על הספר: "המלאך - שערי השגות"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

איך האב עס ממש געשריבן בקיצור מופלג, האסטו לכאו' נישט אינגאנצן קלאר פארשטאנען.

די בעל שם הק' ותלמידיו זענען געווען זייער רחוק פונעם דרך צו זיכן שפרינגען אין הימל אריין, און ממילא "לא הלכו בה כל רבותינו".
אדרבה, זיי האבן שטארק נישט געהאלטן פון די סארט.

מיט דעם ביסטו גערעכט אז דער דרך חב"ד איז טאקע ענדליך צו דעם מהלך, אבער אסאך תלמידי בעל שם האבן טאקע מתנגד געווען אויפן בעל התניא, ולא עת האסף פה.

דאס איז זיכער אז סתם אראפ רייסן איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, און מיט דעם ביסטו לענ"ד הונדערט פראצענט גערעכט.
עכ"פ דאס איז מיין מיינונג.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ידיעות שונות האט געשריבן:ס'פאדערט באמת אן אריכות, ואין העת פנוי לכך, אבער אויפן שפיץ גאפל איז עס אזוי.

ס'דא א הייליג ספר שערי קדושה פון ר' חיים ויטאל, תלמידו של האר"י ז"ל, ווי ער שרייבט אין די הקדמה אז ער זעהט אז ס'דא אסאך וואס ווילן אנקומען צו העכערע מדריגות, רוח הקודש וכו', לייגט ער דארט אראפ א דרך ארוכה וקצרה ווי א איד איז זיך מטהר מקדש און מזכך בעבודה רבה ויגיעה עצומה ביז מ'ווערט ממש א קדוש וטהור. און אויף דעם איז געווידמעט א חלק ניכר פונעם ספר.

אין די שפעטערע שערים קומט ער צו, אז נאך דעם וואס א מענטש האט זיך אזוי אויסגעארבעט און ער איז לגמרי מזוכך כראוי, איז דא כמה אופנים ווי אזוי מ'קען זוכה זיין צו אן השראה פון רוח הקודש, און אויף דעם גיבט ער כמה עצות און מהלכים וכו', כוונות, יחודים וכדו'.

ולענינינו:
ס'איז א דבר ידוע אז אסאך אידן זוכן צו באקומען א העכערע געפיהל פון רוחניות, בלע"ז רופט מען דאס "ספיריטשעל", אסאך פון די זענען געקראכן און געקראכן, ווען זיי האבן געזעהן אז זיי קומען נישט אהן האבן זיי מחליט געווען אויסצופרובירן אנדערע מהלכים, וביניהם גוי'שע דרכים, און אויך ליידער ביז הפרת הדת ממש, צו גיין זוכן ביי אנדערע שמייליגע רעליגיעס וואס פראפאגאנדירן אז זיי פארקויפן דארט 'רוחניות' עפ"ל.

איז געווען א טייערע איד, ר' ארי' קאפלאן ז"ל, וואס האט צוגעזעהן מיט זיינע אויגן את כל הנעשה, האט ער געוואלט מפרסם זיין לעיני כל הארץ אז מ'דארף זיך נישט גיין זוכן אין דער פרעמד, ביי אונז קען מען אויך צוקומען צו די אלע הימלישע זאכן.

די גאנצע פראבלעם איז נאר אז למעשה האט ער לתועלת פון זיין ארבעט, (וואס ער האט זיכער געמיינט לטובה), האט ער געמאכט א עיקר פון די אלע סארט פעולות צו קענען אנקומען צו העכערקייט, (וואס איך איך וועל נישט מאריך זיין בפרטיות), און אויף דעם טוהט ער זיך בעיקר שטעלן, צו ברענגען פאר די אלע סארט אידן א וועג ווי אזוי צו אנקומען צו דביקות און צו שפירן א העכערקייט.
אבער די ריכטיגע עבודת השם ביגיעה עצומה צו הארעווען צו טוהן רצון השם באמת, און זיין אויסגעהאלטן אין יעדע קלייניקייט, דאס האט ער אינגאנצן אויסגעלאזט, און דאס איז פארשטייט זיך זייער אנדערש פון דרך אבותינו ורבותינו צו טוהן זאכן כפשוטו און נישט זוכן דוקא אנצוקומען מדריגות, און בפרט אויב מ'האלט נישט ממש דארט.

