אידישע ביכער סעריע: "מיטגעלעבט"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » זונטאג מאי 07, 2017 5:04 pm

פארשער האט געשריבן:שוין ערשינען אין ענגליש מיטגעלעבט - ביכורים, וועט מסתמא בקרוב זיין אין אידיש.

זיי קומען נישט ארויס צוזאמען
למשל די קריעת ים סוף ביכל איז נאכנישטא אין ענגליש
איך מיין אז ביכורים ביכעל וועט נאנישט זיין היי יאר אין אידיש

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג מאי 07, 2017 6:49 pm

יעצט באקומען אימעיל פון קינדער שפיל:
"עס וועט אי''ה זיין קומענדיגע יאר. די קומענדיגע מיטגעלעבט איז אויפן חורבן ביהמ''ק"

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

מיטגעלעבט - חורבן בית המקדש

תגובהדורך פארשער » מאנטאג יולי 03, 2017 4:31 pm

חדש
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (133.23 KiB) געזעהן 2251 מאל

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג יולי 03, 2017 8:18 pm

שוין דא אין די געשעפטן ווי אויך אויף
www.judaicabuzz.com

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 2:02 pm

עס איז בעיקר אויף די לעבן בזמן ביהמ"ק און נאר צום סוף די חורבן.

די וויכטיגסטער חלק איז פארשטייט זיך די דיסקלעימער וואס הוצאת קינדער שפיל האט אריין געלייגט.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 2:30 pm

זאגט מיר איינער, אז די חכמים און די בריונים זענען אראפגעשפילט אין דעם בוך ווי צוויי קהלות, (למשל, סאטמאר, באבוב, וויזניץ, סלאנים) וואס האבן קאנפליקטן צווישן זיך און זענען גרייט אונטער צו צינדן אלע אוצרות כדי 'יענעם אפצוטוהן'.

אויב איז עס אמת איז עס א מורא'דיגע פארדרייאונג פון דברי חז"ל.

אויך זאגט מיר יענער, אז די עבירה פון שנאת חנם ווערט אפגעשפילט אויף אן אופן פון צעטלעך אין די ירושלימ'ער גאסן, וואס מען איז מוחה אויף זאכן, וואס לויט דעם בוך זעהט זיך אויס, אז די מצוה פון תוכחה איז א פארגאנגענהייט און מען דארף עס אויסמעקן פון די תורה, און כאלו אלע מערכות וואס ווערן געפירט אין ארץ ישראל להצלת היהדות שטאמען פון שנאת חנם.

אויב איז עס אמת, האט אן ערליכער איד נישט עס אריינצונעמען אינדערהיים, און אודאי נישט איינער וואס האלט זיך צו אידישן וועג מקובל מאבותינו ורבותינו שנמסר לנו ע"י גדולי ישראל ובכללם רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יולי 07, 2017 2:47 pm

א מאדנע מהלך, קומען דא באשולדיגן א ביכל מיט פארשידנס, 'בשם א חבר', אנשטאט פשוט גייט נאכקוקן צו ס'איז טאקע אזוי און דערנאך שרייבן וואס מען זעט...

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 2:50 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:א מאדנע מהלך, קומען דא באשולדיגן א ביכל מיט פארשידנס, 'בשם א חבר', אנשטאט פשוט גייט נאכקוקן צו ס'איז טאקע אזוי און דערנאך שרייבן וואס מען זעט...

וואס זאל מען טון אז די חבר ווייסטט וואס ער רעדט

ווייל איך האב עס געליינט, און ביידע נקודות זענען ריכטיג

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 2:58 pm

'בשם א חבר' האב איך נאך זאכן וואס איז א פראבלעם דערמיט, אבער געוויסע הייקעלע ענינים איז דא א גרויסער המון וואס פארשטייט נישט, האב איך געשריבן נאר די צוויי, וואס 'דאכט זיך' דער עולם פארשטייט יא.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יולי 07, 2017 3:00 pm

די ביכל האט אן הסכמה?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 3:05 pm

די ביכל און אזוי די אלע אנדרע פון די סעריע ווערט געשריבן אין ארץ ישראל אויף עברית און ווערט איבערגעטייטש אויף אידיש דורך קינדער שפיל און ענגליש דורך IBS.

