אלעס ארום דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

אלעס ארום דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך"

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 6:40 pm

לאחר החיפוש האב איך נישט געטראפן אן אשכול איבער דעם וועל איך גיין פתיחה.

***
אילו כל הימים דיו כל קני חורשתא קענען אונז נישט באגרייפן די געוואלדיגע קדושה פון דעם ספר נועם אלימלך, דער ירושה לדורות פון דעם הייליגען רבי'ן ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס באלייכט דעם כלל ישראל, און איז דער עמוד אש להאיר להם ביזן היינטיגן טאג, פון דעם טאג ווען עס איז ארויס פון דרוק, קורץ נאך זיין פטירה.

פיהל מימרות פון צדיקים זענען געזאגט געווארן בנוגע דעם הייליגען ספר, און ווי אויך זענען דא פילע ענינים דורכצוטוהן איבער אלעס ארום דעם ספר, וועל איך אנהייבן, וכל הפושט יד צו צולייגן וואס ער ווייסט, בדין הוא שיטול שכרו. וזכותו של אותו צדיק יגן עלינו עד סוף כל הדורות.

***
איבער דעם נאמען פונעם ספר וואס איז גערופן געווארן "נועם אלימלך", טרעפט מען מוראדי'גע ווערטער אינעם ספר נהרי אש להגה"ק ר' שמעון זעליכאווער זי"ע (מכתב י"ח) ווי ער שרייבט דברים נפלאים איבער דעם הייליגען ספר, און ער איז מבאר טיפע סודות התורה באהאלטן אינעם נאמען פונעם ספר, און נאך דברים נפלאים ונשגבים עד מאד. וזל"ק:
הננו כותב כאן נוספות לענין שאמרתי בהלולא של רבינו הק' נועם אלימלך זלה"ה, והוא, כי ספרו נקרא ברוח הקודש ודאי בשם נועם אלימלך. ידוע כי נועם הוא רבוע ס"ג, וכו'. וכן אלימלך הוא רבוע שם מ"ה וכו'. כשהצדיקים עולם וממתיקים הוא נחמד ונעים מאד, על זה שמו 'נועם' יוכיח כי נעשה ע"י ההמתקה נועם וחדוה, ושמו נועם יוכיח, וכו'. כי כל ספרו הוא נר דלוק להשי"ת, וכו'. וכו'.
והנה נועם מלא, וכו'. והמשכילים יבינו שסה"ק נועם אלימלך ממתיק הדינים מן כלל ישראל עד היום בכח הי"ג מכילי דרחמי, וכו'. ראה זה פלא שהצדיק הקדוש בנו מהרר"א זי"ע קרא הליקוטים לקוטי שושנה, והעיקר הוא ל'ק'ט, וכן כתבתי לעיל וכו', צרף לזה לקט הרי י"ג פעמים מ"ו ונשלם י"ג ע"ב של הי"ג מכילין. וכו'.
אבקש ממך מאד לצרף לזה מה שכתבתי למר שאול נ"י ולהעתיקו לי, כי בעיני הוא ענין יקר מאד ונפלא. וכו'.
ע"כ תוכן דבריו הקדושים.
אט די קורצע ווערטער זענען די והותר צו כאפן א שטיקעלע בליק ווי אזוי די פריערדיגע צדיקים האבן אנגעקוקט דעם ספר נועם אלימלך.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 6:52 pm

און איבעראל לערנט מען במשך'ן שבת ספרו הקדוש, יש וואס פירן זעך ארום צו פעסן בייט טיש יעדערער זאגט א שטיקל, מאנכע א שטיקעלע פאר קידוש (כידוע רבינו זי"ע הי' לומד במוצ"ש מהשבוע הבא) כל אחד לפי הרגשו וקבלה מאבותיו ורבותיו הק'

דערמאן כ'זיך אזוי, א שטיק צייט (אלס בחור) האב איך געהאט א קביעות צו גומר זיין דעם גאנצן נועם אויפ'ן פרשה יעדע וואך. איין וואך האב איך נישט מספיק געווען צו ענדיגן האב איך גענדיגט מיטן די וואך, קומט צו מיין משגיח (וועל איך נישט פורש זיין בשמו) און האלט פאר היתכן "נועם אלימלך לערנט מען נאר שבת", עכ"פ באוויסט איז דאס ווארט אז דער נוע"א איז מטהר ומקדש אפי' מען פארשטייט נישט אקוראט, אבער א געוואלד מוסר וואס מען קען ארויס נעמען, (אפשר א צווייט געלעגנהייט העמיר צוריק קערן אהער)

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מארטש 12, 2018 12:31 am

וואס איז די מקור אז די ערשטע דרוק נועם אלימלך איז א סגולה מער ווי די צווייטע דרוק?
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מארטש 12, 2018 1:23 am

בספר אוהל אלימלך (אות רפ"ט) להרב מיכלזאהן ברענגט עהר בזה"ל : כתב אלי ידי נפשי הרה"ג מו' חיים דוב גראס (שליט"א) זצ"ל אבד"ק פעטריווא "יש צדיקים שהחזיקו שהספר נועם אלימלך דפוס הראשון - תקמ"ח, הוא מסוגל למקשה לילד", שתשים הספר במיטתה ותלד בניקל. עכ"ל.

אע"פ וואס דער ספר הנ"ל און אזוי אויך די אנדערע ספרים "אהלי צדיקים" פון הרב מיכלזאהן זענען אנגענומען אלס גאר פארלעסליך און מקורות'דיג, מ"מ איז נאך אלס נישט קלאר מבטן מי יצא הדברים, ער ברענגט עס פון אבד"ק פעטריווא וואס ברענגט עס בשם צדיקים אהן א נאמען.

[וע' בספר 'קדושת נועם אלימלך' ברענגט ער צו כמה עובדות פון צדיקים וואס האבן זיך משתמש געווען מיט'ן ספר אלס א סגולה, און ס'איז קלאר משמע אז ס'נישט געווען קיין קפידא דוקא אויף די ערשטע דרוק].


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט