייבער. לויט וואו כ'האב ערגעץ דא געליינט (כ'דענק נישט פונקטליך וואו) האט מען געשריבן אויף הרב גרינוואלד גרויסע זאכן און ער איז געווען אויף די קאמיטע ארויסצוגעבן ראקער'ס ביכער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 10:16 am
דורך פרייליכערהייט
די בוך פון די ריזינע זייט הייסט דאכטצעך , פון רעבין'ס הויף , מחבר ר' יצחק ... ?? אבן מיינעך , קען איינער ברענגן די לינק צו זיינע ספרים ?, ער האט געשריבן נאך אפאר אנדערע ביכער , איבער חסידים און זייער קולטור ,
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 11:27 am
דורך יוסלמאן
דא האט איר א לינק צום בוך. וועגן אנדערע ווייס כ'נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 8:19 am
דורך קלונימוס
פרייליכערהייט האט געשריבן:די בוך פון די ריזינע זייט הייסט דאכטצעך , פון רעבין'ס הויף , מחבר ר' יצחק ... ?? אבן מיינעך , קען איינער ברענגן די לינק צו זיינע ספרים ?, ער האט געשריבן נאך אפאר אנדערע ביכער , איבער חסידים און זייער קולטור ,
דער יצחק אבן איז געווען א ראזדובער חסיד וואס איז באהאלטענערהייט געגאנגען קיין סאדיגורא. ער באשרייבט דארט בעיקר נאר זיינע פערזענליכע איבערלעבעניש'ן געמישט מיט די מעשיות געהרט אין הויף. און דעם בוך ווערט די מחלוקת דערמאנט נאר בדרך אגב.
עס איז דא פון אים א צווייטער בוך אויף לשה"ק-עברית (געווען פון די ערשטע ציונים אין גאליציע) ספעציעל אויף די מחלוקת. ער באשולדיגט דארט דעם גארליצער און די גאנצע מעשה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:56 am
דורך שטיקל גבאי
קלונימוס האט געשריבן:פרייליכערהייט האט געשריבן:די בוך פון די ריזינע זייט הייסט דאכטצעך , פון רעבין'ס הויף , מחבר ר' יצחק ... ?? אבן מיינעך , קען איינער ברענגן די לינק צו זיינע ספרים ?, ער האט געשריבן נאך אפאר אנדערע ביכער , איבער חסידים און זייער קולטור ,
דער יצחק אבן איז געווען א ראזדובער חסיד וואס איז באהאלטענערהייט געגאנגען קיין סאדיגורא. ער באשרייבט דארט בעיקר נאר זיינע פערזענליכע איבערלעבעניש'ן געמישט מיט די מעשיות געהרט אין הויף. און דעם בוך ווערט די מחלוקת דערמאנט נאר בדרך אגב.
עס איז דא פון אים א צווייטער בוך אויף לשה"ק-עברית (געווען פון די ערשטע ציונים אין גאליציע) ספעציעל אויף די מחלוקת. ער באשולדיגט דארט דעם גארליצער און די גאנצע מעשה.
ווי אזוי הייסט די בוך?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 10:24 am
דורך קלונימוס
מחלוקת סנז וסדיגורא ניו-יורק תרע"ו
דער יצחק אבן איז אויך געווען דער רעדאקטאר פונעם צייטונג מחזיקי הדת.
אגב, באשולדיגט ער אין "אינם רבין'ס הויף" אז דער צייטונג איז שולדיג אין די השכלה פון די גאליציאנע יוגענד.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 11:18 am
דורך הייליגער
פארוואס דארף מען זיך פארלייגען אויף דעם מחבר נאך וואס איר האט הנאה גיהאט פון איהם ? זיין ביכל איז אנגענומען און די וועלט, אין ער זאגט אמת'ר רייד פול מיט סיפורי צדיקים, זאל עס זיין א תיקון פאר זיין נשמה.[אל תדין את חבירך וכו'].
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 12:06 pm
דורך מיללער
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 12:07 pm
דורך שמעלקא טויב
הרב מילער, איר האט באמערקט דעם רק ער ביים לעצטן שורה?...
די ביכער
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 12:04 am
דורך dovidal
איך האב עטליכע מעשה ביכלעך פון דעם מחר פאר מער אינפארמאציע פארבינד זיך
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 10:14 am
דורך מיללער
גרינע מיטוואך האט געשריבן:לכ כותבי הקרעטשמע!