אין די באנד האב איך נישט געזען קיין שום הסכמה אבער קען זיין אז ער האט אויף זיינע אנדרע ביכער, די שרייבער איז גראדע אן ערנסטער און א ת"ח.

צום סוף ברענגט ער מ"מ פון חז"ל אויף די מעשיות וואס ער ברענגט.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:07 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די ביכל האט אן הסכמה?

און אויב יא, בין איך אפגעפרעגט, אדער איז יענער רב אפגעפרעגט, אדער נישט אפגעפרעגט, נאר האט נישט אריינגעקוקט דעם אינהאלט, נאר געטראסט די בארד אדער שטריימל פונעם ארויסגעבער.

אגב א חבר מיינער (נאכאמאל א חבר), האט אנגעקאלט א רב, וואס מען האט גענוצט זיין הסכמה אויף איין בוך פון א קאמפעני פאר א צווייטע בוך, ווייל אין די הסכמה שטייט אז סיפורי צדיקים איז זייער גוט, און די בוך האט נישט קיין סיפורי צדיקים נאר סיפורי רשעים וכדומה, פרעגן אויב ער געבט א הסכמה אויף יענע בוך, זאגט ער ניין, פרעגט ער אים, אויב ער איז גרייט ארויסצוגעבן א צעטל אז אויף יענע בוך געבט ער נישט קיין הסכמה, זאגט ער ניין, נאר דו (מיין חבר) קענסט זאגן פאר א יעדן איינעם אז איך האב דיר געזאגט אז אויף דעם געב איך נישט קיין הסכמה.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:08 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:די ביכל און אזוי די אלע אנדרע פון די סעריע ווערט געשריבן אין ארץ ישראל אויף עברית און ווערט איבערגעטייטש אויף אידיש דורך קינדער שפיל און ענגליש דורך IBS.

אין די באנד האב איך נישט געזען קיין שום הסכנה אבער קען זיין אז ער האט אויף זיינע אנדרע ביכער, די שרייבער איז גראדע אן ערנסטער און א ת"ח.

צום סוף ברענגט ער מ"מ פון חז"ל אויף די מעשיות וואס ער ברענגט.

אודאי האט ער מראי מקומות, די מעשה פון די בריונים שטייט דאך קלאר אין גמרא, און אז דער חורבן קומט צוליב שנאת חנם שטייט אויך אין גמרא, די שאלה איז נאר וועלכע פארלוימדונגען ער לייגט אריין אין די מראי מקומות.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג יולי 07, 2017 3:09 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:זאגט מיר איינער, אז די חכמים און די בריונים זענען אראפגעשפילט אין דעם בוך ווי צוויי קהלות, (למשל, סאטמאר, באבוב, וויזניץ, סלאנים) וואס האבן קאנפליקטן צווישן זיך און זענען גרייט אונטער צו צינדן אלע אוצרות כדי 'יענעם אפצוטוהן'.

אויב איז עס אמת איז עס א מורא'דיגע פארדרייאונג פון דברי חז"ל.

לכאורה א אלטע שאלה, ווי שטארק מען מעג אראפברענגען די מעשיות פון חז"ל, אדער פון די תורה הקדושה, פאר קינדער און ערוואקסענע כ"א לפי ערכו.
די מוסר וועלט פלעגט אראפ ברענגען אויף א לעוועל, אז מען רעדט פון איך מיט די.

וויל זיין גוט האט געשריבן:זאגט מיר איינער, אז די חכמים און די בריונים זענען אראפגעשפילט אין דעם בוך ווי צוויי קהלות, (למשל, סאטמאר, באבוב, וויזניץ, סלאנים)
אויך זאגט מיר יענער, אז די עבירה פון שנאת חנם ווערט אפגעשפילט אויף אן אופן פון צעטלעך אין די ירושלימ'ער גאסן, וואס מען איז מוחה אויף זאכן, וואס לויט דעם בוך זעהט זיך אויס, אז די מצוה פון תוכחה איז א פארגאנגענהייט און מען דארף עס אויסמעקן פון די תורה,

די מצוה פון תוכחה איז נישט אויף שנאת חנם, דער דרך המסורה לנו איז נישט מוחה צו זיין ווען איך האב יענעם נישט ליב.

