דער בוך "וזכרתי: איך וועל געדענקען"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אן ערשטקלאסיגער מייסטערוועק.
א הערה קטנה, ערגעץ אנהויב ביי דער אנטלויף אקציע פון די דריי מלחמה געפאנגענע, אלעזר, עמיאל און נתנאל, זייענדיג אין בית א-ל ביים כותי אין גאסט-הויז, דערמאנען די דריי א מעגליכקייט צו עפענען דעם טיר און דערמיט מאכן אויס מיט'ן 'נרגל' עבודה זרה וואס האט ליידער געפלאטערט הינטער'ן טיר.
ס'איז לכאורה נישט אן אפציע, א איד קען נישט מבטל זיין אן עבודה זרה, איבערהויפט אויב נעמען מיר אן אז כותים גרי אמת הן, קען אן עבודה זרה של ישראל בכלל נישט בטל ווערן.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

יא, עגרי צו יעדעס ווארט, כהאב דורכגעליינט דאס ביכל כמעט בהעלם אחד, און כמוז זאגן דאס איז א מיינסטער שטיק אסאך מער ווי די פאריגע! כבין געוואר געווארן חידושים נפלאים בקורות ימי הדורות.

ואגב עטליכע קאפיטלען האב איך געמוזט אויסלאזן כדי נישט צו וויינען בעצם החג. געמאכט א קנייטש און מוועט אי"ה צירוק קומען בימי חורבן ביהמ"ק (משיח זאל אוודאי אינטערקומען פריער).

גראדע די נס פורים איז היפש אינטרעסאנט געשריבן, זי האט עס לכאורה דיירעקט נישט געשריבן פון א שושן/בבל איינוואונער ווייל יעדער קען די מעשה, נאר זי דערציילט עס פון א בליק פון א אר"י איד בימים ההם. זייער אינרעסאנט.

בכלל די גאנצע מעשה מיטן אוצר, קריעטיוו!! ממש שטיק קריעטיוויטי צו בויען א מעשה און אריינפלעכטן טויזענטער מאמרי חז"ל, פסוקים, מדרשים! און איין ווארט WOW

הלוואי איז מען ממשיך ווייטער צו חורבן בית שני כו'

יישר כוח פאר די ארויסגעבער ותחזקנה ידיכם.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איך האב עס נאר אנגעהויבן צו ליינען, שוין ביים ערשטען קאפיטל איז עס מייסטערהאפטיג!!! אינטערעסאנטע היסטארישע פאקטן געשפינט מיט שפאנונג!

א דאנק פאר די ארויסגעבער פארן אהערשטעלן ריינע ערליכע רייכע ליין מאטריאל!
זוכט איר דוי?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די עטליכע בלעטער וואס רעדן פונעם חורבן איז טאקע זייער גראפיש געשריבן. אביסל טו מאטש. אויך אינעם "והצלתי" איז דא עטליכע גראפישע ערציילונגען פונעם שיעבוד מצרים.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

להודיע האט געשריבן:די עטליכע בלעטער וואס רעדן פונעם חורבן איז טאקע זייער גראפיש געשריבן. אביסל טו מאטש. אויך אינעם "והצלתי" איז דא עטליכע גראפישע ערציילונגען פונעם שיעבוד מצרים.

להודיע, סאיז דא זייער סעעד מדרשים וואס דערציילן די מעשה, די שרייבערין האט איבערגעזעצט די מדרשים אין אידיש מיט שמאלץ.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

געליינט דעם ביכל, ס'איז ממש א מייסטערהאפטע שטיק ארבעט, מלא ידיעות און תוכן, אזוי נישט מיר נישט דיר אדורכגעלאפן א שיינע צאל תקופות פון כלל ישראל, אנגעהויבן פונעם "גלות יכניה" "חורבן הבית" "גלות בבל" און נאכדעם "פרס ומדי" "חנניה מישאל ועזריה" "דניאל" די מעשה פון פורים, און דערנאך די עליה פון זרובבל און דערנאך פון עזרא הסופר,

עס ליגן דארט אויך אסאך קליינליכע פרטי היסטוריה, צב"ש די אנהייב פון איסור מוקצה בימי נחמיה בן חכליה,

איין הויפט חילוק פון איר פריערדיגע בוך "והצלתי" און די בוך, איז אז והצלתי איז אראפ געשטעלט אויף איין תקופה פון כלל ישראל און אויף דעם בויעט זי אויף א גאנצע מעשה, משא"כ די בוך לויפט מער דורך אסאך תקופות פון כלל ישראל און אינצווישן איז אויך אריינגעדרייט א מעשה, עס גיט מער א פילינג פון א היסטוריה בוך ווי א נאוועל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כ'קעניש מער ווי צישטומען צו די פריערדיגע מגיבים!

געליינד די בוך דעם יו"ט, דאס איז דאך א געוואלדיגע עונג יו"ט.
שוין לאנג נישט געווען אזוי צוגעשמידט צו א בוק פאר שעות ארוכות..