בנוסף על כל זה, טוהט זיך אסאך איבער דעם עצם מהלך פון טוהן פעולות כדי אנצוקומען צו רוח הקודש, אפילו אויב איינער האט זיך יא מזכך געווען כראוי, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.


מורא׳דיג קלאר אראפגעלייגט.
און איין ווארט הייסט דאס Meditation...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

איך האב נישט געוויסט אז דער עולם דא קען די 'ריכטיגע' שפראך.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

:wink:
ידיעות שונות האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז דער עולם דא קען די 'ריכטיגע' שפראך.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

צד תמות האט געשריבן:א גרויסן שכוח הרב י"ש, זייער שיין צולייגט,
אויב פארשטיי איך גוט, איז כו"ע מודה אז זו הדרך פאר בני עליה, ובה הלכו כל רבותינו הגדולים ובפרט הבעש"ט ופמלייתו נבג"מ, וביניהם הרב הדומה למלאך נ"ע,
די טענה אויפ'ן מחבר ספר 'שערי השגות' איז בלויז פאר'ן עס ארויסגעבן פאר'ן ברייטן פובליקום, און אויך פאר'ן נישט גענוג ארויסהייבן די "פשוט'ע" זייט פונעם מלאך, דהיינו זיין זהירות ויראת חטא וכו'
טאקע גוטע טענות, אבער פון דא ביז "בויך תורות און פאנטאזיעס" / "שטותים מיט לאקשאן", איז פאלג מיר א גאנג.
איים ווראנג?


ס׳אבער נישט אמת. אין די ספר האלט ער און איין איבערזאגן אז אן קיין א אמת׳ע התמדה בתורה, דקדוק במצוות אן קיין פשרות, שמירת עינים ומחשבה, איז גארנישט דא. דאס האלט ער און איין איבערחזר׳ן. נאר וואס דען, זאלסט וויסן אז ס׳איז דא א וועלט וואס איז אפן פאר יעדע איד, און מדריגות איז א זאך צו וואס יעדער איינער קען צוקומען, מיט די ריכטיגע מהלך, פארשטייט זיך.
אזא מהלך איז זייער ריכטיג און אויב וויל עס אפפרעגן דארף ער קומען מיט מקורות. נישט קיין אייגענע סברות געבויעט אויף געפילן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

וועם סיז אינטערעסאנט זאל געבן א גוגל 'ארי קפלן' ער האט ארויסגעגעבן עטליכע ביכער-ספרים איבער אידישקייט און מעדיטעישן בעיקר נאך דעם וואס אסאך זענען געגאנגען זוכן די זאכן ביי אנדערע רעליגיעס בעיקר ביי די בודיהיסטן.

דארף מען איינהאנדלן דעם ביכל אויף חוה"מ...
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מ'דארף דערצו סאאאאך מער צייט און קאמיטמענט ווי איין חול המועד...
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

כ'רעד דעם ביכל המלאך, א חוה"מ וועט נישט זיין גענוג?
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איך האלט די סיבה פארוואס מענטשן מאכן עס אוועק איז ווייל די סעקונדע מ׳הערט די ווארט ׳צדיק נסתר׳ אדער רוח הקודש׳ היינטיגע צייטן מאכט מען עס גלייך אוועק אלס דמיונות.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

הערטס מיך אויס הרב אלצווייסער.

דער דרך 'קען זיין' מסוכן, מ'דארף זיך אכטונג געבן. דאס זענט איהר גערעכט אז דער עולם איז אפשר צו פלאך און פלאטשיג און מ'זוכט ליידער נישט גענוג צו ערגעץ אנקומען, נאר ס'איז גוט די וועג ווי אזוי ס'איז, ושלום עלי נפשי. און דאס איז טאקע אן אמת'ע טענה !.
אבער אויב איינער וויל טאקע אנקומען איז עס נישט פון א ספר/ביך, פון א בעל תשובה (אדער בעל עבירה) וואס גייט יעצט אויפקלערן דעם עולם. די גמרא זאגט שוין ילבש שחורים ויתכסה שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו, קום מיר נישט האלטן קיין דרשות, זעץ זיך אין א ווינקל זאג תהלים און זיי עוסק בתשובה ובמעשים טובים, ודי בזה.

הרב ארי' קאפלאן אליין פון איהם רעד איך נישט, ער איז געווען א וואוילער איד, און געמיינט לטובה צו מאכן בעלי תשובות און אויפטוהן פאר אידישקייט, אבער א חסידישע איד וואס וויל ערגעץ אנקומען אין עבודת השם, זאל זיך זעצן לערנען שערי קדושה פון ר' חיים ויטאל, אדער אנדערע ספרים הקדושים.

סתם אזוי צו זאגן אז ס'איז דמיונות איז טאקע זייער נישט ריכטיג, ווייל ס'איז זיכער א אמת'ע כח, די גאנצע מדובר איז נאר צו ס'איז א אויסגעהאלטענע וועג, און אויב דאס איז דער ריכטיגער דרך השם, אבער ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא מהלך, ולא על זה אנו דנים.
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום דינסטאג מארטש 27, 2018 8:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ידיעות שונות האט געשריבן:הערטס מיך אויך הרב אלצווייסער.

דער דרך 'קען זיין' מסוכן, מ'דארף זיך אכטונג געבן. דאס זענט איהר גערעכט אז דער עולם איז אפשר צו פלאך און פלאטשיג און מ'זוכט ליידער נישט גענוג צו ערגעץ אנקומען, נאר ס'איז גוט די וועג ווי אזוי ס'איז, ושלום עלי נפשי. און דאס איז טאקע אן אמת'ע טענה !.
אבער אויב איינער וויל טאקע אנקומען איז עס נישט פון א ספר/ביך, פון א בעל תשובה (אדער בעל עבירה) וואס גייט יעצט אויפקלערן דעם עולם. די גמרא זאגט שוין ילבש שחורים ויתכסה שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו, קום מיר נישט האלטן קיין דרשות, זעץ זיך אין א ווינקל זאג תהלים און זיי עוסק בתשובה ובמעשים טובים, ודי בזה.

הרב ארי' קאפלאן אליין פון איהם רעד איך נישט, ער איז געווען א וואוילער איד, און געמיינט לטובה צו מאכן בעלי תשובות און אויפטוהן פאר אידישקייט, אבער א חסידישע איד וואס וויל ערגעץ אנקומען אין עבודת השם, זאל זיך זעצן לערנען שערי קדושה פון ר' חיים ויטאל, אדער אנדערע ספרים הקדושים.

סתם אזוי צו זאגן אז ס'איז דמיונות איז טאקע זייער נישט ריכטיג, ווייל ס'איז זיכער א אמת'ע כח, די גאנצע מדובר איז נאר צו ס'איז א אויסגעהאלטענע וועג, און אויב דאס איז דער ריכטיגער דרך השם, אבער ס'איז זיכער אז ס'איז דא אזא מהלך, ולא על זה אנו דנים.


איך מיט דיר אויף איין פעידזש. מסכים מיט א יעדע ווארט.

מ׳זאל נישט האבן קיין טענות אויף מיר פארן ארויפברענגן די נושא פון Meditation, איך האב בכלל נישט דאס געמיינט. איך האב געוואלט הערן דעת הקהל אויפן ספר בכלליות.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

בכלל נישט קיין טענות, ס'פאדערט נאר אן אשכול מיוחד מיט גענוג צייט און יישוב הדעת, מיט אסאך סייעתא דשמיא, שלא יצא שום מכשול ח"ו מתחת ידינו.
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום דינסטאג מארטש 27, 2018 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ידיעות שונות האט געשריבן:בכלל נישט קיין טענות, ס'פאדערט נאר אן אכשול מיוחד מיט גענוג צייט און יישוב הדעת, מיט אסאך סייעתא דשמיא, שלא יצא שום מכשול ח"ו מתחת ידינו.


טאקע ווייל מ׳דארף אזויפיל סייעתא דשמיא וויל איך נישט זיין דער וואס ברענגט עס ארויף אויפן טיש...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ס'נישט אזוי מסוכן, ווי פשוט נישט געאייגענט פאר סתם מענטשען, כ'וואלט געזאגט ס'האט גארנישט מיט עבודה און מיסטישקייט בכלל, נאר מיט צלילות הדעת און דקות המחשבה, אודאי איז דא אין דעם פעלד ווי צו פארקריכן אין פרעמדע פעלדער, אבער די וואס ציען צו די זאכן פארקריכן במילא צו מ'מאכט יא אויף א אשכול אויף אייוועלט צו נישט, און די וואס זענען נישט פון דעם טייג, קענסטו מאכן צוואנציג אשכולות און ס'וועט צו זיי נישט רעדן.

