בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2008 4:29 pm
דורך יאסל
יא יא א ברודער מיט עליש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2008 9:51 am
דורך מיללער
א בילד פון 'דער צאנזער שוהל' (לכאורה איז דאס די שטאטישע שוהל וואס ווערט דערמאנאנט די ערטשע אין די ליסטע אויבן אן קיין רב אדער דיין)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 4:27 pm
דורך מיללער

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 7:26 pm
דורך חוקר
אויב איך געדענק גוט איז דער מחבר מעיד אויף זיך אינמיטן דעם בוך אז ער איז געווען א מחלל שבת און שיניווער רב האט עם אפילו מוסר געזאגט אבער ער האט גארנישט גיווירגט ר"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 1:55 pm
דורך אלעקסיי
ער דערמאנט עס טאקע (פארציילענדיג וואו ער האט אנגעטראפען פערצופאל שינאווא רב זי"ע אין א שטעטל, און ער האט אים געזאגט אז ער באנוצט זיך מיטן היתר מכירה פון זיין פאטער די צאנזע רב זי"ע, וואס איז ניטאמאל געווען אמת, און די שינאווא רב האט פארשטאנען דעם אמת), ער זאגט אז די שיניווא רב האט אים אנגעוואנטשען אז א גאנצע וואך זאל ער מצליח זיין און ווידער שבת נישט.

שרייבט ער מיט א פרעכע ליצנות, אז תפילה עושה מחצה, שבת איז ער טאקע נישט מצליח, אבער אינדערוואכען אויך נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 4:18 pm
דורך מאטעס
און דם בוך דערמאנט ער אסאך זיין פאטער 'ר' פישל דיין' וואס לויט ווי ער שטעלט אים פאר איז ער געווען א שטארקער מקורב צום צאנזער רב, ווייסט איינער צו איז איז דער ר' פישל דיין דערמאנט דורך נאך כותבי תולדות צנז וכדו'?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2009 6:47 am
דורך כתר ישועה
נאטורליך האט געשריבן:איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל


ס'איז מיר זייער שווער צו גלייבען אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געליינט דעם ביכ'ל, וועגען ווער ס'ווייסט אז די הייליגען רבי ז"ל האט קיינמאל נישט פארציילט אפי' חסידיש'ע מעשויות וואס בגלוי אי דאס נוגד די הלכה און שו"ע. און אין דעם שיינעם ביכל איז דא אסאך אזעלעכע מעשהל'עך.
בכל אופן די ביכל איז גאר גאר א שיינעם. יאך מיין אז ס'נאך נישט דא אוין מארק אזא שיינעם חיבור. ווען מהייבט אן דאס צו ליינען קעמען זיך מצייר זיים כאילו מגעפונט זיך יעצט ממש בהיכלא דמלכא בחצר הקודש 'צאנז'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2009 2:07 pm
דורך חוקר
סאטמער רב זי"ע האט געקענט ליינען און נישט פארציילן די מעשית וואס זענען כנגד הלכה ער האט געוויסט די אלע מעשית אבער עס נישט נאכפארציילט איז דעס נישט קיין שום באווייז אויב ער האט עס געליינט אדער נישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2009 2:27 pm
דורך badatz
ב''ה
ארגינאל איז דאס געווען געדריקט אין המשכים אין דעם
" הייליגען " פארווערטס " הידוע .
דאס אז עהר איז נישט געווען קיין שומר-שבת ווייסען
אויך אלע .ממילא וואס איז דיא שאלה ציא מען מעג
קיקען דערין אין גלייבען כסומא בארובה .
זיין בר פלוגתא יצחק-אבן פין ראזוודאוו איז חאטשיק
געווען איין שומר שבת אין א שומר מצוות בפועל .
אין כתבי חיים בלאך וואס געפינט זעך אין ייוו''א .
איז פארשריבען איז אבן אוועק גיין פין דיא וועלט
פין יצחק -אבן אין איינער פין דיא וואס האבען געזאגט ווידוי
מיט איהם איז געווען הרב צבי אלעזר בו הרה''צ ר' אשר
מרימאנאוו- דזיקאוו .

