קונטרס מעין טהור למרן בעל ישמח משה זצוק"ל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

א גרויסע דאנק פאר די אלע וואס האבן זיך מטריח געוועהן און מיטגעטיילט זייערע ידיעות [טייבעלע, שפה ברורה, נא_שכל, חאצקעל פרייליך] איבערן קונטרס 'מעין טהור' פונעם ישמח משה זי"ע.

דער קונטרס וואס הגם אין די אלטע היים איז דאס געווארען איבערגעדרוקט עטליכע מאל, איז כיום דער קונטרס ווייניג באוויסט און נאך ווייניגער באנצוט. אין אונגארן בפרט איז דער קונטרס'ל גענוצט געווארען כמעט אין אלע שטעטלעך פאר כלות ווי אויך פאר חתנים.

געהערט אמאל פון איד וואס האט חתונה געהאט גלייך נאך דער קריג, ווי ס'נישט געוועהן איינער וואס זאל זיך ריכטיג אפגעבן מיט לערנען די הלכות, אבער וואס יא איז געוועהן אז זיינס א פארהייראטא חבר האט איהם געגעבען דעם קונטרס וואס ער האט באקומען פון זיינס א חבר און אזוי מיט דער קונטרס אין דער האנט מיט אביסל הילף פונעם חבר האט ער געוויסט וואס ער האט צו טוהן. דער מעלה פונעם קונטרס איז געוועהן אט א דאס וואס פאר פונקט הונדרעט יאר פריער האט דער ישמח משה מקדים געוועהן רפואה למכה אין בערוב ימיו זיך אראפ געלאזט בבחינת וירד משה מן ההר אל העם צו די פשוטי עם און זיך געזעצט שרייבען די וויכטיגער הלכות בלשון אידיש.

נאך דער קריג איז דער קונטרס כמעט ווי פארגעסן געווארען, און זיכער נישט גענוצט געווארען אין פראצענט ווי אמאל. כאטש וואס בעניני טהרה קען מען זיך אסאך לערנען די פסקי הלכות אין די ענינים ווי אזוי דער ישמח משה האט עס אהער געשטעלט.

*

דער סיבה פארוואס איך האב געטראפען די קונטרס אינטרעסאנט איז געוועהן צוליב א געוויסע הלכה וואס איך האב בשעתו געהערט פון 'לאנסבערגער רב שליט"א וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט איבערגעגעבען פאר זיין פאטער ז"ל, נאכען דאס מיר זאגען האט ער צוגעלייגט "הגם דער [סאטמאר] רבי זי"ע האט אזוי געזאגט פאר מיין טאטע להלכה ולמעשה, איז עס אבער נישט אנגענומען און מ'טוט נישט אזוי". שוין קבלתי און געגאנגען ווייטער, נישט איז נישט, געוועהן אמאל וואס איך האב געפרעגט א דיין איבער דעם [כ'האב איהם נישט געזאגט אז סאטמאר רב האט 'אויך' אזוי געהאלטן], איז איהם געוועהן א חידוש אז עס איז בכלל דא א צד היתר וכו', אזוי איז געוועהן עטליכע מאל.

ויהי היום, האב איך אנגעטראפען א ת"ח א שטיקעל ידען, איז פונקט אויס געקומען צו שמועסן איבער יענע פסק הלכה, זאגט ער מיר אלץ א דבר פשוט מאד דער ישמח משה פסק'נט שוין אזוי אין זיין קונטרס מעין טהור. איך האב איבער דערציילט בפרטיות איבער וואס דער לאנסבערגער רב האט מיר געזאגט בשם סאטמאר רב, ס'איז איהם געוועהן א דבר חדש דער ענין.