נאכאמאל ווען איינער וויל קאנעקטן מעדיטעישאן מיט עפעס שער הקדושה לר' חיים וויטאל, וואלט איך אויף עהם געגאסן אן עביט של...
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

נא, וועט ער כאפן א 'מקוה' נאך דעם.

-----
ערנסט גערעדט, ר' אלי' איהר זאגט זייער גוט אז דער וואס פארשטייט נישט צו דעם איז סתם נישט אין די פרשה, אבער לגבי צו קאנעקטן צו שערי קדושה איז דאך דאס דער גאנצער אויפטוה פון ר' ארי' קאפלאן דוקא יא צאמצושטעלן די צוויי זאכן. אויב איהר ווילט דן זיין איבער דעם, אדרבה, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען זיין מהלך.

גראדא איך פערזענליך שפיר אז ס'איז דא מענטשן וואס טאפן אין די פינסטערניש, און ס'פעלט איינער וואס זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן אויף דעם ענין, אבער ס'איז נישט קיין גרינגע עבודה.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

הרב אלצווייסער:

איך האב נישט געזעהן דעם ספר, אבער נאכן ליינען דעם אשכול פארשטיי איך זייער גוט וואס דער עולם האט גלייך געזאגט "שטותים און בויך ווייטאג", דער האט גענומען זיינע "עבודות און מיסטישע ענינים" , צו עס קומען פון מקורות קדושה צו נישט, מאכט נישט אויס, און דאס געגעבן א שמיר אן אויפן מלאך....

איך האב געהאט א זיידן פון די "בני מלאכים", און איך האב קיין ווארט נישט געהערט פון אים איבער "השגות" "רוח הקודש" וכדו', נאר איין זאך וואס דער מלאך האט פארלאנגט: אידישקייט מיט א פעסטקייט, אן קיין פשרות!

רעדט דער ספר פון דעם, אדער פון זיינע מיסטישע השערות?...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

פריילעך אידל האט געשריבן:הרב אלצווייסער:

איך האב נישט געזעהן דעם ספר, אבער נאכן ליינען דעם אשכול פארשטיי איך זייער גוט וואס דער עולם האט גלייך געזאגט "שטותים און בויך ווייטאג", דער האט גענומען זיינע "עבודות און מיסטישע ענינים" , צו עס קומען פון מקורות קדושה צו נישט, מאכט נישט אויס, און דאס געגעבן א שמיר אן אויפן מלאך....

איך האב געהאט א זיידן פון די "בני מלאכים", און איך האב קיין ווארט נישט געהערט פון אים איבער "השגות" "רוח הקודש" וכדו', נאר איין זאך וואס דער מלאך האט פארלאנגט: אידישקייט מיט א פעסטקייט, אן קיין פשרות!

רעדט דער ספר פון דעם, אדער פון זיינע מיסטישע השערות?...


האסט לכאורה נישט געליינט אלע מיינע תגובות...

איך פארשטיי אויך נישט וואס דאס האט מיטן מלאך, איך האב געקויפט דעם ספר ווייל איך האב געמיינט אז ער באשרייבט דעם מלאך אבער איך בין געווארן אנטוישט. לפי דבריו איז זיין שיטה געבויעט אויף די מהלך פון אים. למעשה חוץ אפאר מעשיות פון אים האט ער גארנישט.
איך האב געוואלט הערן וואס דער עולם זאגט אויפן ספר, און ס׳מאכט יא א גרויסע חילוק פון ווי ער נעמט עס ווייל אויב האט עס נישט קיין מקורות טאר מען עס נישט ליינען. אבער למעשה צולייגט ער עס זייער שיין, מיט גוטע מקורות. סאו איי לייק איט.

לגבי די שרעקליכע עוולה אז ער לייגט ארויף אויפן דעקל כאילו ער גייט יעצט באשרייבן די תולדות פונעם מלאך, און למעשה פארקויפט ער זיין מהלך אין עבודת השם, וועל איך מוחה זיין און א אנדערע געלעגנהייט...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ידיעות שונות האט געשריבן:נא, וועט ער כאפן א 'מקוה' נאך דעם.