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 12:25 am
דורך החריף
פאר וועמען נעמט ער זיך אהן. לכאורה פאר ריזון.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 12:52 pm
דורך חוקר
אפיציעל פאר צאנז (אבער איינער וואס ליינט די בוך זעט אז ער האט אינטערסע אז מען זאל גוט פארשטיין דער סאדיגערע צד)

פארעפענטליכט: שבת אפריל 18, 2009 5:00 pm
דורך כתר ישועה
ער נעמט זיך אהן פאר סאנז, און ער שרייבט אויכעט ועעגן רוזשין בעיקר בשבחם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 12:41 am
דורך המסתתר
אלעקסיי האט געשריבן:ער שרייבט היפש משכילישע זאכען אויך, ער לאכט פון אלע רבי'ס אויסער די סאנזער צדיק, א שטייגער ווי רבי ר' ברוך'ל מאכט ער שפאס.


קען זיין ער לאכט און רעדט מיט א גרויס מויל ווי דער שטייגער איז דעמאלט'ס געווען, אבער פון דאנעט ביז זאגן אז ער איז געווען א משכיל איז א ווייטער וועג. פונעם רבי'ן רבי ברוך'ל מאכט ער נישט קיין שפאס די מעשה פארציילן אלע חסידים אן בושה, און עס קען זיין אז ר"ר ברוך'ל האט דאס געזאגט, ווי מיר זעהן ביי נאך פארשידענע צדיקים.

מאטעס האט געשריבן:ער דערמאנט אסאך זיין פאטער 'ר' פישל דיין' וואס לויט ווי ער שטעלט אים פאר איז ער געווען א שטארקער מקורב צום צאנזער רב, ווייסט איינער צו איז איז דער ר' פישל דיין דערמאנט דורך נאך כותבי תולדות צאנז וכדו'?


דער ר' פישל איז געווען דער באקאנטער דורכגעווייקטער צאנזער חסיד ר' פישל ראקער, (פישל גארליצער האט מען אים גערופן) ער איז געווען אויך א מגיד שיעור אין די ישיבה אין צאנז בימיו פון הייליגן דברי חיים זי"ע.

אלעקסיי האט געשריבן:ער דערמאנט אז ער האט געזאגט דעם שינאווא'ער רב אז ער באנוצט זיך מיטן היתר מכירה וואס איז ניטאמאל געווען אמת, און די שינאווא רב האט פארשטאנען דעם אמת.


badatz האט געשריבן:דאס אז עהר איז נישט געווען קיין שומר-שבת ווייסען אויך אלע .ממילא וואס איז דיא שאלה ציא מען מעג קיקען דערין אין גלייבען כסומא בארובה.


די שאלה איז נאר פון וואו ווייסט אלעקסיי אז דאס איז נישט אמת און ער האט זיך נישט באנוצט מיטן היתר מכירה, און פון וואו נעמט דער בד"צ צו פסק'ענען אז אלע ווייסן אז ער איז נישט געווען קיין שומר שבת.

צופעליג האט ער מחבר געווען דעם ספר דברי חכמים און אבני חפץ, וואס איז אגב, גאנץ אן אינטרעסאנט ספר מיט שיינע זאכן וואס איז שטארק משמע דערפון אז דער איד איז געווען א יודע ספר און א שטיקל תלמיד חכם, ממילא ווייס איך נישט פון וואו איר נעמט די קלארקייט אז ער איז געווען א פרייער איד גאר. בעסערע מקורות ביטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 12:27 pm
דורך חוקר
המסתתר שרייבט
די שאלה איז נאר פון וואו ווייסט אלעקסיי אז דאס איז נישט אמת און ער האט זיך נישט באנוצט מיטן היתר מכירה, און פון וואו נעמט דער בד"צ צו פסק'ענען אז אלע ווייסן אז ער איז נישט געווען קיין שומר שבת.

ער שרייבט דארט אז עס איז עס בייגעפאלן אויפן פלאץ דעם תי' ווען שיניווער רב האט עם אפירגעהאלטן (דאס מיינט קלאר אז ער האט דאס נישט געטיהן)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:37 pm
דורך יוסלמאן
נאטורליך האט געשריבן:איך האב דעם בוך דורכגעלייענט אלס בחור. "דער סאנצער צדיק" איז א עכט אינסייד בליק אין צאנז.
דאן האט מיר מיין מגיד שיעור געזאגט אז אפילו דער ראקער איז ווארשיינליך נישט קיין ערליכער. ער שרייבט אליין איבער זיין צידקות אינעם בוך. אבער יש על מי לסמוך, דער סאטמאר רבי זי"ע האט אמאל דורך געלייענט דעם ביכעל מדעקעל לדעקעל. קען דאס איינער מברר זיין? ווי איך ווייס איז דער בוך א ליקוט פון די באשרייבונגען זיינע אין א וואכען דזשורנאל