דער לאנסדבער רב ווען איך האב איהם איבערגעבען מיין טרעפענישט, האט ער זיך אזוי געפרייט כמוצא שלל רב, נאר וואס האט ער מיר געזאגט אז דאס איז זיכער אז דער רבי האט אנגענומען דעם פסק פון זיין זיידע אלץ אין להרהר אחריה, נאר ער [דער לאנסבערגער וואס האט בכלל נישט געוויסט אז דער ענין שטייט אין מעין טהור] איז געווארען אטאקירט מבית ומבחוץ היתכן ער מאכט אויף נייע פסקים לקולא, היעלה על הדעת אזוי צו זאגען ווען "סאיז אנגענומען" לחומרא. מאז ואילך ווען ער האט אויס געלערנט מחמיר צו זיין ושלום על ישראל, ווער זוכט זיך אומזיסטיגע עגמת נפש?
עכ"פ היוצא לנו מזה אז דער רבי האט יא אנגענומען דעם מעין טהור להלכה ולמעשה.
(ווער עס וויל וויסען דער מדובר קען מיר בעטן באישי).

*

פונקט ווי דער קונטרס איז געווארען איבערגעזעצט מיט פארשידענע ערליי שינויום געוואנדען אין וועלעכע מקום דאס איז געדרוקט געווארען, אזוי וואלט מען אויך היינט דאס געדארפט איבערדרוקט אינעם היינטיגען אידיש נישט נאר פאר פרויען נאר אויך פאר מענער, וויפיל אזעלעכע חיבורים קורץ שארף און קלאר איז פארהאן אין אונזער היימישע אידיש? נאך דער צו וואס די הלכות ופסקים איז געוועהן ביי אונז זיכער אנגענומען.

מיט דעם פארשטיי איך שוין [א דאנק ידידינו אוצרות ליסקא] פארוואס הרה"ק מליסקא האט געבעטן דוקא פון די לעמבערגער מדפיסים צו דרוקן דעם 'מעין טהור' ווייל יענער 'אידיש' איז געוועהן דער אידיש וואס מ'האט גערעדט עכ"פ אין זיין געגענט.


*

ווי אויך איז רעכט צו זאגען אז נאכען אדורך קוקן דעם קונטרס מיט ישוב הדעת, איז דא פיל פלעצער ווי מ'קען ארויס נעמען און מדייק זיין וואס ער האט געהאלטן, און בכלל אז עס איז דא היינט צו וואס די חתנים מלמדים זאגען להיפוך וואס עס שטייט דא אין דעם קונטרס. {ווען איז און פארוואס איז געווארען די טויש?].

ווי אויך זעהט מען אין דעם קונטרס וואס פאר א הייליגע אבער פראקטישע שפראך דער הייליגע ישמח משה זי"ע האט פארמאגט.
ועוד יש להוסיף בזה.
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

א גרויסן ייש"כ כבוד הרב, וואס מ'ווערט אלס נישט דא געוואויר. ס'כאפט אן א התפעלות ווי ווייט די תורה הק' האט נישט קיין גבול נאר ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים. מיט יעדע תגובה וואס מ'ליינט דא ווערט מען געוואויר ווי ווייניג מ'ווייסט, ווי א מקוה מים שאין להם סוף וקץ. מעומקי הלב רייסט זיך ארויס א הארציגן ייש"כ לכבוד המנהלים החשובים פארן צושטעלן דעם מקום ווי עס פאסט. (און אפי' אויף וויפיל ס'איז יא שייך אויסגעשמועסט צו ווערן בעולמינו איז אויך נאך דא אסאך פלאץ).

בעז"ה גם אני אענה חלקי מיט א קורצע הוספה מענין לענין וואס קומט נישט ממש דא אריין, אבער נאך אזא תענוג רוחני פון די פילע ברייטע ידיעות דא איז מעגליך אז אנדערע וועלן אפשר אויך נהנה זיין פון אן אינטערעסאנטע ידיעה.