-----
ערנסט גערעדט, ר' אלי' איהר זאגט זייער גוט אז דער וואס פארשטייט נישט צו דעם איז סתם נישט אין די פרשה, אבער לגבי צו קאנעקטן צו שערי קדושה איז דאך דאס דער גאנצער אויפטוה פון ר' ארי' קאפלאן דוקא יא צאמצושטעלן די צוויי זאכן. אויב איהר ווילט דן זיין איבער דעם, אדרבה, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען זיין מהלך.

גראדא איך פערזענליך שפיר אז ס'איז דא מענטשן וואס טאפן אין די פינסטערניש, און ס'פעלט איינער וואס זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן אויף דעם ענין, אבער ס'איז נישט קיין גרינגע עבודה.


גערעכט. Meditation איז זייער א ברייטע ווארט. ס׳איז כולל אין זיך אסאך מהלכים און שיטות וואס טייל דערפון זענען אסור ממש. אבער ס׳איז דא א מהלך וואס איז תורה׳דיג אויסגעהאלטן, געבויעט אויף שער הקדושה פון ר׳ חיים וויטאל, וואס פון דעם רעדט הרב קאפלאן און אויף ענגליש רופט זיך עס מיטן שם כללי - Meditation. ח״ו צו זאגן אז Meditation בכלליות און שער הקדושה לר׳ חיים וויטאל זי״ע איז ממש איין זאך.
וואס איך זאג האב איך געהערט פון דעת תורה, ביסט אבער נישט מחיוב עס אנצונעמען פון מיר. אדרבה פרעג אליין אן ערליכען איד.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הרב ידיעות שונות אייער דייאגנאזע אז מיין קעגענערשאפט צום ספר, קומט פון צמצום און פארמאכקייט, פון נישט וויסען קיין אנדערע מהלכים, איז זייער נישט צוגעטראפען,
ווייל איך האב זייער זייער זייער זייער אסאך געלערענט געליינט און שטודירט און פראבירט מהלכים אין עבודת ה'
נאר אזוי ווי כהאב געשריבען אנהייב,
איז מיין עיקר פארדראס געווען, אז אויפן דעקל שטייט גרויס מלאך, און נאכדעם הייבט ער אן מיט קערעקטערס,
ווי הרב שלמה, מבקשי השם, און האקט אויפן דרך פון הצדיק ר' שמואל שפירא זצ''ל אז סאיז נישט פאר פשוטע מענטשען,
און ער טראגט דיך איך ווייס נאכנישט ווי, און נאכען דורך ליינען א חלק ניכר פונעם ביכל האב איך נאכנישט געטראפען דעם מלאך, וזהו,
בנוגע דעם חלק פון רוח הקודש און להבדיל מעדיטעישאן, דאס איז א עקסטערע נושא וואס איך דארף עס טאקע דורך ליינען,
אבער דאכט זיך אז דער מלאך פלעגט רעדן פון לערנען אכט צען שעות רצופות, און זיין אן עקשנותדיגער איד
(אדרבה איך וויל טאקע מער לערנען פון אים) חב''ד איז טאקע געווען ''השכלה באלהות'' כביכול
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

פריילעך אידל האט געשריבן:הרב אלצווייסער:

איך האב נישט געזעהן דעם ספר, אבער נאכן ליינען דעם אשכול פארשטיי איך זייער גוט וואס דער עולם האט גלייך געזאגט "שטותים און בויך ווייטאג", דער האט גענומען זיינע "עבודות און מיסטישע ענינים" , צו עס קומען פון מקורות קדושה צו נישט, מאכט נישט אויס, און דאס געגעבן א שמיר אן אויפן מלאך....

איך האב געהאט א זיידן פון די "בני מלאכים", און איך האב קיין ווארט נישט געהערט פון אים איבער "השגות" "רוח הקודש" וכדו', נאר איין זאך וואס דער מלאך האט פארלאנגט: אידישקייט מיט א פעסטקייט, אן קיין פשרות!

רעדט דער ספר פון דעם, אדער פון זיינע מיסטישע השערות?...


