י״ח כסלו שכ״ה - התחלת הדפסת השולחן ערוך

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

י״ח כסלו שכ״ה - התחלת הדפסת השולחן ערוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ביי כלל ישראל זענען דא ווייניג ספרים וואס האבן איבערגעלאזט אזא אימפּאַקט ווי דער שלחן ערוך.
דער שלחן ערוך, האט געשלאסן דער חלק ההלכה, ואחריו אין להשיב.

וואס רבינו הקדוש האט געטוען מיט׳ן משניות.
וואס רב אשי האט געטוען מיט די גמרא.
האבן די מחבר מיט׳ן רמ״א געטוען מיט די הלכה.

ווען רבינו הקדוש האט געשלאסן משניות - איז אונז נישט באקאנט.
ווען רב אשי האט געשלאסן די גמרא - איז אונז אויך נישט באקאנט.
אבער ווען מען האט אנגעהויבן צו דרוקען דעם שולחן ערוך, דאס איז אונז יא באקאנט, עס פיגורירט אויפ׳ן שער בלעטיל פונ׳ן ערשטן דרוק:
שלחן ערוך חלק אורח חיים - י״ח כסלו שכ״ה

די קומענדיגע זענען ווי פאלגענד:
שלחן ערוך חלק אבן העזר - י״א ניסן שכ״ה
שלחן ערוך חלק יורה דעה - י״א ניסן שכ״ה
שלחן ערוך חלק חושן המשפט - ו׳ חשון שכ״ו

דער טאג י״ח כסלו איז גאר א חשוב׳ע און היסטארישע טאג, וואס פארלאנגט זיך אן התבוננות.
מען האלט שוין דאס יאר, 453 יאר שפעטער.

ווען דער לעצטע באנד שלוחן ערוך מיט די הגהות פונ׳ם רמ״א איז ארויס פון דרוק, האב איך נאך נישט נאכגעקוקט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עס קען טאקע זיין אז דער ריכטיגע דאטום איז י״א שבט שנת ש״ם, וואס דעמאלטס איז צום ערטשן מאל געווען ארויס פון דרוק די פיר בענדער, מיט די הגהות הרמ״א.

זעה דא

דער ערשטער באנד אורח חיים האט דער רמ״א אליינס געדרוקט.

דער קומענדיגע סעט איז געדרוקט געווארן שנת ש״ם, אבער חלק אורח חיים איז געדרוקט געווארן צום לעצט, נאך חלק חושן המשפט.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

דער דרוק איז די זאך? דער חיבור איז.
און דער בית יוסף שרייבט עס אויך ארויס. קוק אין קאלאפאן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נישט אזוי ווייט דער דרוק, ווי ווען עס איז ארויס פון דרוק, און עס איז געוארן אוועילעבל פאר דער פובליק.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

איך האב אמאל געהערט אז די בית יוסף האט אין די ערשטער דרוק אריינגעדריקט א לוח עס צו ענדיגן איינמאל א חודש\יאר (עפעס אזוי)

ווייסט אפשר איינער ווי מען קען עס בקומען?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער ערשטער דרוק איז דא אויף היברו, עי׳ למעלה, קוק נאך.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אז מען באשרייבט די התחלה צום שולחן ערוך, איז נישט כדי צו מאכן א שטיקל הקדמה?!

די ד' חלקי שלחן ערוך, זענען געבויט אויף'ן טור. וואס ר' יעקב בן אשר הרא"ש, האט מחבר געווען און גערופן "ארבעה טורים". ער האט דאס געענדיגט שרייבן אין שנת ק', און געדרוקט אין שנת רל"ה. די סיבה צו זיין חיבר שרייבט ער. "יען כי ארכו לנו הימים בגלותנו ותשש כוחנו, ושמם לבנו, ורפו ידינו, ונשתבשו הסברות וגדלו המחלוקות ורבו הדעות ולא נשארה הלכה פסוקה שאין בה דעות שונות...". ער האט געשטעלט זיין חיבר לויט די ספרים פון זיין טאטע הרא"ש, און אויף רבינו חננאל, הר"ן, רבנו גרשום, רש"י, אויף די בעלי תוספות, הרי"ף, ועוד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”