כאפנדיג א בליק אויפן היינטיגן קאלירפולער ספרים שראנק וואס איז איבערגעפולט על כל גדותיו מיט אלפים ורבבות ספרי הלכה אויף ספעציפישע דינים, איז מיר געווען אינטערעסאנט געוואויר צו ווערן אז די סאמע ערשטע הלכה וואס האט זוכה געווען צו א ספר בפני עצמו און טאקע נאך דורך אונזערע ראשונים כמלאכים, איז טאקע די דאזיגע הלכה! כפי שמובא בהקדמת ספר לכל זמן - אידיש (על הלכות יו"ד ח"ב לידיד נעורי הר"ר שמעון אברהם אינדיג שליט"א) ווי ער שרייבט:

די ערשטע ספרים וועלכע כלל ישראל פארמאגט, וועלכע זענען געשריבן געווארן דירעקט אויף איין הלכה'דיגע טעמע, איז די הייליגע ספר בעלי הנפש פון הייליגן ראב"ד אויף הל' טהרה, און דער ספר הל' נדה פון הייליגן רי"ף אין מס' שבועות.

דער הייליגער רמב"ן וועלכער איז געווען אינגאנצן איין דור שפעטער האט מחבר געווען זיין ספר אויף די הלכות. ער שרייבט אין זיין הקדמה אז כאטש עס זענען שוין דא הייליגע ספרים אויף די הלכות, איז א פשוטע זאך אז אין יעדן דור דארף מען שרייבן אויף דעם פרישע ספרים, עס זאל זיין צוגעפאסט צו יעדע צייט. און נאכדעם האט דער רשב"א מחבר געווען אויף דעם זיין ספר בית הנשים, און אזוי ווייטער און ווייטער במשך אלע דורות.

אויך דער הייליגער ישמח משה אין זיין דור האט געשריבן דעם ספר מעין טהור אויף די הלכות. ווייניגער פון הונדערט יאר שפעטער האבן די אונגארישע רבנים ארויסגעגעבן דאס באקאנטע ספר (פון סערענטשער רב, נירעדהאזער רב, מאדא רב ועוד) טהרת המשפחה אויף אונגאריש, עס זאל זיין דאס בעסעע פאר זייער צייט, וכו'.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פון ספר הגה"ק בעל ישמח משה
אטעטשמענטס
דף קסד.jpg
דף קע.jpg
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

המשך, דף קעא, קעב
אטעטשמענטס
דף קעא.jpg
דף קעב.jpg
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

שער בלאט בלי מקום ושנת הדפוס
איז דא צובאקומען דעם מהדורא אויף דער געוועב?
אטעטשמענטס
מעין טהור שער בלאט.jpg
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:די ערשטע שנת ההדפסה איז נישט באקאנט, אבער ווי עס זעהט אויס איז עס געדרוקט געווארן נאך בחיים חיותו פון הייליגן ישמח משה זי"ע. הגם אלע דרוקן וואס‏ זענען היינט בנמצא ביי אונז זענען ערשינען שוין נאכן הסתלקות, אבער אין איינס פון די דרוקן איז נישט געדרוקט די פלאץ און יאר פון דרוק נאר "כמ"ש בפרעשבורג, שנת תקצ"ט לפ"ק". דער ספר פונעם פרעשבורגער דרוק איז היינט נישטא, אבער עכ"פ דעמאלטס האט דער הייליגער מחבר נאך געלעבט. ‏(משה עלה למרום בשב"ק בעת רעון דרעוין כ"ח תמוז תר"א לפ"ק).

‏ווי דערמאנט זענען היינט דא עטליכע דרוקן פון מעין טהור אויף וועלכע ס'שטייט נישט קיין פלאץ און יאר פון זייער דרוק, און די ערשטע דרוק וואס איז היינט בנמצא וואו ס'ערשיינט די פלאץ און יאר פונעם דרוק איז ‏פון דפוס זיטאמיר משנת תרי"ז, און פון יענעם יאר איז עס צום ערשט מצורף געווארן אין לעמבערג אויך אינעם קרבן מנחה סידור, און זינט דאן איז עס איבערגעדרוקט געווארן אינעם קרבן מנחה הונדערטער מאל בכל מקומות מושבותיהם של אחב"י, והגם אז ס'איז איבערגעדרוקט געווארן ווייטער און ווייטער אויך באזונדער פאר זיך, אבער עם כל זה זעהט אויס אז דער עיקר וואס ס'איז תפשט געווארן בעולם איז געווען דורכן קרבן מנחה.‏‏‏

