קונטרס מעין טהור למרן בעל ישמח משה זצוק"ל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

קונטרס מעין טהור למרן בעל ישמח משה זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איך זוך דער קונטרס 'מעין טהור' פון דער ישמח משה. איז עס דא צובאקומען אויפן געוועב?
ווי אויך איז געוועהן א מהדורא סידור קרבן מנחה אין וועלעכע דער 'מעין טהור' איז געווארען אריין געדרוקט, ווייסט אפשר איינער פון דעם?
אטעטשמענטס
091.jpg
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דאכט זיך אז ס'איז נאך אלץ אריינגעדרוקט אין יעדן קרבן מנחה סידור, אין סידור של זוגתי תחי' איז דאס אריינגעדרוקט
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דא האב איך געטראפען א לינק, אבער מ'קען דאס נישט דאונלאודען.
http://rosetta.nli.org.il/delivery/Deli ... IE35676393
שפה ברורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2012 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפה ברורה »

ישלהוסיף האט געשריבן:איך זוך דער קונטרס 'מעין טהור' פון דער ישמח משה. איז עס דא צובאקומען אויפן געוועב?
ווי אויך איז געוועהן א מהדורא סידור קרבן מנחה אין וועלעכע דער 'מעין טהור' איז געווארען אריין געדרוקט, ווייסט אפשר איינער פון דעם?

נאדיר
https://www.dropbox.com/s/ry3jcjycg97dr ... 8.PDF?dl=0
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מ'קען עס אויך אראפנעמען פון דעם סידור קרבן מנחה אויף גוגל ס'איז אויף עמוד 613
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

א דאנק פאר נא-שכל און שפה ברורה, אבער כ'זוך בעיקר פון די ערשטע עטליכע הוצאות.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום זונטאג פעברואר 19, 2017 9:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

טייבעלע האט געשריבן:מעין טהור תרכ"ב
פון NLI

מעין טהור תרי"ט
פון NLI

יישר כח רבי!

וויאזוי האט איר מצליח געווען צו אראפנעמען פון דארט די פיילס?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

געמאכט א רייט קליק אויף יעדער בלאט, Save image as, דערנאך געמאכט פאר א פי-די-עף.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
חיליש
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2012 11:59 am

קונטרס "מעין טהור" מבעל הישמח משה זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיליש »

קען איינער העלפען מודיע זיין די ערשטע מאל וואס דאס איז געדריקט געווארען?
אין ווער האט עס ארויס געגעבען
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

גיט א בליק דא viewtopic.php?p=1395314#p1395314
אויך א בלאט דערנאך.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

עקבי הצאן האט געשריבן:גיט א בליק דא viewtopic.php?p=1395314#p1395314
אויך א בלאט דערנאך.

א ייש"כ הרב עקבי פאר אהינלינקען. דארט טרעפט מען ממה שהביא הרב טייבעלע נאר פון דפוסי שנת תרי"ט און תרכ"ב, און א גרויסן ייש"כ. אבער אין זיטאמיר איז עס שוין געדרוקט געווארן נאך בשנת תרי"ז און אין פרעשבורג נאך שנת תקצ"ט לפ"ק.

פאר צוויי יאר צוריק האט הגה"צ דער סיגוטער רב שליט"א פון בארא פארק איבערגעדרוקט און רויסגעבעבן דעם שו"ת השיב משה אין א נייע הערליכע אויפלאגע, און אין חלק יו"ד ביים סוף פון צווייטן פון די פיר בענדער האט ער אריינגעלייגט דעם מעין טהור איבערגעזעצט אין לשון קודש, ובעז"ה אעתיק כאן א חלק פון זיין אריינפיר דערצו (איבערגעשריבן אין אידיש):‏