דער ספר רעדט זיך גאר אסאך פון פשוט'ע יסודות אין אידישקייט, וואס דאס האט טאקע דער מלאך געפאדערט. בנוסף צו משתוקק זיין צו זיין דערהויבן און לעבן ווי א דערהויבענע חסידישע איד דארף צו לעבן. איך פארשטיי נישט ממש די טענות אויף די ספר הנוגע לענין זה (אויב טענות איז דאס נאר אז אפשר ברייטערט ער צו סאך אויס אייגענע געדאנקען אויפ'ן נאמען פון דעים מלאך, יש לדון בזה, אבער די עצם יסודות פון די ספר איז זייער שטארק געבויעט אויף די עקשנותדיגע אידישקייט פונעם מלאך). די וואס רעדן דא האבן שוין געזעהן דעים ספר?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ס׳איז כמעט אוממעגליך ארויסצונעמען א פראקטישע מהלך להלכה למעשה פון די ספר ווייל ער רעדט זייער ברייט. אזויפיל יא, ער עפענט אביסעל דעם קאפ אז עבודת השם איז ברייטער און טיפער ווי דו האסט געמיינט. און דיין ציהל דארף זיין מיט אביסעל מער פנימיות מיט א כוונה צוצוקומען צו אמת׳ע דביקות. אבער ח״ו נישט נאכגעבן פון די עבודה למעשה.

תורה, עבודה, קדושה איז איין אלעס פאר איין סיבה, צו ווערן דבוק צום רבוש״ע. אז מ׳האט דאס, האט מען אלעס. מדריגות אינקלאדעד...

—————-
סידיראם האקט
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ידיעות שונות האט געשריבן:נא, וועט ער כאפן א 'מקוה' נאך דעם.

-----
ערנסט גערעדט, ר' אלי' איהר זאגט זייער גוט אז דער וואס פארשטייט נישט צו דעם איז סתם נישט אין די פרשה, אבער לגבי צו קאנעקטן צו שערי קדושה איז דאך דאס דער גאנצער אויפטוה פון ר' ארי' קאפלאן דוקא יא צאמצושטעלן די צוויי זאכן. אויב איהר ווילט דן זיין איבער דעם, אדרבה, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען זיין מהלך.

גראדא איך פערזענליך שפיר אז ס'איז דא מענטשן וואס טאפן אין די פינסטערניש, און ס'פעלט איינער וואס זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן אויף דעם ענין, אבער ס'איז נישט קיין גרינגע עבודה.

כ'האב דעם ביכל פון קאפלאן, און ביזן ליינען דא פון עהם האב איך נישט געהאט צוגעקלעפט צו זיין נאמען דעם טיטול הרב, ס'קען זיין פשוט מיין אומוויסנהייט...

סאו וואס ער קלעפט אן זיינע געדאנקען אויף עפעס ווערטער פון ר' חיים וויטאל, מיינט נאכנישט אז ס'קלעבט בעסער פון ארבעס אויפן וואנט.

איך האב געשאפט זיין ביכל אויפן רעקאמענדאציע פון ד"ר דוד ליבערמאן אין Free will-בחירה, וואס באשרייבט מעידיטעישאן אויפן כשר'ן וועג, די רוח הקודש לאז איך פאר א צווייטן... עני רוח הקודש וואס גייט נאך מיט בשעת'ן פארשטיין צו א גוט שטיקל בשר לאז איך פאר מיינע שונאים...

עני וועי עקסטערע אשכול אלערט..
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

קען איינער אביסל מסביר זיין וואס קען זיין די סכנה פין מעדיטעשאן, וויאזוי איך ווייס מיינט זיין שטאר' פאקאסד אויף עפעס, וואס איז די פראבלעם?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שטארק פאוקאוסן איז דער היפך פון מעידיטעישאן..
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ידיעות שונות האט געשריבן:נא, וועט ער כאפן א 'מקוה' נאך דעם.

-----
ערנסט גערעדט, ר' אלי' איהר זאגט זייער גוט אז דער וואס פארשטייט נישט צו דעם איז סתם נישט אין די פרשה, אבער לגבי צו קאנעקטן צו שערי קדושה איז דאך דאס דער גאנצער אויפטוה פון ר' ארי' קאפלאן דוקא יא צאמצושטעלן די צוויי זאכן. אויב איהר ווילט דן זיין איבער דעם, אדרבה, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דאס איז געווען זיין מהלך.

גראדא איך פערזענליך שפיר אז ס'איז דא מענטשן וואס טאפן אין די פינסטערניש, און ס'פעלט איינער וואס זאל זיי ליכטיג מאכן די אויגן אויף דעם ענין, אבער ס'איז נישט קיין גרינגע עבודה.


ידיעות, אפשר הייבסטו אן שרייבן? איך מיין אז דער עולם גייט הנאה האבן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”