אין די נייע הערליכע ספר "פירות דקלים" וואס איז א ליקוט פון די ספרי גזע הדקלים איבער הלכות נדה והמסתעף, האט ער אריינגעדרוקט צום סוף דעם קונטרס "מעיין טהור", ער שרייבט דארט בערך אזוי ווי די ערשטע פאראגראף דא, וועגען די דרוק פון תקצ"ט וכו', אבער אז למעשה האט מען דאס נישט, ער האט אבער באוויזען אריינצולייגן א פריערדיגע מהדורה פון וואס ס'ווערט דא דערמאנט, ר' חיים שווייד שליט"א האט אן ארגינעלע מעיין טהור געדרוקט אין לעמבערג תר"ח - 1848 למספרם, און ר' חיים האט אים געלאזט קאפירן דעם גאנצען קונטרס, אריין אינעם ספר. און דער בעל הגראפיקער "ישר גראפיקס" האט געמאכט דערמיט א הערליכע ארבייט, מיטן אריינלייגן מייסטעריש סימנים און סעיפים.

תשואת חן חן להם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח הרב פריילעך.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

כמו שנדפס במקום פלוני בשנת פלוני, איז זיופים, ס'איז דא טויזנטער אזעלכע ספרים, ס'איז געווען לבלבל את השטן, אבער גארנישט געהאט מיטן מציאות.
אוועטאר
בן דוואשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:21 am

Re: קונטרס מעין טהור למרן בעל ישמח משה זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דוואשע »

ישלהוסיף האט געשריבן:
איך זוך דער קונטרס 'מעין טהור' פון דער ישמח משה. איז עס דא צובאקומען אויפן געוועב?
ווי אויך איז געוועהן א מהדורא סידור קרבן מנחה אין וועלעכע דער 'מעין טהור' איז געווארען אריין געדרוקט, ווייסט אפשר איינער פון דעם?
ווייסט איינער אפשר וועלכע דרוק עס איז די מעיין טהור דא אין בילד?
עס שטייט נישט קיין ערגעץ אז סאיז אסור צו גלעטן א קאץ אינמיטן כל נדרי!
[פאר די אלע וואס פרעגן כסדר ווי שטייט עס]
אוועטאר
בן דוואשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:21 am

Re: קונטרס מעין טהור למרן בעל ישמח משה זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דוואשע »

אנטשולדיגט פארגעסן מיטצולייגן דאס בילד
091.jpg
091.jpg (37.12 KiB) געזען 874 מאל
עס שטייט נישט קיין ערגעץ אז סאיז אסור צו גלעטן א קאץ אינמיטן כל נדרי!
[פאר די אלע וואס פרעגן כסדר ווי שטייט עס]
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: קונטרס מעין טהור למרן בעל ישמח משה זצוק"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

וויפיל בלעטער/עמודים ענהאלט עס?
קארלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:06 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלין »

חאצקל פרייליך האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 10:52 pm
עקבי הצאן האט געשריבן:
גיט א בליק דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1395314
אויך א בלאט דערנאך.
א ייש"כ הרב עקבי פאר אהינלינקען. דארט טרעפט מען ממה שהביא הרב טייבעלע נאר פון דפוסי שנת תרי"ט און תרכ"ב, און א גרויסן ייש"כ. אבער אין זיטאמיר איז עס שוין געדרוקט געווארן נאך בשנת תרי"ז און אין פרעשבורג נאך שנת תקצ"ט לפ"ק.

