אידישע ביכער סעריע: "מיטגעלעבט"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

אידישע ביכער סעריע: "מיטגעלעבט"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אלץ איינער וואס איז שטארק ספעציפיש ווען עס קומט צו ליין מאטריאל אין א וועלט וואס די חומר אויפן פאפיר זענען ביליגער ווי די פאפיר זעלבסט, איז נישט מער ווי יושר אז ווען איך האב שוין יא הנאה פון עפעס זאל איך מיך לאזן הערן.

דעם סוכות האב איך געקויפט פאר מיינע קינדער דעם ביכל ״סוכות אין בית המקדש מיטגעלעבט לויט די היינטיגע וועלט״, א ביכל וואס אויבנאויף האט עס מיר אויסגעקוקט ווי נאך א קאמיקס ביכל פון חוה׳לע און באדעלע, אבער ווען איך האב עס באטראכט פונדערנאנט בין איך ממש ארויס פון התפעלות, און איך האב עס געקויפט.

די ביכל איז ממש מלא תוכן וחידושים, פאר וועם עס אינטערסירט אביסל וויאזוי עס האט אויסגעזעהן אין די לעכטיגע הייליגע צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען על מכונו. עס איז טאקע אראפגעלייגט קינדעריש לויט היינטיגע מושגים, אבער איך אליינס בין געוואויר געווארן גאר אסאך חידושים. און מען הערט עס נישט אויף צו ליינען פון גרויס ביז קליין.

דער מחבר (מ. ספרא?) וואס שיינט צו זיין נישט קיין קליינע תלמוד חכם צולאזט זיך אפאר מאל אינעם ביכל, איבערהויפט צום סוף וואס ער לייגט אראפ גאר שטארק נאסטאלגיש די באדייט פון פארשידענע בילדער אינעם ביכל, ״איי! ווען וועלן מיר שוין זוכה זיין דערצו?״ פרעגט ער אפאר מאל... און נאכדעם האט ער א שיינע פאר בלעטער ״אין לשון הקודש״ ווי ער איז זיך מפלפל און ברענגט אראפ גאר שטארק מקורות בדברי חז״ל צו די אלע סצענעס. א חידוש אין א קאמיקס ביכל!

ווען איך וואלט עס נישט געזען וואלט איך עס נישט געגלייבט, א היינטיגע קינדער ביכל, מיט׳ן היינטיגן סטיל, אבער ממש אנגעשטאפט מיט תוכן!

איך האב געזוכט אן אימעיל אדרעסע אינעם ביכל אים צו שרייבן א קאמפלימענט, אבער נישט געטראפן, און איך האב זיך געכאפט פארוואס זאל איך עס נישט דא שרייבן ברבים? זאל עס דער ארויסגעבער ״קינדער שפיל״ דערהערן, און אלע מוציאי לאור, ביטע געבט ארויס נאך ״אזאלכע״ ביכלעך! כמים קרה על נפש עיפה!
סוכות-מיטגעלעבט.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

די דעקל האב איך געטראפן אויף גרינפעלד׳ס וועבסייט
http://www.greenfieldjudaica.com/itemim ... ukkos.jpeg

דאס איבעריגע האב איך נישט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האציך שוין אלעס געלוינט, אבי מען זעהט דיך דא אויפ'ן וועלטל...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

די פסח'דיגע איז גיווען אסאך בעסער
ס'איז שוין גיווען אוט אוף פרינט סיי די ענגלישע און סיי די אידישע נאך פאר פסח
אגב במקורו איז -אזוי רוב קאמיקס- געשריבן אין עברית
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

האב מיר געקויפט די פסח'דיגע אויף ראש השנה פאר די קינדער צו האבן וואס צו ליינען במשך די טעג.
(פארוואס די פסח'דיגע און נישט די סוכות'דיגע?! - הממ... ווייל די פסח'דיגע האט מען בילדער פאר די זעלבע פרייז... :wink: )

די ביכל איז פיינע נייעס!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קינדער שפיל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 9:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדער שפיל »

א גרויסן יישר כח פאר די ווארעמע ווערטער.

עס איז א נחת צו זען אז עס זענען נאך פארבליבן געציילטע פארשוינען וואס גלייכן עפעס מיט תוכן אויך...

דער מחבר איז א גרויסער תלמוד חכם, ער איז דער מחבר פון די ספרים על הפרשה, על הניסים, על הגבורות, על התשועות, וכו' עס איז דא פון אים אסאך קאמיקס ביכלעך, יעדע האט זיך זיין אייגנארטיגן תוכן, מיר הייבן יעצט אן ארויסצוגעבן אסאך פון זיינע ביכלעך.