און אנדערע ווערטער די זעלבע פעולה, קען זיין פון א מצוה פון תוכחה און עס קען זיין א עבירה פון שנאת חנם ופשוט היא לענ"ד.

נ"ב איך האב נאך נישט געזעהן די ביך.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:11 pm

איך בעט דעם עולם אז מען זאל קוקן דעם בוך, זעהן צי 'מיין חבר' איז גערעכט, ווייל אויב יא דארף מען אויפקלערן תמימי לב אז זיי זאלן נישט פארדארבן זייערע קינדער, (אה איך האב אויך שנאת חנם).
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 3:14 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:די ביכל און אזוי די אלע אנדרע פון די סעריע ווערט געשריבן אין ארץ ישראל אויף עברית און ווערט איבערגעטייטש אויף אידיש דורך קינדער שפיל און ענגליש דורך IBS.

אין די באנד האב איך נישט געזען קיין שום הסכנה אבער קען זיין אז ער האט אויף זיינע אנדרע ביכער, די שרייבער איז גראדע אן ערנסטער און א ת"ח.

צום סוף ברענגט ער מ"מ פון חז"ל אויף די מעשיות וואס ער ברענגט.

אודאי האט ער מראי מקומות, די מעשה פון די בריונים שטייט דאך קלאר אין גמרא, און אז דער חורבן קומט צוליב שנאת חנם שטייט אויך אין גמרא, די שאלה איז נאר וועלכע פארלוימדונגען ער לייגט אריין אין די מראי מקומות.

דאס האב איך געשריבן לגבי די שאלה פון למעלה וועגן הסכמות.
גארנישט מיט דעם וואס איר האט גענטפערט = איך האב איהם נישט בארעכטיגט ווייל ער האט מראי מקומות
-----

ס'איז אבער כדאי צו וויסן פאר מען אטאקירט, ממי יצא העוול, פון די ארגינעלער שרייבער אדער פון די אידישע איבערזעצער
און נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין וואלט מען געמעגט זיי פרעגן פארן מוחה זיין ברבים. איך פארשטיי אז מיינט צו באווארענען די עולם וועגן דעם, אבער אפילו אזוי מיין איך אז ס'איז נישט אזא עמערדזענסי אז מ'זאל נישט קענען קיין רוהיג....

בצדק תשפוט את עמיתך

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יולי 07, 2017 3:15 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:די ביכל האט אן הסכמה?

און אויב יא, בין איך אפגעפרעגט, אדער איז יענער רב אפגעפרעגט, אדער נישט אפגעפרעגט, נאר האט נישט אריינגעקוקט דעם אינהאלט, נאר געטראסט די בארד אדער שטריימל פונעם ארויסגעבער.

אגב א חבר מיינער (נאכאמאל א חבר), האט אנגעקאלט א רב, וואס מען האט גענוצט זיין הסכמה אויף איין בוך פון א קאמפעני פאר א צווייטע בוך, ווייל אין די הסכמה שטייט אז סיפורי צדיקים איז זייער גוט, און די בוך האט נישט קיין סיפורי צדיקים נאר סיפורי רשעים וכדומה, פרעגן אויב ער געבט א הסכמה אויף יענע בוך, זאגט ער ניין, פרעגט ער אים, אויב ער איז גרייט ארויסצוגעבן א צעטל אז אויף יענע בוך געבט ער נישט קיין הסכמה, זאגט ער ניין, נאר דו (מיין חבר) קענסט זאגן פאר א יעדן איינעם אז איך האב דיר געזאגט אז אויף דעם געב איך נישט קיין הסכמה.

איר האט זעט אויס בכלל נישט פארשטאנען מיין כוונה, נישט מיטן ערשטן תגובה און נישט מיטן צווייטן. דער ערשטער איז פשוט פארוואס שרייבן פון א חבר ווען קענסט זיך עס אליין איבערצייגן און שרייבן בשמך פארוואס ברענט עס אויפן מינוט [על צד אז ס'איז נישט ריכטיג זאלסטו נישט האבן געשריבן סתם להבל].