פאר צוויי יאר צוריק האט הגה"צ דער סיגוטער רב שליט"א פון בארא פארק איבערגעדרוקט און רויסגעבעבן דעם שו"ת השיב משה אין א נייע הערליכע אויפלאגע, און אין חלק יו"ד ביים סוף פון צווייטן פון די פיר בענדער האט ער אריינגעלייגט דעם מעין טהור איבערגעזעצט אין לשון קודש, ובעז"ה אעתיק כאן א חלק פון זיין אריינפיר דערצו (איבערגעשריבן אין אידיש):‏

דער ספר מעיין טהור איז נתקבל געווארן באהבה רבה בכל תפוצות בית ישראל, און איז איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל אין צענדליגער טויזנטער טופסים און האט גורם געווען צו א געוואלדיגער זיכוי הרבים, אין א בחינה ווי די משנה זאגט אין מס' אבות משה זכה וזיכה את הרבים, זכות הרבים תלויה בו, שנאמר צדקת ה' עשה ומשפטיו עם ישראל.‏‏

די ערשטע שנת ההדפסה איז נישט באקאנט, אבער ווי עס זעהט אויס איז עס געדרוקט געווארן נאך בחיים חיותו פון הייליגן ישמח משה זי"ע. הגם אלע דרוקן וואס‏ זענען היינט בנמצא ביי אונז זענען ערשינען שוין נאכן הסתלקות, אבער אין איינס פון די דרוקן איז נישט געדרוקט די פלאץ און יאר פון דרוק נאר "כמ"ש בפרעשבורג, שנת תקצ"ט לפ"ק". דער ספר פונעם פרעשבורגער דרוק איז היינט נישטא, אבער עכ"פ דעמאלטס האט דער הייליגער מחבר נאך געלעבט. ‏(משה עלה למרום בשב"ק בעת רעון דרעוין כ"ח תמוז תר"א לפ"ק).

‏אבער נאך איידער דער ספר איז בכלל געקומען אין דרוק און ס'איז נאך געווען בכתב יד קדשו‏ האט דער הייליגער ישמח משה מקיים געווען דער אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה', און האט געהייסן פאר זיין שרייבער עס איבערצוזעצן פאר זיינע קינדער און אייניקלעך וואס זענען געקומען בברית האירוסין למז"ט כדי צו לערנען דערפון און זיין בקי דערין.

אין ספר דרישת הזאב (פון אן איידעם ביי הגה"צ ר' נחום הערש מדראביטש זצ"ל בן בנו יחידו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע) שרייבט ער (ביו"ד סי' קצ"ח) איבער א הערה אויף א סעיף אין מעין טהור, בקונטרס מעיין טהור של זוגתי תחי' שהעתיקה מכת"י של אמה ע"ה, אשר אחר חתונתה ציוה אז הרה"ק [דער ישמח משה] זצ"ל בעמ"ח הנ"ל, לגבאי וסופר שלו להעתיקו למענה, למען אשר תשקוד על דלתותיו יום יום.

ווי דערמאנט זענען היינט דא עטליכע דרוקן פון מעין טהור אויף וועלכע ס'שטייט נישט קיין פלאץ און יאר פון זייער דרוק, און די ערשטע דרוק וואס איז היינט בנמצא וואו ס'ערשיינט די פלאץ און יאר פונעם דרוק איז ‏פון דפוס זיטאמיר משנת תרי"ז, און פון יענעם יאר איז עס צום ערשט מצורף געווארן אין לעמבערג אויך אינעם קרבן מנחה סידור, און זינט דאן איז עס איבערגעדרוקט געווארן אינעם קרבן מנחה הונדערטער מאל בכל מקומות מושבותיהם של אחב"י, והגם אז ס'איז איבערגעדרוקט געווארן ווייטער און ווייטער אויך באזונדער פאר זיך, אבער עם כל זה זעהט אויס אז דער עיקר וואס ס'איז תפשט געווארן בעולם איז געווען דורכן קרבן מנחה.

אין שנת תרכ"ז‏ איז הרה"ק ר' הלל קאלאמייער זי"ע נתעורר געווארן עס מתקן צו זיין און עס איבערצודרוקן אין אידישער שפראך המדוברת במקומו, ווייל די אונגארישע אידיש איז געווען אנדערש ווי די גאליציאנער אידיש, ועל כן כדי צו פארגרינגערן אויף די נשים און פשוטי עם וואס האבן עס שווער פארשטאנען האט ער עס איבערגעדרוקט אין זייער שפראך.