מיר וועלן אים אריבערפירן די ווערטער און קאמפלימענטן וואס זענען דא געשריבן געווארן, עס וועט אים זיכער ברענגען א פארגעניגן.

דרך אגב, עס איז אלעמאל גוט צו הערן פידבעק אויף די ביכער וואס קומען ארויס, דעם סעזאן זענען ארויסגעקומען דורך קינדער שפיל 10! ביכער אין אידיש, עס איז אלעמאל גוט צו וויסן וואס דער עולם האט ליב כדי צו וויסן אין וועלכן ריכטונג ממשיך צו זיין.

ברכה והצלחה
קינדער שפיל
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיר קויפן און לערנען מיט דורשט די "על ..." סעריע ספרים פון הרב מאיר למברסקי שליט"א, האמיר נישט געוואוסט אז ער מאכט אויך קאמיק'ס.

יישר כח פארן מודיע זיין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

גרויזאמער האט געשריבן:די דעקל האב איך געטראפן אויף גרינפעלד׳ס וועבסייט
http://www.greenfieldjudaica.com/itemim ... ukkos.jpeg

דאס איבעריגע האב איך נישט.

אויך פון דארט
בילד
לעצט פארראכטן דורך יענקל פאטאש אום דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 10:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יישר כח קינדער שפיל.

וועלכע ספר פון די ״על״ סעריע רעדט זיך פון די בית המקדש שמחת בית השואבה וכו׳?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

כ'ווייס נישט
אבער כ'מיין
כ'זאל זאגן?
איז עס נישט אביסל פראסט די איידיע?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

וועלכע איידיע? צו מאכן א הויז געבויעט פון גשמיות׳דיגע ציגל פאר דער וואס האט באשאפן אלע וועלטן? צו ברענגען פארשטיקענע בהמות פאר דעם וואס איז לא ישיגיהו משיגי הגוף?

יא, עס קען ווען אויסקוקן אזוי, אבער דער תכלית בריאת העולם איז דאס געווען, נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים. דוקא מיט די אלע פראסטע זאכן. ווי די תניא איז עס מבאר דא
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%AA%D ... 7%9C%D7%95

עס האט מיך אויך געבאדערט אז מען מאכט כאילו דער באשעפער איז היימלאז און ער זוכט וואו צו וואוינען, און ער דארף אביסל פלייש צו עסן פון קיעלעך און שעפעלעך. פארפאלן אונזער שכל איז נישט אלעס משיג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זוגתי שתחי' האט עס געקויפט פאר די אייניקלעך
האב איך דורכגעבלעטערט און געכאפט התפעלות פון דעם כח הדמיון
אייין פון די זאכען וואס האט מיר געקאסט א שמייכעל
"דער ראדיאלאג/ בודק איז א רב ?"
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

קוקענדיג אין דעם בוך האט מיר אביסל גע'ארט אז מיינע קינדער וועלן נישט האבן דעם בליק אויף דעם בית המקדש מיט די כהנים ביי די עבודה אזוי ווי איך פלעג עס בטאראכטן.
איין וווארט "פיייער".
עס איז א גרויסע מעלה ווען מ'ברענגט ארויס די זאכן אל הפועל ,אבער ס'איז עס מגשם.

ניין. איך האב נישט געחלומ'ט אז די יודן זענען געיזצן און געווארט פאר א בהמה אויף בענקלך ווי א דאקטערס אפיס, ענדערש וואלט איך געדמיונט ס'זאל אויס זעהן ווי חסידים שטייען אויף די רייע ארייצוגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א תהלמי'ל און א ערענסט געזיכט.
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

גרויזאמער האט געשריבן:וועלכע איידיע? צו מאכן א הויז געבויעט פון גשמיות׳דיגע ציגל פאר דער וואס האט באשאפן אלע וועלטן? צו ברענגען פארשטיקענע בהמות פאר דעם וואס איז לא ישיגיהו משיגי הגוף?

יא, עס קען ווען אויסקוקן אזוי, אבער דער תכלית בריאת העולם איז דאס געווען, נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים. דוקא מיט די אלע פראסטע זאכן. ווי די תניא איז עס מבאר דא
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%AA%D ... 7%9C%D7%95

עס האט מיך אויך געבאדערט אז מען מאכט כאילו דער באשעפער איז היימלאז און ער זוכט וואו צו וואוינען, און ער דארף אביסל פלייש צו עסן פון קיעלעך און שעפעלעך. פארפאלן אונזער שכל איז נישט אלעס משיג.