װאָס האַקט איר צאַם פּעך און שװעבל אױפן גרױסן ליטעראַט ר´ יהושע ראַקער
ר´ יהושע איז געװען אַ זײַדענעם ייד מיט אַלע מפרשים, אליינס געווען בײַם סאַנזער צדיק און אַ זון פון החסיד ר´ פישל גאָרליצער
טראָץ זײַן פרי אנקומען צום טרייפענעם אַמעריקא האָט ער זיך געהאַלטן אײַזן פעסט מיט זײַן יידישקײַט און אַרױסגעגבן אַ שיינעם חיבור על התורה (דאַכציך דברי חכמים)
אין דעם בוך וועט איר נישט טרעפן קײַן שום ליצנות נבול פה וכדו´ ( חוץ װי ער לאַכט אינטער די וואָנצן בנוגכע די שינעווער און די היתר מכירה. כחסיד צאנז וכנ"ל)
ס´פֿאַראַן װייניג אַזונע גוטע שריפטשטעלערס בימים ההם, אָנגעפּיקעוועט מיט תורה און חסידות און געפּיצטע שטיוול
כבר הכו שאר החברים על קדקדו אז ראקער איז גארנישט געווען קיין צדיק, היינט האבן מיר געפונען (באדיבות חבר נכבד במורשת ח"א) א בילד פון דעם צדיק'ל יהושע ראקער, וירא הקהל וישפוט:
http://archive.org/stream/nybc200693#page/n136/mode/2up
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:01 am
דורך זאלץוואסער
זעהט נישט אויס ווי א אייוועלט שרייבער....
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:02 am
דורך נחוניא
מיללער האט געשריבן:גרינע מיטוואך האט געשריבן:לכ כותבי הקרעטשמע!
װאָס האַקט איר צאַם פּעך און שװעבל אױפן גרױסן ליטעראַט ר´ יהושע ראַקער
ר´ יהושע איז געװען אַ זײַדענעם ייד מיט אַלע מפרשים, אליינס געווען בײַם סאַנזער צדיק און אַ זון פון החסיד ר´ פישל גאָרליצער
טראָץ זײַן פרי אנקומען צום טרייפענעם אַמעריקא האָט ער זיך געהאַלטן אײַזן פעסט מיט זײַן יידישקײַט און אַרױסגעגבן אַ שיינעם חיבור על התורה (דאַכציך דברי חכמים)
אין דעם בוך וועט איר נישט טרעפן קײַן שום ליצנות נבול פה וכדו´ ( חוץ װי ער לאַכט אינטער די וואָנצן בנוגכע די שינעווער און די היתר מכירה. כחסיד צאנז וכנ"ל)
ס´פֿאַראַן װייניג אַזונע גוטע שריפטשטעלערס בימים ההם, אָנגעפּיקעוועט מיט תורה און חסידות און געפּיצטע שטיוול
כבר הכו שאר החברים על קדקדו אז ראקער איז גארנישט געווען קיין צדיק, היינט האבן מיר געפונען (באדיבות חבר נכבד במורשת ח"א) א בילד פון דעם צדיק'ל יהושע ראקער, וירא הקהל וישפוט:
http://archive.org/stream/nybc200693#page/n136/mode/2up
ביטע ארויפשטעלן דעם בילד פאר די וואס קענען נישט אריין אין דעם סייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:08 am
דורך מיללער
.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:39 am
דורך שמעלקא טויב
ער שרייבט דאך אז ער איז געווען יענער שומר שבת?!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 3:17 pm
דורך מיללער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 12, 2014 11:32 pm
דורך ארטסקרול
צאנזער צדיק האב איך דורכגעליינט אינגאנצען, עס איז געשריבן געווארן קונצליך און מיט א שיינע פעדער, עס האט מיר קלאר געשטעלט די מחלוקה פון צאנז און סאדיגערא, דארף מען אבער געדענקן אז א צאנזער חסיד האט דאס געשריבן, און מען דארף הערן צו א סאדיגערא חסיד איז מסכים דערמיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 13, 2014 2:03 am
דורך verveist
[quote="המסתתר"]
דער ר' פישל איז געווען דער באקאנטער דורכגעווייקטער צאנזער חסיד ר' פישל ראקער, (פישל גארליצער האט מען אים גערופן) ער איז געווען אויך א מגיד שיעור אין די ישיבה אין צאנז בימיו פון הייליגן דברי חיים זי"ע.
[quote="אלעקסיי"]
נישט געװען קיין ישבה אין גאנץ גאליציע בימיו פונעם הייליגען דברי חיים