דער הייליגער ישמח משה האט געשריבן נאר די 19 סימנים בהלכות יו"ד ח"ב, און מיט די צייט איז צוגעקומען אויך דיני מליחה וחלה שבת ויו"ט ועוד ווי עס שטייט אין די שער בלעטער צו די ערשטע דרוקן, וז"ל אחד מהם: "הדינים כתב כבר הרב הגאון האמיתי הצדיק הקדוש מוהר"ר משה טייטל בוים אב"ד דק"ק איהל זלה"ה עבור בני ביתו, גם הוספנו עוד דינים נחוצים לנשים דהיינו מליחת בשר והפרשת חלה" וכו'. א סימן דערצו איז, אז אין אלע מהדורות איז געדרוקט דער לוח הסימנים נאך די אזהרה [די הקדמה פונעם ישמח משה] נאר אויף די ערשטע ניינצן סימנים, הגם ס'איז געדרוקט געווארן נאך סימנים וואס זאנען צוגעקומען ווי דערמאנט.‏

אבער צוליב די פילע מהדורות און פארשידענע העתקות פון שטאט צו שטאט און פון לאנד צו לאנד, הגם אז ער האט זוכה געווען און ס'איז צושפרייט געווארן אויף די גאנצע וועלט, אבער דא עקא אז אלי' וקוץ בה און לויטן צאל פון די מהדורות און דרוקן אזויפיל איז די גרייזן און שינויים וואס זענען אריינגעפאלן דערין. און צומאל מיט א יתור אדער חסרון פון איין איינציג ווארט ווערט נשתנה דער גאנצער דין מיסודו. אזוי איז ידוע דער באקאנטער בריוו פון ירושלימער רב הגאון ר' זעליג ראובן זצ"ל משנת תש"ו להעיר אויף א שיבוש בהלכה למעשה שנתהווה במעין טוהר.

דערפאר האבן מיר געזען לברר מקחו של צדיק און עס מסדר זיין באופן נאה אף יאה דעם גאנצן ספר פונדאסניי, ותהי ראשית מלאכתינו איבערצוטייטשן דעם ספר אויף ‏לשה"ק. מיר האבן געדארפט מברר זיין אוכל מתוך אוכל פון די פילע אידישע מהדורות למיניהם, ווייל דער אידיש פון וויען און לעמבערג איז נישט ווי די אידיש פון פיעטרקוב און טשארנוויץ, און די אידיש פון קיניגסבורג איז נישט ווי די אידיש פון אונגוואר, כללו של דבר אז די טייטש איז נערך געווארן נאכן עיון הדק היטב בשלל המהדורות השונות. און עס מעטר געווען בתוספות הערות וציונים נחוצים בשם יד המעיין כאשר עיניכם תחזינה מישרים, הן מיט השוואות צו די פארשידענע מהדורות און הן מיט קורצע הארות‏ צו פארגרינגערן אויף די לומדים ומעיינים, ופנים חדשות באו לכאן וכו'.

און הרב הגה"צ המו"ל מחדש שליט"א פירט אויס: ונזכה שיקויים בנו מקרא שכתוב וזרקתי עליכם מים‏ טהורים וטהרתם, און ווי דער הייליגער דברי חיים זי"ע שרייבט אין זיין הסכמה אויפן ספה"ק שו"ת השיב משה וזל"ק: ומצוה גדולה להוציא לאור דברות קדשו, ויהי רצון שיודפסו ויהיו טובה לעולם בהתגלות אמרות קדשו ויקורב הגאולה כאשר קוותה נפשינו ויתרומם קרן ישראל, עכל"ק. אמן כן יהי רצון.‏