מנהלים, ביטע אפטיילן די אשכול, און גרינדן א פרישע, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן פון דעם מייסטער ביכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

להודיע האט געשריבן:ב"ה
איך האב ב"ה דעם יום טוב עוסק געווען אין דאס ביכל "וזכרתי". דאס איז עפעס וואס ממש לא נראה כבושם הזה אויף די אידישע שפראך.

לכאורה וועט ביים אלגעמיינער ציבור עס נישט אויפכאפן אזוי ווי די פריערדיגע ביך, פשוט ווייל עס אינוואלוואד צופיל היסטארישע איינצלהייטן און פרישע ידיעות בקורות תולדות עמינו וואס דער אנאלפעבט עולם קאנעקט נישט דערצו, אבער פון א ריכטיגן בליק איז דער צווייטער ביכל אסאך אסאך א גרעסערע און געלונגענערע ארבעט ווי די ערשטע.

דא ליגט בלי ספק אן ארבעט פון יארן. די אינהאלט און די וועג וויאזוי דאס איז געשריבן האט נישט זיינס גלייכן ... די הארציגקייט און רייכקייט און יעדע שורה... מען לעבט מיט די אינערליכע ראנגלענישן פון צדקי' המלך... די קאשמארן פון די חורבן איבערלעבער... די ווידעראויפבלוה פון תורה אין בבל... די ברענענדיגע האפענונג פון שיבת ציון.... אויסנאם אויסנאם, און אלעס מיט אזא ערליכקייט און געהויבענקייט, מיט הונדערטער פסוקים און מאמרי חזל אריינגעפלאכטן צווישן די שורות, אזוי לעבעדיג, אזוי רוי.

דער ליינער ווארפט זיך מיט הארץ און געפיל צווישן טראגעדיע און נאסטאלגיע, צווישן בענקשאפט און ערווארטונג. הונדערט שטורמישע יאר פון גלות וגאולה ווערן מייסטערהאפטיג צונויף געוויקלט מיט זעלטענע טאלאנט און כשרון המחשה וכתיבה.

דאס איז פון די ביכער וואס לאנג נאכדעם וואס מען האט עס אראפגעלייגט טרעפט מען זיך פאר'חלום'ט איבערטראכטנדיג חלקים פון די געשיכטע. פון די ביכער וואס מען קען איבערליינען פשוט צו נאכאמאל באגייסטערט ווערן פון די אויסטערלישע שריפט, טאלאנט און געפיל וואס ליגט אין יעדע שורה.

איך האף אז די ארויסגעבערין וועלן ערגעץ וואו באקומען מיין פערזענליכע יישר כח פארן מזכה זיין די אידישע וועלט מיט אזא הפלא'דיגע יצירה. אזויפיל גארביזש ליין מאטריאל פולן אן די קעפ, הלואי איר האלט אן מיט די עבודת הקודש, אבער ביטע לאזט אונז נישט ווארטן נאך צען יאר...


RT
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

צ\ק
זייער אינטערסאנטע בוך - אויסגעליינט אין דריי טאג - עס האט זיך געלוינט די דרייסיג דאללער....
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אדער יא האט געשריבן:צ\ק
זייער אינטערסאנטע בוך - אויסגעליינט אין דריי טאג - עס האט זיך געלוינט די דרייסיג דאללער....

גם אני בחלומי, אויסגעליינט בנשימה אחת, און מיינע קינדער אויך כמובן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יעצט דארף עס נאך די סטרושטקע ענדיגן ליינען און מ'קען עס קומען בארגן...
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

עס איז א הפלא ופלא,

יישר כוחכם פאר די מבהיל'דיג וועג פון שרייבן אויף אידיש'ן שפארכע, די רייכקייט איז נישט דא אזאנס גלייכן,
א עקסטרע שכויח פאר די קויפערס פון די בוך, אזוי האף איך וועט ארויס קומען נאך,
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

פארוואס קען מען עס נישט טרעפן אין אייראפע???
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שאלה גדולה
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלה גדולה »

געזיכט אין געזיכט אין נישט געטראפן אין עטלעכע געשעפטן
געזאגט אז עס קימט א פרישע שיפמענט

נאר וואס געקויפט פאר די מצטיינים תלמידים
עס קימט צירוק מוראדיקע פידבעק

ריקמענדעד פאר יעדן איינעם אנצפילן די שעות מיט א תוכן און אינטערעסאנטע זאכן

קען זיין אז מען איז אפילו יוצא לימוד התורה, יעדער זאל פרעגן ביי א דיין
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

געזען אין די פארגאנגענע טעג א פרישע שיפמענט - בייי וויינשטאקס און בית הספר (מסתמא האבן אנדערע געשעפטן אויך באקומען)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

כדאי הוא בית אלוקינו
עס לוינט זיך דורכגיין עם ביכעל איצט אין די 9 טעג עס וועט זיך אנדערש זאגען די איכה און קינות.
לאמיר האפן אז דער שופר של משיח זאל מען שוין הערן בעפאר.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:צ\ק
זייער אינטערסאנטע בוך - אויסגעליינט אין דריי טאג - עס האט זיך געלוינט די דרייסיג דאללער....