צו זאגן אז דער רבי האט געליינט א ביכל פון צייטונג שרייבער איז נישט אזוי איי איי איי. אבער כ'האב אמאל געהערט אז ביי הרה"ק מהרי"ד מבעלזא האט מען געטראפן א דרכי חיים פון ר' רפאל דער משמש פון הייליגן צאנזער רב. האט מען אים געפרעגט אז דער מחבר איז דאך געווען א פשוטער איד, מיינענדיג צו פרעגן פארוואס ער קוקט אין דעם ספר. האט דער בעלזאר רב געענטפערט אז אדרבה, פון דא קען מען זעהן ווי א פשוטער איד האט צוגעקוקט צו די הייליגע עבודה פון צאנזער רב.

עניוועי, ס'מוז נישט זיין אז דער רבי האט עס געליינט, אבער ס'קען זיין. דער ברך משה האט אמאל געזאגט "דער רבי האט דאך אלעס געוואוסט" בנוגע אזאליכע ענינים, סאו ס'קען זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:58 pm
דורך סעיגען
עס איז אינטערעסאנט אז אין שו"ת כנף רננה, פון הגאון רבי נתן נטע סג"ל לנדא זצ"ל אב"ד אושפיצין, איז דא א תשובה להלכה צו דעם "חכם וסופר" יהושע ראקער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 4:17 pm
דורך והוא פלאי
אנדי פעטיט האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:עפעס אן ענגלענדער איז אויך יעצט אוועק, וואס איז געווען א קאלשיצער חסיד פון דערהיים.


אהרן ברוך ענגלענדער פון בארא פארק?

סתם להעמיד הדברים על דיוקם, ר' משה ואחיו הצעיר ממנו ר' אהרן ברוך לא היו חסידי קאלאשיץ, רק חסידי שינאווא, דהיינו לאחר פטירת הרה"ק ר' משה'לי משינאווא, נסעו בני משפחתם לבנו ר' ליבוש מרדכי, ואחר פטירתו נסעו לבנו ר' זלמן יודל הי"ד, הי' נקרא כן, ששמו הי' יקותיאל יהודא, ולא קראו לו ליב, משום ששם אביו הי' ליבוש, ובזמירות לעטר פתורא מובא הרבה מר' אהרן ברוך אודות ר' ליבוש מרדכי, ויבלח"ט ר' אלי'ש הי' צעיר למדי בעת פרוץ המלחמה. והכירו הרבה צדיקים משום שגרו בקרעניץ.
וההמון שגרו פה, חשבו שהם חסידי קאלאשיץ, משום שהסתובבו עם חסידי קאלאשיץ, ועם אדמור"י פשעווארסק, מפני שהי' הציבור היותר קרוב ללבם שנשאר מזה שם ושארית.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 5:23 pm
דורך גרינע מיטוואך
לכ כותבי הקרעטשמע!
װאָס האַקט איר צאַם פּעך און שװעבל אױפן גרױסן ליטעראַט ר´ יהושע ראַקער
ר´ יהושע איז געװען אַ זײַדענעם ייד מיט אַלע מפרשים, אליינס געווען בײַם סאַנזער צדיק און אַ זון פון החסיד ר´ פישל גאָרליצער
טראָץ זײַן פרי אנקומען צום טרייפענעם אַמעריקא האָט ער זיך געהאַלטן אײַזן פעסט מיט זײַן יידישקײַט און אַרױסגעגבן אַ שיינעם חיבור על התורה (דאַכציך דברי חכמים)
אין דעם בוך וועט איר נישט טרעפן קײַן שום ליצנות נבול פה וכדו´ ( חוץ װי ער לאַכט אינטער די וואָנצן בנוגכע די שינעווער און די היתר מכירה. כחסיד צאנז וכנ"ל)
ס´פֿאַראַן װייניג אַזונע גוטע שריפטשטעלערס בימים ההם, אָנגעפּיקעוועט מיט תורה און חסידות און געפּיצטע שטיוול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 5:58 pm
דורך נאטורליך
ער אליין שרייבט דאך אויף זיך אז ער איז נישט געווען הולך בדרך אבות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 6:07 pm
דורך גרינע מיטוואך
כתב בענוות קדשו כדרך הסופרים שמדברים בשבח אביהם ולא הגיעו לקרסליהם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 6:43 pm
דורך גרינע מיטוואך
נאַט אײַך א לינק צו ביידע זײַנע ספרים
סאַנזער צדיק
http://www.hebrewbooks.org/3004
דברי חכמים
http://www.hebrewbooks.org/2115
תולדות אנשי שם. די לעבענס געשיכטע פון דעם גאון ומקובל ר׳ שניאור זלמן לאדיער, די אונגארישע גאונים ר׳ משה טייטעלבוים, ר׳ יקותיאל יהודה טייטעלבוים און אנדערע צדיקים
http://www.worldcat.org/oclc/22093100