אגב, דער כרוז פון הג"ר זעליג ראובן זצ"ל וואס ווערט דא דערמאנט איז בענין וואס דער הייליגער ישמח משה שרייבט כלפי זמן הפס"ט 'לפנות ערב בשעה שהוא בין יום ולילה', און דערנאך נאכאמאל 'ולפנות ערב' וכו', און ווייטער צום דריטן מאל 'לפנות ערב בין השמשות לפני תפילת ערבית' וכו', וואס פון דעם איז משמע אז מ'קען אויך נאך די שקיעה, ולאור זה האט דער ירושלימער רב האט מפרסם געווען א כרוז שחלילה להקל לאחר השקיעה, און מ'דארף נזהר זיין מבעוד יום ווען מ'זעט נאך די זון‏ (און ס'איז דאן געדרוקט געווארן א‏ין החומה אסאך מאל, און ער האט אויך געבעטן פון אלע מכתבי עת עס מפרסם צו זיין).‏

דארט אין נייעם מעין טהור‏ איז ער מעתיק דעם גאנצן לשון הכרוז, נאך א קורצע הקדמה: אך יש לדעת אז דער ירושלימער רב זצ"ל האט דאס געשריבן זייענדיג אין ארץ ישראל וואס דארט איז נתפשט דער מנהג להחמיר כשיטת הגאונים אפי' בדיעבד, און דארט האט מען זייער מקפיד געווען אפי' איין מינוט נאך די שקיעה, אבער אין חוץ לארץ איז דער מנהג ברוב הקהלות כשיטת ר"ת און ווי עס ווערט גע'פסק'עט אין שו"ע סי' רס"א ס"ב, און לויט דעם זענען אסאך פוסקים מקיל אויך נאך די שקיעה (הראשונה לשיטת ר"ת), און ווי ס'איז מבואר אין די ספרי האחרונים (עי' משנת יעקב יו"ד סי' קצ"ו, שו"ת באר משה ח"ב סי' ס"א, ויען יוסף יו"ד ח"א סי' קמ"ו).

און אזוי איז געווען נתפשט דער מנהג אין אונגארן עס צו מאכן אפי' לכתחילה נאך די ערשטע שקיעה און מ'האט בכלל נישט מחמיר געווען עס צו מאכן פאר די שקיעה, און אזוי זעהט אויס די כוונה אין מעיין טהור (דער הייליגער ישמח משה האט געוואוינט אין אונגארן) וועלכער האט געשריבן עס צו מאכן לפנות ערב בין יום ללילה וכנ"ל, דהיינו נאך די ערשטע שקיעה פאר התחלת בין השמשות לשיטת ר"ת. ‏אבער היינט פירט מען זיך למעשה אויך אין חוץ לארץ מקפיד צו זיין לכתחילה צו מאכן פאר די ערשטע שקיעה, און נאר בדיעבד איז מען מקיל אויב מ'האט פארשפעטיגט א קורצע צייט נאך די שקיעה, און ווי פארשטענדליך דארף מען פרעגן א שאלת חכם אין אזא פאל.

ביז אהער דער הקדמה. און דאן איז מועתק דער לשון הכרוז פון ירושלימער רב זצ"ל עיי"ש, מיט זיין אויספיר פאר די חתימה: ונא מכל העתונים ובטאונים של שומרי תורה ומצוה להדפיס גם הם את כל דברי אלה הרבה פעמים (כפי שנדפסו הפעם בזה). באתי על החתום יום א' לס' והייתם קדושים, ט"ו סיון תש"ו לפ"ק פעיה"ק ירושלים ת"ו. ‏זעליג ראובן בענגיס‏.

ובזה מסיים חאצקל את ליקוטיו ותגובתו שנתארכה קצת בעוה"ר כמעין הנמשכת: כמה פעמים כבר זכינו בעז"ה לפקוד מקום הק' אשר שם חלקת מחוקק ספון ולהשתטח על ציון קדשו ובוודאי פעלנו כל טוב, כמ"ש תלמידו הרה"ק מליסקא זי"ע שראה במו עיניו הבדולחים את רבו הק' עומד על ציון קדשו ופורש כפיו כדרכו בקודש בשעת הדרשה ביום שלש עשרה מדות ומברך את קהל המשתטחים על ציונו ביומא דהילולא קדישא דילי'.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.‏‏‏

דא האסטו א דריק נאך פריער פון זיטאמיר. לבוב תר"י
אטעטשמענטס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001 (100).jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001 (100).jpg (225 KiB) געזען 328 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”