איך זוך שוין לאנג אזא גוטע אויסדרוק, זייער גוט געזאגט דברי פי חכם חן!
אזוי ווי אין מדרש רבה שטייט:
“ר' יודה בר סימון בשם ר' יוחנן, שלושה דברים שמע משה מפי הגבורה ונבהל ונרתע לאחוריו. בשעה שאמר לו ‘ועשו לי מקדש’ אמר משה לפני הקב"ה, ריבונו של עולם, ‘הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך’ (מלכים א, ח, כז) ואתה אמרת ועשו לי מקדש? אמר לו הקב"ה, משה, לא כשאתה סבור, אלא עשרים קרשים בצפון ועשרים בדרום וח' במערב ואני יורד ואצמצם שכינתי ביניהם למטה, דכתיב ‘ונועדתי לך שם’
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גרויזאמער האט געשריבן:וועלכע איידיע? צו מאכן א הויז געבויעט פון גשמיות׳דיגע ציגל פאר דער וואס האט באשאפן אלע וועלטן? צו ברענגען פארשטיקענע בהמות פאר דעם וואס איז לא ישיגיהו משיגי הגוף?

יא, עס קען ווען אויסקוקן אזוי, אבער דער תכלית בריאת העולם איז דאס געווען, נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים. דוקא מיט די אלע פראסטע זאכן. ווי די תניא איז עס מבאר דא
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%AA%D ... 7%9C%D7%95

עס האט מיך אויך געבאדערט אז מען מאכט כאילו דער באשעפער איז היימלאז און ער זוכט וואו צו וואוינען, און ער דארף אביסל פלייש צו עסן פון קיעלעך און שעפעלעך. פארפאלן אונזער שכל איז נישט אלעס משיג.


דאס איז דער דרך פון "בן מלך" לרי"ל מינצבערג פון מתמידים. אויך ביי די ליטווישע איז דא אזא מהלך. אברהם אבינו און דוד המלך זענען געווען מענטשן ווי אונז נאר זייער ערליך. ביי חסידישע אידן האט מען געלעבט מיט עטוואס א העכערע הסתכלות. מ'קען פארשטיין וואס מענטשן באדערט.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

להודיע האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:וועלכע איידיע? צו מאכן א הויז געבויעט פון גשמיות׳דיגע ציגל פאר דער וואס האט באשאפן אלע וועלטן? צו ברענגען פארשטיקענע בהמות פאר דעם וואס איז לא ישיגיהו משיגי הגוף?

יא, עס קען ווען אויסקוקן אזוי, אבער דער תכלית בריאת העולם איז דאס געווען, נתאווה הקב״ה להיות לו דירה בתחתונים. דוקא מיט די אלע פראסטע זאכן. ווי די תניא איז עס מבאר דא
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%AA%D ... 7%9C%D7%95

עס האט מיך אויך געבאדערט אז מען מאכט כאילו דער באשעפער איז היימלאז און ער זוכט וואו צו וואוינען, און ער דארף אביסל פלייש צו עסן פון קיעלעך און שעפעלעך. פארפאלן אונזער שכל איז נישט אלעס משיג.


דאס איז דער דרך פון "בן מלך" לרי"ל מינצבערג פון מתמידים. אויך ביי די ליטווישע איז דא אזא מהלך. אברהם אבינו און דוד המלך זענען געווען מענטשן ווי אונז נאר זייער ערליך. ביי חסידישע אידן האט מען געלעבט מיט עטוואס א העכערע הסתכלות. מ'קען פארשטיין וואס מענטשן באדערט.

געהערט אמאל ווארט פון ר' נחמן אז אברהם אביננו איז געווען א מענטש פונקט ווי אונז נאר ער האט בא'הארצ'ט זיין הארץ צום אויבערטשן!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

קיינמאל געהערט פון עפעס א מחלוקת דערין. מיינע רבי׳ס אין חדר פלעגט אייביג ווייזן דעם שטיקל רמב״ם, לערן עס אפ כפשוטו אן קיין דריידלעך:

אל יעבור במחשבתך דבר זה שאומרים טפשי אומות העולם ורוב גולמי בני ישראל (אייעם סארי, ס׳נישט מיין לשון, ס׳איז דעם רמב״ם׳ס), שהקב"ה גוזר על האדם מתחלת ברייתו להיות צדיק או רשע - אין הדבר כן. אלא כל אדם ראוי לו להיות צדיק כמשה רבינו או רשע כירבעם.