די צווייטע איז מיטן כוונה, אז אויב האט עס נישט קיין הסכמה דאן ווער קויפט עס דען? [און אויב יא, טוט צום זאך ווענד זיך צום בעל המסכים].

[איך האב שוין זייער לאנג טענות אויף די קינדער שפיל קאמפאני היתכן דרוקן ביכער אן קיין שום הסכמה???].

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 3:16 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך בעט דעם עולם אז מען זאל קוקן דעם בוך, זעהן צי 'מיין חבר' איז גערעכט, ווייל אויב יא דארף מען אויפקלערן תמימי לב אז זיי זאלן נישט פארדארבן זייערע קינדער, (אה איך האב אויך שנאת חנם).

קיינער וועט נישט ווערן פארדארבן פון זעהן אז עס זענען דא פאשקעווילן וואס זענען ריין שנאת חנם. אין פארדרייען מאמרי חז"ל איז א גרויסע עוולה אבער קיינער וועט עס נישט שאטן פון עס ליינען, כנלענ"ד.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:17 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:די ביכל און אזוי די אלע אנדרע פון די סעריע ווערט געשריבן אין ארץ ישראל אויף עברית און ווערט איבערגעטייטש אויף אידיש דורך קינדער שפיל און ענגליש דורך IBS.

אין די באנד האב איך נישט געזען קיין שום הסכנה אבער קען זיין אז ער האט אויף זיינע אנדרע ביכער, די שרייבער איז גראדע אן ערנסטער און א ת"ח.

צום סוף ברענגט ער מ"מ פון חז"ל אויף די מעשיות וואס ער ברענגט.

אודאי האט ער מראי מקומות, די מעשה פון די בריונים שטייט דאך קלאר אין גמרא, און אז דער חורבן קומט צוליב שנאת חנם שטייט אויך אין גמרא, די שאלה איז נאר וועלכע פארלוימדונגען ער לייגט אריין אין די מראי מקומות.

דאס האב איך געשריבן לגבי די שאלה פון למעלה וועגן הסכמות.
גארנישט מיט דעם וואס איר האט גענטפערט = איך האב איהם נישט בארעכטיגט ווייל ער האט מראי מקומות
-----

ס'איז אבער כדאי צו וויסן פאר מען אטאקירט, ממי יצא העוול, פון די ארגינעלער שרייבער אדער פון די אידישע איבערזעצער
און נאכדעם וואס מ'ווייסט שוין וואלט מען געמעגט זיי פרעגן פארן מוחה זיין ברבים. איך פארשטיי אז מיינט צו באווארענען די עולם וועגן דעם, אבער אפילו אזוי מיין איך אז ס'איז נישט אזא עמערדזענסי אז מ'זאל נישט קענען קיין רוהיג....

בצדק תשפוט את עמיתך

אויף די ביכער פון ביז יעצט האב איך געפרעגט זייער איידל, ווייל דארט האב איך געקענט דן זיין אז ער 'כאפט נישט', אבער דא זעהט מען שוין קלאר זיינע אגענדעס, אפלאכן פון ערליכע אידן, אוועקדרייען אלע מערכות ישראל צו שנאת חנם און פאליטיק, דעמאלט אפילו ער וועט זיך פארענטפערן אהער און אהין, האב איך שוין געזעהן זיין מהות, און דאס וועט ער שטענדיג אריינלייגן אין זיינע ביכער, בגלוי אדער בסתר.

נ.ב. אלס שרייבער ווייס איך זייער גוט ווי אזוי מען לייגט אריין אגענדעס צווישן די שורות, אן וואס יענער זאל כאפן.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 3:21 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:אויף די ביכער פון ביז יעצט האב איך געפרעגט זייער איידל, ווייל דארט האב איך געקענט דן זיין אז ער 'כאפט נישט', אבער דא זעהט מען שוין קלאר זיינע אגענדעס, אפלאכן פון ערליכע אידן, אוועקדרייען אלע מערכות ישראל צו שנאת חנם און פאליטיק, דעמאלט אפילו ער וועט זיך פארענטפערן אהער און אהין, האב איך שוין געזעהן זיין מהות, און דאס וועט ער שטענדיג אריינלייגן אין זיינע ביכער, בגלוי אדער בסתר. די האלסט טאקע אז איינער איז דא מיט אן אגענדע צו אפלאכן פון ערליכע אידן?!