דער ספר מעיין טהור איז נתקבל געווארן באהבה רבה בכל תפוצות בית ישראל, און איז איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל אין צענדליגער טויזנטער טופסים און האט גורם געווען צו א געוואלדיגער זיכוי הרבים, אין א בחינה ווי די משנה זאגט אין מס' אבות משה זכה וזיכה את הרבים, זכות הרבים תלויה בו, שנאמר צדקת ה' עשה ומשפטיו עם ישראל.‏‏

די ערשטע שנת ההדפסה איז נישט באקאנט, אבער ווי עס זעהט אויס איז עס געדרוקט געווארן נאך בחיים חיותו פון הייליגן ישמח משה זי"ע. הגם אלע דרוקן וואס‏ זענען היינט בנמצא ביי אונז זענען ערשינען שוין נאכן הסתלקות, אבער אין איינס פון די דרוקן איז נישט געדרוקט די פלאץ און יאר פון דרוק נאר "כמ"ש בפרעשבורג, שנת תקצ"ט לפ"ק". דער ספר פונעם פרעשבורגער דרוק איז היינט נישטא, אבער עכ"פ דעמאלטס האט דער הייליגער מחבר נאך געלעבט. ‏(משה עלה למרום בשב"ק בעת רעון דרעוין כ"ח תמוז תר"א לפ"ק).

‏אבער נאך איידער דער ספר איז בכלל געקומען אין דרוק און ס'איז נאך געווען בכתב יד קדשו‏ האט דער הייליגער ישמח משה מקיים געווען דער אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה', און האט געהייסן פאר זיין שרייבער עס איבערצוזעצן פאר זיינע קינדער און אייניקלעך וואס זענען געקומען בברית האירוסין למז"ט כדי צו לערנען דערפון און זיין בקי דערין.

אין ספר דרישת הזאב (פון אן איידעם ביי הגה"צ ר' נחום הערש מדראביטש זצ"ל בן בנו יחידו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע) שרייבט ער (ביו"ד סי' קצ"ח) איבער א הערה אויף א סעיף אין מעין טהור, בקונטרס מעיין טהור של זוגתי תחי' שהעתיקה מכת"י של אמה ע"ה, אשר אחר חתונתה ציוה אז הרה"ק [דער ישמח משה] זצ"ל בעמ"ח הנ"ל, לגבאי וסופר שלו להעתיקו למענה, למען אשר תשקוד על דלתותיו יום יום.

ווי דערמאנט זענען היינט דא עטליכע דרוקן פון מעין טהור אויף וועלכע ס'שטייט נישט קיין פלאץ און יאר פון זייער דרוק, און די ערשטע דרוק וואס איז היינט בנמצא וואו ס'ערשיינט די פלאץ און יאר פונעם דרוק איז ‏פון דפוס זיטאמיר משנת תרי"ז, און פון יענעם יאר איז עס צום ערשט מצורף געווארן אין לעמבערג אויך אינעם קרבן מנחה סידור, און זינט דאן איז עס איבערגעדרוקט געווארן אינעם קרבן מנחה הונדערטער מאל בכל מקומות מושבותיהם של אחב"י, והגם אז ס'איז איבערגעדרוקט געווארן ווייטער און ווייטער אויך באזונדער פאר זיך, אבער עם כל זה זעהט אויס אז דער עיקר וואס ס'איז תפשט געווארן בעולם איז געווען דורכן קרבן מנחה.

אין שנת תרכ"ז‏ איז הרה"ק ר' הלל קאלאמייער זי"ע נתעורר געווארן עס מתקן צו זיין און עס איבערצודרוקן אין אידישער שפראך המדוברת במקומו, ווייל די אונגארישע אידיש איז געווען אנדערש ווי די גאליציאנער אידיש, ועל כן כדי צו פארגרינגערן אויף די נשים און פשוטי עם וואס האבן עס שווער פארשטאנען האט ער עס איבערגעדרוקט אין זייער שפראך.

דער הייליגער ישמח משה האט געשריבן נאר די 19 סימנים בהלכות יו"ד ח"ב, און מיט די צייט איז צוגעקומען אויך דיני מליחה וחלה שבת ויו"ט ועוד ווי עס שטייט אין די שער בלעטער צו די ערשטע דרוקן, וז"ל אחד מהם: "הדינים כתב כבר הרב הגאון האמיתי הצדיק הקדוש מוהר"ר משה טייטל בוים אב"ד דק"ק איהל זלה"ה עבור בני ביתו, גם הוספנו עוד דינים נחוצים לנשים דהיינו מליחת בשר והפרשת חלה" וכו'. א סימן דערצו איז, אז אין אלע מהדורות איז געדרוקט דער לוח הסימנים נאך די אזהרה [די הקדמה פונעם ישמח משה] נאר אויף די ערשטע ניינצן סימנים, הגם ס'איז געדרוקט געווארן נאך סימנים וואס זאנען צוגעקומען ווי דערמאנט.‏

אבער צוליב די פילע מהדורות און פארשידענע העתקות פון שטאט צו שטאט און פון לאנד צו לאנד, הגם אז ער האט זוכה געווען און ס'איז צושפרייט געווארן אויף די גאנצע וועלט, אבער דא עקא אז אלי' וקוץ בה און לויטן צאל פון די מהדורות און דרוקן אזויפיל איז די גרייזן און שינויים וואס זענען אריינגעפאלן דערין. און צומאל מיט א יתור אדער חסרון פון איין איינציג ווארט ווערט נשתנה דער גאנצער דין מיסודו. אזוי איז ידוע דער באקאנטער בריוו פון ירושלימער רב הגאון ר' זעליג ראובן זצ"ל משנת תש"ו להעיר אויף א שיבוש בהלכה למעשה שנתהווה במעין טוהר.

דערפאר האבן מיר געזען לברר מקחו של צדיק און עס מסדר זיין באופן נאה אף יאה דעם גאנצן ספר פונדאסניי, ותהי ראשית מלאכתינו איבערצוטייטשן דעם ספר אויף ‏לשה"ק. מיר האבן געדארפט מברר זיין אוכל מתוך אוכל פון די פילע אידישע מהדורות למיניהם, ווייל דער אידיש פון וויען און לעמבערג איז נישט ווי די אידיש פון פיעטרקוב און טשארנוויץ, און די אידיש פון קיניגסבורג איז נישט ווי די אידיש פון אונגוואר, כללו של דבר אז די טייטש איז נערך געווארן נאכן עיון הדק היטב בשלל המהדורות השונות. און עס מעטר געווען בתוספות הערות וציונים נחוצים בשם יד המעיין כאשר עיניכם תחזינה מישרים, הן מיט השוואות צו די פארשידענע מהדורות און הן מיט קורצע הארות‏ צו פארגרינגערן אויף די לומדים ומעיינים, ופנים חדשות באו לכאן וכו'.

און הרב הגה"צ המו"ל מחדש שליט"א פירט אויס: ונזכה שיקויים בנו מקרא שכתוב וזרקתי עליכם מים‏ טהורים וטהרתם, און ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויפן ספה"ק שו"ת השיב משה וזל"ק: ומצוה גדולה להוציא לאור דברות קדשו, ויהי רצון שיודפסו ויהיו טובה לעולם בהתגלות אמרות קדשו ויקורב הגאולה כאשר קוותה נפשינו ויתרומם קרן ישראל, עכל"ק. אמן כן יהי רצון.‏

אגב, דער כרוז פון הג"ר זעליג ראובן זצ"ל וואס ווערט דא דערמאנט איז בענין וואס דער הייליגער ישמח משה שרייבט כלפי זמן הפס"ט 'לפנות ערב בשעה שהוא בין יום ולילה', און דערנאך נאכאמאל 'ולפנות ערב' וכו', און ווייטער צום דריטן מאל 'לפנות ערב בין השמשות לפני תפילת ערבית' וכו', וואס פון דעם איז משמע אז מ'קען אויך נאך די שקיעה, ולאור זה האט דער ירושלימער רב האט מפרסם געווען א כרוז שחלילה להקל לאחר השקיעה, און מ'דארף נזהר זיין מבעוד יום ווען מ'זעט נאך די זון‏ (און ס'איז דאן געדרוקט געווארן א‏ין החומה אסאך מאל, און ער האט אויך געבעטן פון אלע מכתבי עת עס מפרסם צו זיין).‏

דארט אין נייעם מעין טהור‏ איז ער מעתיק דעם גאנצן לשון הכרוז, נאך א קורצע הקדמה: אך יש לדעת אז דער ירושלימער רב זצ"ל האט דאס געשריבן זייענדיג אין ארץ ישראל וואס דארט איז נתפשט דער מנהג להחמיר כשיטת הגאונים אפי' בדיעבד, און דארט האט מען זייער מקפיד געווען אפי' איין מינוט נאך די שקיעה, אבער אין חוץ לארץ איז דער מנהג ברוב הקהלות כשיטת ר"ת און ווי עס ווערט גע'פסק'עט אין שו"ע סי' רס"א ס"ב, און לויט דעם זענען אסאך פוסקים מקיל אויך נאך די שקיעה (הראשונה לשיטת ר"ת), און ווי ס'איז מבואר אין די ספרי האחרונים (עי' משנת יעקב יו"ד סי' קצ"ו, שו"ת באר משה ח"ב סי' ס"א, ויען יוסף יו"ד ח"א סי' קמ"ו).

און אזוי איז געווען נתפשט דער מנהג אין אונגארן עס צו מאכן אפי' לכתחילה נאך די ערשטע שקיעה און מ'האט בכלל נישט מחמיר געווען עס צו מאכן פאר די שקיעה, און אזוי זעהט אויס די כוונה אין מעיין טהור (דער הייליגער ישמח משה האט געוואוינט אין אונגארן) וועלכער האט געשריבן עס צו מאכן לפנות ערב בין יום ללילה וכנ"ל, דהיינו נאך די ערשטע שקיעה פאר התחלת בין השמשות לשיטת ר"ת. ‏אבער היינט פירט מען זיך למעשה אויך אין חוץ לארץ מקפיד צו זיין לכתחילה צו מאכן פאר די ערשטע שקיעה, און נאר בדיעבד איז מען מקיל אויב מ'האט פארשפעטיגט א קורצע צייט נאך די שקיעה, און ווי פארשטענדליך דארף מען פרעגן א שאלת חכם אין אזא פאל.

ביז אהער דער הקדמה. און דאן איז מועתק דער לשון הכרוז פון ירושלימער רב זצ"ל עיי"ש, מיט זיין אויספיר פאר די חתימה: ונא מכל העתונים ובטאונים של שומרי תורה ומצוה להדפיס גם הם את כל דברי אלה הרבה פעמים (כפי שנדפסו הפעם בזה). באתי על החתום יום א' לס' והייתם קדושים, ט"ו סיון תש"ו לפ"ק פעיה"ק ירושלים ת"ו. ‏זעליג ראובן בענגיס‏.

ובזה מסיים חאצקל את ליקוטיו ותגובתו שנתארכה קצת בעוה"ר כמעין הנמשכת: כמה פעמים כבר זכינו בעז"ה לפקוד מקום הק' אשר שם חלקת מחוקק ספון ולהשתטח על ציון קדשו ובוודאי פעלנו כל טוב, כמ"ש תלמידו הרה"ק מליסקא זי"ע שראה במו עיניו הבדולחים את רבו הק' עומד על ציון קדשו ופורש כפיו כדרכו בקודש בשעת הדרשה ביום שלש עשרה מדות ומברך את קהל המשתטחים על ציונו ביומא דהילולא קדישא דילי'.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.‏‏‏
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ייש״כ חצקאל...

דיין פאון לאזט נישט ארויס קיין תגובה אונטער א מינומום צאל קאראקטערס?

הפלא ופלא...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אין דרכי תשובה סימן קצ"ח ברענגט ער אז אין מעין טהור שטייט אז די וואסער אין די מקוה דארף אנקומען ביז א פינגער העכערן טבור. דאס איז אבער א ט"ס ווייל אין שו"ע שטייט 'וצריך שיהיה המקוה גבוה ממעל לטיבורה זרת' און זרת מיינט א חצי אמה נישט א פינגער כמבואר בפוסקים.
ער צייכענט צו א שו"ת מחנה יהודה (להרב מליסעץ) 'שטרח ונדחק ליישב' דאס וואס שטייט אין מעין טהור אבער הלכה למעשה דארף זיכער זיין א חצי אמה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

חצקל א דאנק אייך פאר די לאנגע אינהאלטסרייכע תגובה, אין דעם אשכול און שטענדיג.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
אין ספר דרישת הזאב (פון אן איידעם ביי הגה"צ ר' נחום הערש מדראביטש זצ"ל בן בנו יחידו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע) שרייבט ער (ביו"ד סי' קצ"ח) איבער א הערה אויף א סעיף אין מעין טהור, בקונטרס מעיין טהור של זוגתי תחי' שהעתיקה מכת"י של אמה ע"ה, אשר אחר חתונתה ציוה אז הרה"ק [דער ישמח משה] זצ"ל בעמ"ח הנ"ל, לגבאי וסופר שלו להעתיקו למענה, למען אשר תשקוד על דלתותיו יום יום.
‏‏‏

צ"ל "געווען" אן איידעם וכו' ואם משם איז קיין ראי' אויף גארנישט, וע"ע הסכמת הייט"ל און דאס צוריקציען וכו' ועוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

farshlufen האט געשריבן:

ריכטיג ריכטיג, נאר פשוט אלס דעם פרט פונעם מקור מקום המעין טהור פון וואו ער האט דאס געהאט, אז דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געהייסן עס מעתיק זיין פאר זיינע אייניקלעך.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

farshlufen האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
אין ספר דרישת הזאב (פון אן איידעם ביי הגה"צ ר' נחום הערש מדראביטש זצ"ל בן בנו יחידו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע) שרייבט ער (ביו"ד סי' קצ"ח) איבער א הערה אויף א סעיף אין מעין טהור, בקונטרס מעיין טהור של זוגתי תחי' שהעתיקה מכת"י של אמה ע"ה, אשר אחר חתונתה ציוה אז הרה"ק [דער ישמח משה] זצ"ל בעמ"ח הנ"ל, לגבאי וסופר שלו להעתיקו למענה, למען אשר תשקוד על דלתותיו יום יום.
‏‏‏

צ"ל "געווען" אן איידעם וכו' ואם משם איז קיין ראי' אויף גארנישט, וע"ע הסכמת הייט"ל און דאס צוריקציען וכו' ועוד.

פארשטיי איך ניקס דעם תגובה

קען דער רבי מסביר זיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זע דא וש"נ
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח

פארוואס האט דער ייטב לב חוזר געווען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

שאינו יודע האט געשריבן:יישר כח

פארוואס האט דער ייטב לב חוזר געווען

במבוא לספה"ק מעיין טהור (החדש) פון וואו כ'האב מעתיק געווען את הנ"ל שרייבט ער דארט מתחת לקו: אבל אחר כך נודע למרנא הייטב לב כי רוח אחרת עמו והשקפות זרות נשבו בו וחזר בו מהסכמתו, ואף זוגתו ראתה בו אח"כ קלות ועזבה את ביתו.
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

הרה"ק מליסקא האט געבעטן פון די לעמבערגער מדפיסים אריין צו שטעלן דעם 'מעין טהור' אינעם קרבן מנחה סידור, לזכות בהם את הרבים.
אטעטשמענטס
מעין טהור דפוס לעמבערג.jpg
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

געוואלדיג! ייש"כ כבוד הרב אוצרות פאר די שיינע ידיעה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”