שמועסן ארום נייע און אלטע ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

שמועסן ארום נייע און אלטע ספרים

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 6:44 pm

איך מאך אויף דעם אשכול פאר אנטערעסאנטע ספרים וואס ווערן געדרוקט וואס געהער נישט אינעם "ספרים חדשים" אשכול צוליב דעם וואס ס'איז נישט אזוי ווייט לערנבאר פאר רוב שרייבערס דא, ס'איז פשוט אינטערעסאנט אלץ דער היסטארישער חלק דערפון.

ספרים וואס ווערן איבערגעדריקט, וואס ווערט נישט געברענגט אין די "ספרים חדשים" אשכול.
לעצט פאראכטן דורך וויל וועלן אום מאנטאג נובעמבער 07, 2016 5:57 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

עין יעקב אויף רוסיש

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 6:49 pm

עס איז יעצט פארענדיגט געווארן און אקארשט ארויס צום דרוק דעם זעקסטן און לעצטן חלק פונעם ספר עין יעקב איבערגעטיישט אויף "רוסיש", דאס וועט פארשטייט זיך שטארק צוניצקומען פאר די רוסישע אידן פון רוסלאנד און איבער די גאנצע וועלט, וואס ווילן מיטהאלטן שיעורי תורה.

די פירוש איז נתחבר געווארן דורך מערכת הוצאה לאור "לחיים" וואס איז קווארטירט אין מאסקווע, וואס דער אנפירער דערפון איז הרב ברוך גורין. דער מכון האט שוין במשך די יארן געדרוקט הונדערטער ספרים אויף די רוסישע שפראך.

עין יעקב ברוסיש.jpg
עין יעקב ברוסיש
עין יעקב ברוסיש.jpg (6.97 KiB) געזעהן 2008 מאל

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 7:21 pm

כ'וועל זאגן א זאך וואס מסתם וועט נישט יעדער מסכים זיין דערמיט, אבער מיר באדערט דאס געפערליך, דעריבער וועמיר דא לאזן הערן מיין וויי געשריי::

געוויסע מכון'ס מיינען אז מ'מעג נאר איבער דריקן א ספר אויב מען לייגט צו: נקודות - הגהות וציונים - א פירוש - גרויסע אותיות און ברייטע שורות - באריכות'דיגע הקדמות - א. א. וו.
איר דארפט נישט מודה זיין צו מיר, אבער לדעתי איז דאס סתם א נארישקייט און איז בלויז געמאכט געווארן כדי צו בעטן מיט אפאר טאלער מער.
איך פלעגט אזוי לי האבן צו לערנען אין די אלטע דריק ''ילקוט מעם לועז'' עס האט געהאט אזוינע אלטע פארגעלטע בלעטער אנע נקודות און אנע הגהות, עס האט געלערנט דערין אזוי געשמאק און בע'טעמ'ט אז ס'איז געווען א נחת. פליצלונג זעה אז ס'איז ארויסגעקימען א איבערגעדריקטע ילומ''ל, מיט נקודות און הגהות געדריקט אויף שניי ווייסע בלעטער, כ'זאג אייך כ'האב ממש נישט געקענט אריינקיקן דערין. טייערער מכון'ס מי בקש זאת מידכם, ביטע הויבט אן איבערדריקן ספרים אן צולייגן די אלע זאכן, עס וועט אייך נישט קאסטן אזויפיל צייט און איר וועט אזוי ארום קענען ארויסקימען מיט מער ספרים אלטע און. נייע.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 7:27 pm

איך בין מסכים מיט דיר 100%, אפילו די גרוך פון אלטע ספרים ברענגט אריין א חשק צו לערנען (פאר ווער עס האט עס ליב, און אויך נאר מענער...) אבער די יעניגע וועלן אלעמאל זיך אן עצה געבן און טרעפן עפעס אלטע סחורה ביי פינטער'ס צו ערגעץ אנדערש, מ'קען אבער נישט אוועקמאכן די שיינע ארבעט וואס די מכון'ס למיניהם מאכן.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 8:32 pm

וועלכע מעם לועז האט הגהות?
דער פון וואגשאל האט בלויז מראה מקומות וואס פלעגט זיין ביים סוף (ענדנאוטס) האבן זיי עס געמאכט פאר פוטנאטוס, וואס איז גראדע א גרוסע אויפטוה .

(הלאוי וואלטן זיי מער אריינגעארבייט אין די מראה מקומות, מער ספעציפיש, שרייבן א דף אין א גמרא, אדער א קלארע מראה מקום און א מדרש, און אין אלע ראשונים).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 1:04 pm

וויל וועלן האט געשריבן: 1. איך וויל עפענען אן אשכול
2.איבער אנטערעסאנטע ספרים וואס ווערן געדרוקט וואס געהער נישט אינעם "ספרים חדשים" אשכול, אדער ספרים וואס ווערן איבערגעדריקט.
3.ווי אויך נייעס און חידושים ארום אלטע און נייע ספרים.


1. זייער גערן - דאס איז דער אשכול וואס איר האט געוואלט עפענען?
2. פארוואס געהערן זיי נישט אין די ספרים חדשים אשכול?
3. זייט בעסער מסביר

לסיכום; אשכולות דארפן האבן א טעמע, אדער קענט איר שרייבן ככל העולה על רוחכם און עס רופן "מיין אשכול איבער ספרים וסופרים" און שרייבן דארט מכל הבא ליד, אנדערשווייז איז צומישנד צו האבן אשכולות וואס זייער תוכן ווערט נישט געהעריג מוסבר אינעם קעפל.

(דאס איז אויסער די פאקט אז מ'שרייבט "נייעס,ידיעות" און נישט "נייעס ידועות"

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:29 pm

און עפעס א רמז קל פון א קאמפלימענט אויף זיין שווערע ארבעט האסטו נישט געטראפן?

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 4:51 pm

הרב מיללער, זיי ביטע נישט אזא ''איינזער'', ס'מוז דען אלע'ס אזוי שטימען, לאז געמאכט, ווילאנג ער שרייבט שיינע זאכן איז אלע'ס בסדר.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 4:53 pm

איש החסד האט געשריבן:כ'וועל זאגן א זאך וואס מסתם וועט נישט יעדער מסכים זיין דערמיט, אבער מיר באדערט דאס געפערליך, דעריבער וועמיר דא לאזן הערן מיין וויי געשריי::

געוויסע מכון'ס מיינען אז מ'מעג נאר איבער דריקן א ספר אויב מען לייגט צו: נקודות - הגהות וציונים - א פירוש - גרויסע אותיות און ברייטע שורות - באריכות'דיגע הקדמות - א. א. וו.
איר דארפט נישט מודה זיין צו מיר, אבער לדעתי איז דאס סתם א נארישקייט און איז בלויז געמאכט געווארן כדי צו בעטן מיט אפאר טאלער מער.
איך פלעגט אזוי לי האבן צו לערנען אין די אלטע דריק ''ילקוט מעם לועז'' עס האט געהאט אזוינע אלטע פארגעלטע בלעטער אנע נקודות און אנע הגהות, עס האט געלערנט דערין אזוי געשמאק און בע'טעמ'ט אז ס'איז געווען א נחת. פליצלונג זעה אז ס'איז ארויסגעקימען א איבערגעדריקטע ילומ''ל, מיט נקודות און הגהות געדריקט אויף שניי ווייסע בלעטער, כ'זאג אייך כ'האב ממש נישט געקענט אריינקיקן דערין. טייערער מכון'ס מי בקש זאת מידכם, ביטע הויבט אן איבערדריקן ספרים אן צולייגן די אלע זאכן, עס וועט אייך נישט קאסטן אזויפיל צייט און איר וועט אזוי ארום קענען ארויסקימען מיט מער ספרים אלטע און. נייע.


גם אני בחלומי, מסכים צו יעדע ווארט
כשמ"ו כן הוא

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זייער אינטערסארטער ספר

תגובהדורך dovidal » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 2:44 pm

פון די ערשטע אדער דער ערשטער וואס ברענגט פון ספה"ק נועם אלימלך
במהדורה שניה שהו"ל המחבר השמיטו
היה קרוב להקצות
צוגעלייגטע
SMA2.jpg
SMA.jpg

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 2:54 pm

dovidal האט געשריבן:פון די ערשטע אדער דער ערשטער וואס ברענגט פון ספה"ק נועם אלימלך
במהדורה שניה שהו"ל המחבר השמיטו
היה קרוב להקצות

איינער גיט זיך אפ מיט עס איבערדרוקן.
וועלמיר איבערגעבן די מייק פאר הרב מיללער, ער זאל איבערגעבן פון זיינע רייכע יד[ו](י)עות איבער דעם ספר..

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

הוי רועי ישראל

תגובהדורך וויל וועלן » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 1:35 am

ס'איז מיר געקומען בהשגחה אונטער די האנט א ספר "הוי רועי ישראל", א שיינעם ליקוט וואס א ספרד'ישער איד פון רחובות האט מלקט געווען פון דברי יואל, ויואל משה, וכו', און פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל, און נאך, אין פארברייטונג צו די בחירות אין יאר תשע"ג, אינעם דעקל איז געשטאנען דאס פאלגענדע:

בס"ד
ישתבח ויתעלה לבורא כל עולמים על שזיכני מזה כבר כמה שנים לדבוק בלא שום פשרות ברבינו הקדוש ראש גולת אריאל רבן ומאורן של ישראל מרן יואל טייטלבוים זצוק"ל ואף ללמוד וללמד ותורתו והנהגתו הקדוש ולקרב אחרים לדרך האמת לאמיתה ובפרט שזכיתי שבני ביתי וזוגתי שיחיו ילכו עימי מרצונם הטוב וכל זה עשיתה עמנו למרות כל הקמים עלינו בהתקרבנו לרבינו הקדוש עוד בהיותינו גרים בעיר מולדתינו רחובות שידוע שהסיכויים בעיר שכזו גם למי שגילה האמת לדבוק ברבינו הקדוש ובשאר הצדיקים האמתיים מדור קודם האם מאד אפסיים.

לאחר גלות של כשבע שנים בהיותינו בעיר רחובות זכית אותנו לעזוב את עיר מולדתו וכל אשר לנו ולהעתיק את מקומינו לעיר בית שמש, ולגור בין היריאים ושילדיי ילמדו בבתי חינוך על טהרת הקודש (באידיש).

וכעת אני רוצה להודות לך השם יתברך על שזיכתני פעם ראשונה בחיי לבוא לאמריקה לציונו הקדוש של רבינו הקדוש ולשפוך שיחי לפניו שיתפלל עלינו לפניך שאני ובני ביתי נזכה להמשיך ללכת בדרך ישראל סבא ולהקים דור חדש של צאצאים שילכו בדרך האמת לאמיתה שהורו לנו הצדיקים האמתיים מדור קודם ובפרט ברבינו הקדוש אשר הציל אותי ואת כל משפחתי מצפורני הציונים המינים והאפיקורסים.

ותודה לך בורא עולם על שזיכת אותי לחבר את הספר "הוי רועי ישראל", אשר קירב הרבה אנשים לאמת, וספר זה אני נודב לציונו הקדוש ולבתי מדרשות של היראים ההולכים בדרכי רבינו הקדוש (הייתי רוצה שיהי' גם בשאר בתי מדרשות, אך לצערי הרב הם זורקים ספר קדוש זה).

נ.ב. יש יצר הרע שלא לקרוא בספר זה, אבל הקורא בו יראה הרבה דברים חדשים ואקטואלים של רשעת הציונים החילונים והחרדים, הרוצים להחריב את היהדות החרדית רח"ל.
ספר זה הוצא בעקבות החילול ה' הגדול והנורא שנעשה ע"י הבחירות הטמאות לכנסת המינים ולרבנות הראשית ולראשות העיר בשנת תשע"ג

כל המעוניין לרכוש קונטרס זה או לתרום אם בכמות או ביחידות בודדות, יכול להתקשר לפלאפון 052-718-7688

המחבר יניב לולוי


ברור לי כשמש, שאם רבינו הקדוש הי' חי בינינו הייתי הולך אצלו והי' תומך בי ובמשפחתי בעין יפה למען לא ניפול בידי הציונים, ונמשיך ללכת בדרך ישראל סבא, וידוע מה שכתב בהקדמותו לספרו "ויואל משה" וכל מה שכתבתי הי' כדאי גם בשביל להציל יהודי אחד, וכל שכן שמדובר במשפחה שלימה, וסיפרו אנשי אמת והדברים כתובים, שבערוב ימיו של רבינו הי' מצטער וחושש על שלא עשה מספיק למען הספרדים, לכן המעוניין לתמוך בנו יכול להתקשר אלינו במספר הנ"ל, וידע שהוא מציל לא משפחה אחת אלא דור שלם בעזהי"ת.
הרוצה לאמת על המחבר יכול להתקשר למשב"ק (ר' אהרן שפירא) של הגאב"ד מרן הרב אב"ד ווייס שליט"א.

תזכו למצות.


איך האב געקאלט דעם חשוב'ן מחבר בעטן א פי די עף פונעם ספר, זאגט ער מיר אז ער האט נישט, ס'האט נישט געהאלפן קיין שום עצה, בקיצור ס'איז באמת א הערליכער ליקוט, און ס'איז זייער געשמאק צו לערנען דערין, ער זוכט ספאנסערס דאס צו קענען איבערדריקן, והרוצה לסייע תבוא עליו ברכה.

ווער עס ווייסט מער פרטים וועגן דעם, אדער האט א בילד דערפון, איז מכובד זיך צו לאזן הערן.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מאנסי שטופער און 5 געסט