נ.ב. אלס שרייבער ווייס איך זייער גוט ווי אזוי מען לייגט אריין אגענדעס צווישן די שורות, אן וואס יענער זאל כאפן. נו, אויב אזוי זאג מיר ביטע וואס איז דיין אגענדע?

מיר האבן זיך יעצט געלערנט א נייע סארט אגענדע - אז איינער האט אגענדעס צו מאכן אגענדעס וכן הלאה... וחוזר חליליה... ותתהפך

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:23 pm

איך וויל צולייגן נאך א נקודה.

א יעדער ווייסט צו זאגן פון די משכיל'ישע ביכער וואס האבן אפגעפירט אידן פון אידישן וועג, איך גלייב נישט אז אין איינע פון די ביכער איז געשטאנען ריין אפיקורסות, עס איז געווען מיט הומור און געשמאקע שפראך, די גיפט און ליצנות זענען געווען באגראבן, צו מאל האבן זיי אפילו געהאט הסכמות.

אין מיינע אויגן זענען פיל פון די ביכער אן איבערשפיל פון ספרי השכלה למחצה לשליש ולרביע, יא איך בין אנגעשטעקט מיט שנאת חנם, און איך בין אפשר אויך א סיקריק.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יולי 07, 2017 3:24 pm

איר ווייסט אז די השכלה ביכער האבן געהאט הסכמות, אדער איר שטעלט זיך פאר?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:25 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:אויף די ביכער פון ביז יעצט האב איך געפרעגט זייער איידל, ווייל דארט האב איך געקענט דן זיין אז ער 'כאפט נישט', אבער דא זעהט מען שוין קלאר זיינע אגענדעס, אפלאכן פון ערליכע אידן, אוועקדרייען אלע מערכות ישראל צו שנאת חנם און פאליטיק, דעמאלט אפילו ער וועט זיך פארענטפערן אהער און אהין, האב איך שוין געזעהן זיין מהות, און דאס וועט ער שטענדיג אריינלייגן אין זיינע ביכער, בגלוי אדער בסתר. די האלסט טאקע אז איינער איז דא מיט אן אגענדע צו אפלאכן פון ערליכע אידן?!

נ.ב. אלס שרייבער ווייס איך זייער גוט ווי אזוי מען לייגט אריין אגענדעס צווישן די שורות, אן וואס יענער זאל כאפן. נו, אויב אזוי זאג מיר ביטע וואס איז דיין אגענדע?

מיר האבן זיך יעצט געלערנט א נייע סארט אגענדע - אז איינער האט אגענדעס צו מאכן אגענדעס וכן הלאה... וחוזר חליליה... ותתהפך

מיין אגענדע איז לכאורה שנאת חנם מיט סיקריקיזם.
אגענדע האב איך געמיינט צו זאגן, אז דו זעהסט אז ער האט א ציל צו איבערגעבן עפעס א מעסעדזש, און דאס וועט ער נעקסטע מאל טוהן אביסל מער בצינעא, כדי שלא לעורר את חמת היראים.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » פרייטאג יולי 07, 2017 3:26 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איר ווייסט אז די השכלה ביכער האבן געהאט הסכמות, אדער איר שטעלט זיך פאר?

עס איז נישט לכבודם פון אסאך רבנים און גדולי ישראל, וואס האבן מתחלה נישט געכאפט פון וואס עס רעדט זיך, און האבן געשריבן הסכמות, טייל האבן שפעטער צוריקגעצויגן בריש גלי, ואין כאן המקום להאריך
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג יולי 07, 2017 3:29 pm

זיין אגענדע איז כשמו כן הוא "מיטגעלעבט לויט די היינטיגע וועלט" אריין צו לייגן אין יונגע [אויך עלטרע] קעפעלעך וואס האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט לויט זייער מושגים והשגות.

אז איר האט עס נישט ליב, מוזט איר עס נישט ליינען
איר זענט גערעכט אז די משכיל'שע ביכער זענען גיווען מיט הומור & סארקאזים, אבער דאס איז ב"ה זייער ווייט פון דעם.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גבר ישראל און 5 געסט