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 7:09 pm
דורך והוא פלאי
גרינע מיטוואך האט געשריבן:לכ כותבי הקרעטשמע!
װאָס האַקט איר צאַם פּעך און שװעבל אױפן גרױסן ליטעראַט ר´ יהושע ראַקער
ר´ יהושע איז געװען אַ זײַדענעם ייד מיט אַלע מפרשים, אליינס געווען בײַם סאַנזער צדיק און אַ זון פון החסיד ר´ פישל גאָרליצער
טראָץ זײַן פרי אנקומען צום טרייפענעם אַמעריקא האָט ער זיך געהאַלטן אײַזן פעסט מיט זײַן יידישקײַט און אַרױסגעגבן אַ שיינעם חיבור על התורה (דאַכציך דברי חכמים)
אין דעם בוך וועט איר נישט טרעפן קײַן שום ליצנות נבול פה וכדו´ ( חוץ װי ער לאַכט אינטער די וואָנצן בנוגכע די שינעווער און די היתר מכירה. כחסיד צאנז וכנ"ל)
ס´פֿאַראַן װייניג אַזונע גוטע שריפטשטעלערס בימים ההם, אָנגעפּיקעוועט מיט תורה און חסידות און געפּיצטע שטיוול

רב מיטוואך, אתה מדבר מה שאתה מסיק מתוך חיבוריו, או אתה מדבר ממה ששמעת מיהודים שהכירהו. יהודים שהכירהו קראו אותו עם ק' במקום ר'.
אגב הידעת הפשט בהמלות גרינע מיטוואך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 11:43 pm
דורך סעיגען
פלאי, אין איינקלאנג צו וואס "גרינע מיטוואך" באריכטעט איבער יהושע ראקער, האב איך שוין פריער צוגעצייכנט א תשובה וואס א חשוב'ער גאון פון זיין תקופה האט צו אים געשריבן.
כ'וועל דא ברענגען דעם ערשטן פאראגראף פון דער תשובה און פון דעם קענט איר זיך איבערצייגן אז ער איז לכאורה געווען א פולשטענדיגער שומתו"מ.
כנף רננה, יו"ד סי' כ"א (כ'ווייס נישט צי דער ספר איז בנמצא, דאס לעצטע מאל איז עס געדרוקט געווארן דורך אן אייניקל אין תשל"ט):
ידידי אשכול הכופר, חכם וסופר, מ' יהושע ראקער נ"י,
ע"ד המצבה שהמחוקק חקק עליה שם קדש משמות שאין נמחקין לרמוז פרט השנה, ונתעורר כ"מ ממ"ש בשו"ת נב"י מ"ת חי"ד סי' קפ"א באבן שע"ג ארון הקדש שנעשה כנ"ל, וגם חושש שלא יבא למחיקה, ורצה לעשות עליו גג להגן ממטר וג"ז אי אפשר, ושואל מה לעשות.
תשובה...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 6:35 am
דורך והוא פלאי
איך האב געמיינט אז דער פראבלעם איז אז איר ליינט היסטאריע פון דאקומענט, דערווייל זיך אז ליינען טוט איר אויך נישט
די תשובה אין כנף רננה איז תרמ"ז 12 יאר פאר די פטירה פון שינאווער רב
דעם ספר דברי חכמים איז פון די סמ"ך'ס און אין עמוד 38 ברענגט ער מענדעלסאן (דעם דעסויער ימ"ש), וואס פאר א יונגעל וואס איז אויפגעוואקסען אין צאנז איז אויף דעם נישטא קיין תירוץ
און ער האט געמאכט פרנסה אלס אמעריקאנער שיינע איד
דער סאנזער צדיק איז פון די פ' יארען 50 יאר נאך דער פטירה, ווי ער שרייבט אויפן לעצטען בלאט, ווען ער האט געהאט פרנסה אלס צייטונג שרייבער, וואס ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט אין אמעריקע בימים ההם...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 7:47 am
דורך badatz
ב''ה
בודאי שגדל בבית חרדי-חסידי כמו כל המשכילים וכותבים ושרייבער'ס ''והחכמים'' אך נתחמץ .
זה לא סוד .