די מענטשן יענע צייטן האבן נישט געהאט קיין רמ״ח איברים ושס״ה גידים? אויפן חפץ חיים האסטו אויך אזוי געקלערט אז ער איז געווען א מלאך ביז האסט געזעהן א ווידיאו און זיך איבערצייגט אז ער איז געווען א מענטש?

די וועלט איז באשאפן געווארן בדיוק 5777 יאר צוריק, (ראש השנה איז געווען די יארצייט), אלץ א גשמיות׳דיגע וועלט. דער זעלבער באשעפער וואס האט באשאפן די נחש און די עץ הדעת אילוני ממרא מיט מעלה עקרבים, האט באשאפן וויליאמסבורג און פעיסבוק. און אין די זעלבע סעקונדע!

און אלעס וואס שטייט אין די תורה און חז״ל האט באמת פאסירט אין די גשמיות׳דיגע וועלט. אריינגערעכנט די מעמד הר סיני מיט אלע ניסים וואס די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן. ס׳פשוט נישט געווען קיין ווידיאו דעמאלטץ עס אפצוכאפן. קריעת יום סוף האט מען געזען אין די גאנצע וועלט! נישט נאר הייליגע אידן נאר אויך די טמאנ׳סטע גוי, אילי מואב יאחזמו רעד נמוגו כל יושבי כנען. אבער א ווידיאו וואלט עס נישט געקענט אפכאפן?

אוודאי זענען געווען מושגים וואס נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן, זעהן די שכינה וכו׳ צו די 7 הימלען ביים מעמד הר סיני, צו די קול פון באשפער, וואלט לכאורה א ווידיאו נישט ראוי געווען אפצוכאפן. אבער די קוען פאר די קרבנות זענען געווען די זעלבע וואס זענען דא ביים פראספעקט פארק, די מענטשן זענען געווען לעבעדיגע מענטשן, מיט א ברייטן שמייכל אויפן פנים וואס זענען געטאנצן פאר שמחה פאר די געוואלדיגע זכיה וואס זיי האבן. נישט קיין מלאכים בכלל! מענטשן פון פלייש און ביינער! איז פארהאן עפעס א ספק דערין?

דערמאנט מיך פונעם דיבוק אפאר יאר צוריק, מענטשן האבן נישט געוואוסט וואס צו קלערן. מענטשן וואס גלייבן נישט אז די אלע זאכן האבן פאסירט אויף אונזער גשמיות׳דיגע וועלט האבן א פראבלעם ווען מען באגעגנט זיך מיט׳ן מציאות (איך זאג נישט אז ס׳געווען דעמאלטץ אמת, אבער די נקודה איז ריכטיג).

און מענטשן נוצן עס גאר אלץ א גוטע אויסרייד אז דער דור פאלט, נעבעך. ווי כאילו אונזער דור האט עפעס דער רבוש״ע אריינגעשטופט אלץ א דיעל פון ״קויף 4000 יאר און באקום די 5000׳טע בחינם״… עפעס א בדיעבד פון א דור אן קיין צדיקים. ווי כאילו מען רעדט נישט פון די זעלבע באשעפער וואס האט אראפגעשיקט אברהם אבינו, האט אויף זעלבע בלו פרינט געשריבן פונקטליך לכתחילה שבלכתחילה וויאזוי אונזער דור זאל אויסזעהן, און מיר האבן דעם זעלבן התחייבות ווי די אידן אין צייטן פון ביהמ״ק, מיר זענען די זעלבע בשר ודם׳ס ווי זיי. קיין וועג ארויס!

דער בית המקדש איז געשטאנען אויף פוסטע ערד, די זעלבע סארט וואס איז דא אין קרית יואל׳ע בית החיים כמבואר בחז״ל לעשות דירה בתחתונים, די כותל המערבי לעבט נאך אלץ שיריים דערפון. לעבעדיגע פלייש און ביינער, יסודם מעפר וסופם לעפר, האבן זיך געדרייט דארט!

נאר די מאפע פונעם בית המקדש אין משניות יכין ובועז איז געווען עכט מאטריאליסטיש? די מענטשן נישט? די קרבנות נישט? די שמחת בית השואבה נישט?