גם אני בחלומי, אויסגעליינט בנשימה אחת, און מיינע קינדער אויך כמובן


גא"מ

נישטא קיין בעסערע ביכל פאר תשעה באב. מורא'דיג אינטערסאנט. מיט טויזענטער מדרשים אריינגעפלאכטן אין א נאוועל פון דריי חברים ביי די תקופה פון פארן חורבן בית ראשון ביז נאכן בנין בית שני.

ס'טראגט דיך אריבער צו די זמן הבית. די מנהיגי השקר וואס האבן גט'ענעה'ט אז אלעס איז בסדר און "אין מה לדאוג, אין מה לדאוג"..אין גזירה... און צום סוף די שרעקליכער חורבן. דערנאך די געמישטע געפילן ווען מ'ליינט פון בנין בית שני.. וואס איז נישט געווען וואס מיר האבן געהאט בעפאר... דאס ווען מיר נאר האבן בביאת משיח צדקינו בקרוב. און נאך אסאך מער.
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום זונטאג יולי 22, 2018 2:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב מיך איינגעהאנדעלט דעם ביכל יעצט אין די 3 וואכן שוין אויסגעליינט האלב

איך מוז זאגן דאס איז דער ביכל בהא הידוע ממש לא נראה כבושם הזה.

לייגט אראפ דעם גאנצע השתלשלות פונעם חורבן מיט א פרישע פרעספעקטיוו

עס איז ווערד יעדן דאלער
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך וויל אפגעבן מיין דאנק פאר אלע מגיבים דא וואס האבן מודיע געווען איבער דעם ביכל און ווי גוט דאס איז.

ס'איז אבער נאך אסאך בעסער ווי גוט!

געקויפט דעם ביכל פאר די קינדער אצינד אין די ימי בין המצרים, און ס'האט זיך פארמירט קליינע מלחמה'לעך צווישן זיי ווער עס קען עס יעצט האבן און ווער שפעטער... אבער למעשה יעצט האלט שוין כמעט יעדער נאכן דורכליינען רובי דמינכרא דערפון, און עס נישט קענען אראפלייגן פאר גאנצעטע שעות.

יעצט ת"ב נאכמיטאג האב איך גענומען דעם בוך מיטן פלאן צו נאר געבן א בליק דערין פון וואס מ'רעדט דא, אבער איך בין שוין סטאק דערמיט פאר עטליכע שעה, עס איז דאך אזוי שפאנענד געשריבן און אזוי גוט אראפגעלייגט די מעשה, און אלעס אן קיין אויפגעבאקענע צוגעלייגטע מעשיות, אלעס אויטענטישע פאסירונגען מיט די מפתח פון מקורות צום סוף פונעם ביכל.

(עס האט מיר שוין אויך געקאסט א שיינע ביסל טרערן...)
---
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

די גאנצע קאנטרי דרייטזיך דא ארים דערמיט
זעהט טאקע אויס עפעס מורידיג
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

שוין געליינט איינמאל די גאנצע גלייך ווען עס איז ארויס געקומען.

נעכטן תשעה באב האב איך איבערגעליינט די 2 קאפיטלעך פון בין המצרים און די נעקסטע איבער שריפת בית אלקינו.

אוי עס האט מיר געשטיקט ביים האלדז.

איבערהויפט ווי די שרייבערין ענדיגט דארט צו ׳׳ווייל די וועלט האט זיך טאקע גענדיגט׳׳.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מאמע רחל---

א שטראם פון טרערן האט ארויסגעשאסן פון די אויגן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אויכעט אויסגעליינט דעם ת"ב
הפלא ופלא לא נראה כבושם הזה
איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטען פון לאכן ווען זיי האבן געשילדערט די תאוה פון ע"ז... קיינער זעט נישט? לאמיר כאפן א בוק צום געטשקע, כקען זיך נישט איינהאלטן.....
מיר פארשטיין עס נישט היינטיגע דורות. אבער נאך די גאולה וועט נישט פארשטיין היינטיגע תאוות............ ס'א גוטע מוסר השכל!!!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

אה יע
די ווי ס׳האט אים באנומען א אומבאהערשבארע תאוה..

כ׳האב אויסגעשאסן...אזש...
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: דער בוך "וזכרתי: איך וועל געדענקען"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

יעצט ארויסגעקומען אין ענגליש אונטערן נאמען Song of Redemption.
אטעטשמענטס
38931-2-lightbox.jpg
38931-2-lightbox.jpg (352.77 KiB) געזען 632 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”