מיוחד להניק ״שמו״ אויפן פאריגן בלאט, און ״בערל קראקאווער״, וואס האבן ביידע ארויסגעברענגט אז דער ביכל איז מגשם די הייליגע עבודה פון ביהמ״ק.
מיין פריערדיגע תגובה איז געווען געוואנדן צו ״להודיע״ וואס האט געזאגט א דבר חידוש וואס איך האב קיינמאל געהערט, אבער צו ענטפערן אויף דעם ענין פון מגשם זיין די עבודה אין ביהמ״ק:
איך כשלעצמי האב נישט געהאלטן אז ס׳איז א ״פראבלעם״, בשעת׳ן איבערגיין מיט מיינע קינדער דעם ביכל האב איך זיי געזאגט אז די באנען און עקסרעי מאשינען זענען נאר פאר א דזשאוק און עס צו מאכן אינטערסאנט, אבער עס איז נישט געווען אזוי. עס איז אויפפאלנד יא, אבער עס איז דא אן ענין פון ״חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים״, זיך אליינס אריינצולייגן אין א מצב. עס איז לכאורה געוואנדן אין די נאטור פון א מענטש, עס זענען דא מענטשן וואס וועלן נישט משיג זיין א זאך אויב מען קען עס נישט וויזשועלייזן ממש אין פראנט פאר די אויגן.
עס וואלט נישט געשאדט ווען עס זאל שטיין דארט קלאר אין אידיש אז די אלע זאכן זענען נאר לשבר את האוזן, און איז נישט במציאות אזוי געווען.
איינער האט מיר דאס אריינגעשיקט:
ר' אביגדור רעדט פון די קשיא אז פילע פסוקים זענען מגשם כביכול. עיני ד', וחרה 'אף', יד ה', און אזוי ווייטער ווי דער אנעים זמירות (נד"נ) שמועסט עס אויס. לכ' איז דאך פון די סאמע עקרי האמונה אז שהבורא יתברך שמו אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף, ואין לו שום דמיון כלל. יעדער איז טאקע מודה (עכ"פ כמעט יעדער) אז ס'איז נאר א משל לשבר את האוזן, אבער ווי קען מען אזעלכע זאכן מגשם זיין? ענטפערט ער אז עס איז טאקע א גרויסער פראבלעם צו מגשם זיין השי"ת, אבער פארגעסן פון השי"ת איז "נאך ערגער", דעריבער, אויב זאל מען עס נישט אריינלייגן לויט אונזערע מושגים ווען עס נישט אריינגיין אין קאפ און ס'וועט בלייבן א ווייט פארנעפלטע זאך, דעריבער האבן די פסוקים ענדערש יא מגשם געווען השי"ת לשבר את האוזן, טראצדעם וואס עס ברענגט אראפ די הייליגע באגריפן וואס מיר קענען נישט משיג זיין, כדי עס זאל אריינגיין אין קאפ און אין הארץ מיט עפעס א ציור.
והיינו הך. איבערהויפט אז די מוחות פון קינדער זענען היינט אויסגעשטעלט צו אסאך ארגער׳ס ווי דעם, אז מען מאכט אביסל מער אינטערסאנטער די צייטן פון בית המקדש און מען ווערט געוואויר ידיעות נשגבות זעה איך נישט אזא פעלער דערין. אבער איך קען פארשטיין וואס עס קען באדערן.
מען דארף זיך נאר אליינס פרעגן, צו ווען עס באדערט אזא זאך איז עס ווייל מען וויל אנטלויפן פון זיך אליינס, נישט טראכטן צופיל פון א בית המקדש און פון יענע צייטן מיט׳ן אויסרייד אז עס איז ״סייוויי ווייט פון אונזערע השגות, עס האט נישט גארנישט מיט אונז״, דעריבער קוקט מען עס אן פארנעפלט. א לולב מיט א אתרוג איז מיר נוגע, די בית המקדש איז עפעס א בחינה פאר מלאכים און חובבי היסטאריע און ווען משיח גייט אמאל קומען, גארנישט מיט די מציאות איינגעלייגט. חס מלהזכיר.
די מציאות איז ליידער אז אונטערן באוואוסטזיין טראכטן זייער אסאך מענטשן אזוי, און וועגן דעם ווען מען זעהט אזא ביכל וואס ברענגט די בית המקדש נענטער צום מציאות, מער ווי 3D אדער מפות, נאר ממש לויט׳ן היינטיגן סיסטעם, באקומט מען טשילס און מען שטעלט א ווידערשטאנד ביי זיך אין מחשבה, ״נע, די בית המקדש איז נישט דאס, קען נישט זיין, עס איז נישט קיין עכטע זאך״.
עכ״פ איינער וואס האט נעכטן ראש חודש חשון ביי מוסף געזעהן ביי זיך אין מח ווי אינגע קליינע 7 שעפסלעך ווערן געפירט צום מזבח, דערנעבן 2 ריזיגע קוען, און א ווידער, באגלייט מיט זייערע נסכים, און מקדים געווען פארדעם: ״ואת מוסף יום ראש החודש
הזה נעשה ונקריב לפניך
באהבה״ איז דאך ממש א געשמאק, און איך קען פארשטיין וואס עס שטערט אים מיט׳ן ביכל. אויב האט איר אבער צום ערשטן מאל זיך פראבירט דאס אויסצודמיונען בשעת׳ן ליינען יעצט, הםםםםם... זייט מוחל איר דארפט אביסל הילף ברוחניות צו וויסן אז מען רעדט דא פון זאכן וואס האבן ״עכט פאסירט״ און מענטשן האבן עס מיטגעהאלטן מיט זייער גשמיות׳דיגע אויגן און גייט בקרוב נאכאמאל פאסירן במציאות. דער קינדער ביכל ״סוכות אין ביהמ״ק מיטגעלעבט לויט די היינטיגע וועלט״ קען אייך ״מעגליך״ אביסעלע העלפן.
[offtopic]
א גוטע איידיע: קרבנות כולל
דער חפץ חיים איז כידוע געווען זייער פאר׳ן לערנען היינטיגע צייטן די הלכות פון בית המקדש. טאקע ווייל ער האט דאס ממש מיטגעלעבט.
שלאגט ער פאר אין זיין מאמר צפית לישועה א געוואלדיגע אויפטוה, אז אין יעדע שטאט זאל זיין א קרבנות כולל וואס זאל לערנען די דינים, און איינער וואס האט עובר געווען אויף עפעס אן עבירה, אדער איז ער געפארן אויפן שיף אדער עראפלאן אדער געהאט אן עקסידענט וואס ער דארף גומל בענטשן, זאל קומען צו דעם כולל צאלן געלט, זיי וועלן לערנען די דינים פונעם קרבן וואס ער דארף האבן בעיון גדול, ספעציעל פאר׳ן זכות פון יענעם מענטש, און עס וועט ממש הייסן ווי ער האט געברענגט דעם קרבן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=7[/offtopic]