אזוי האב איך פון אייביג אן פארשטאנען ביי אונז חסידיש׳ע אידן. קיינמאל געהערט פון קיין מחלוקת דערין. אדרבה ביטע ברענג מיר מקורות.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

;l;p-
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בוך ריוויוס איז א שטיקעל הלכה'דיגע פראבלעם ווייל שרייבען נעגאטיוו איז אן ערנסטע שאלה פון לשה"ר (און אפשר ניטאמאל קיין שאלה).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גרויזאמער, האסט א פוינט, אבער דער 'שטארלער איד' האט גוט ארויס געברענגט וואס באדערט אים, און פאר נאך אסאך, וואס אויף דעם האסטו גארנישט געענטפערט

קיינער מיינט נישט אז די כהנים ביי די עבודה זענען געווען מלאכים, אבער זיי זענען נישט געווען קיין פראסטע בשר ודמ'ס, נאר זענען געווען אויסגעלאטערטע בשר ודמ'ס, וואס האבן זיך אוועק געגעבן אינגאנצן פארן באשעפער

און יא, ווען א איד איז געקומען קויפן א קרבן (עולה/חטאת/שלמים אד"ג) איז ער נישט געזעצן ווי אין א דאקטאר'ס אפיס, נאר ענדערש ווי ער ווארט אריין צו גיין צו א חשוב'ע דערהויבענע פערזענליכקייט (א חסיד צום רבי'ן א.ד.ג).

חוץ פון וואס ס'שטייט שוין אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפ קומען בנוי ומשוכלל מלמעלה, אבער אפי' אויב ס'וועט יא זיין כפשוטו, ווי די ערשטע צוויי בתי מקדש'ס, ס'וועט זיין פון גשמיות, אבער דאך נישט מגושם...
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שמו האט געשריבן:.....חוץ פון וואס ס'שטייט שוין אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפ קומען בנוי ומשוכלל מלמעלה, אבער אפי' אויב ס'וועט יא זיין כפשוטו, ווי די ערשטע צוויי בתי מקדש'ס, ס'וועט זיין פון גשמיות, אבער דאך נישט מגושם...


דאס ביכעל איז נישט קיין נביאות ווי עס וועט אויסזעהן די עלי' לרגל אין בית שלישי
נור א פאנטאזיע ווי עס וואלט אויסגעזעהן בימי בית שני ווען זיי וואלטען געהאט דעם היינטיגען טעכנאלאגיע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

קיקיון האט געשריבן:אייין פון די זאכען וואס האט מיר געקאסט א שמייכעל
"דער ראדיאלאג/ בודק איז א רב ?"


שטימט נישט מיט די הלכה, ווייל מומין שבסתר פסל'ן נישט דעם קרבן.

ס'געווען מומחים אין מומין אזוי די גמרא זאגט אין בכורות און זיי האבן בודק געווען פונדרויסן אלע מומים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גרויזאמער האט געשריבן:און מענטשן נוצן עס גאר אלץ א גוטע אויסרייד אז דער דור פאלט, נעבעך. ווי כאילו אונזער דור האט עפעס דער רבוש״ע אריינגעשטופט אלץ א דיעל פון ״קויף 4000 יאר און באקום די 5000׳טע בחינם״… עפעס א בדיעבד פון א דור אן קיין צדיקים.


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שטאלצער יוד האט געשריבן:קוקענדיג אין דעם בוך האט מיר אביסל גע'ארט אז מיינע קינדער וועלן נישט האבן דעם בליק אויף דעם בית המקדש מיט די כהנים ביי די עבודה אזוי ווי איך פלעג עס בטאראכטן.
איין וווארט "פיייער".
עס איז א גרויסע מעלה ווען מ'ברענגט ארויס די זאכן אל הפועל ,אבער ס'איז עס מגשם.

ניין. איך האב נישט געחלומ'ט אז די יודן זענען געיזצן און געווארט פאר א בהמה אויף בענקלך ווי א דאקטערס אפיס, ענדערש וואלט איך געדמיונט ס'זאל אויס זעהן ווי חסידים שטייען אויף די רייע ארייצוגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א תהלמי'ל און א ערענסט געזיכט.


מסתמא נישט אלע - פונקט ווי נישט יעדער חסיד שטייט מיט א תהלים אוו אן ערנסטע געזיכט איידער ער גייט אריין צום רבי'ן.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נא_שכל האט געשריבן: שטימט נישט מיט די הלכה, ווייל מומין שבסתר פסל'ן נישט דעם קרבן.

ס'געווען מומחים אין מומין אזוי די גמרא זאגט אין בכורות און זיי האבן בודק געווען פונדרויסן אלע מומים.


אבער אויב עס איז נמצא טריפה בלייבט ער אן פלייש אויף יום טוב
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”