חדש: "מהר"י בר ח"י" מנהגי הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

חדש: "מהר"י בר ח"י" מנהגי הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

מהר"י ב"ר ח"י חלק ראשון

מנהגי בעל דברי יואל מסאטמאר חלק ראשון
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ספר מהר"י בר ח"י
מנהגי קודש של הגה"ק מסאטמאר
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:ספר מהר"י בר ח"י
מנהגי קודש של הגה"ק מסאטמאר

אנטשולדיגט נישט באמערק אז ס'איז שוין געשריבען
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

נחום וואהלינער האט געשריבן:ספר מהר"י בר ח"י
מנהגי קודש של הגה"ק מסאטמאר

כוויל ארייקומען שרייבן דערוועגן זעה איך סשטייט שוין.
אלנפאלס די ספר אנטשפרעכט צו מאכן א רעוועלאציע במנהגי רבינו. אז איר וועט בקרוב זעהן אינגעלייט אפען לאזן די טיר ביי די הכנות זאלט איר וויסן פון וואו דאס קומט..וכדומה.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

August 29, 2016B.jpg
לעצט פארראכטן דורך אוהב ספרים אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס פאר א נאמען איז דאס?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס פאר א נאמען איז דאס?

ס'וואלט געווען מער א פאסיגערע נאמען 'זנבי יואל'.....
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווען דער רבי וואלט געווען אין די צייטן פון די ראשונים וואלט ער דאך געווען א ראשון, נישט אזוי?

נו,

מהר"י בי רב
מהר"י בן לב
מהר"י בן חביב
איצטער וועט זיין מהר"י בר ח"י. (נישט אויסמישן מיט חבורת מהרח"ו).
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אה. יעצט ג'כאפט - זיי ווילן אריילייגן אן אנדענק פאר ר' ח'יים י'חזקאל לויפער ז"ל.
נישט ריכטיג, אבער פארשטאנדיג.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דעם נאמען האט ער נאך געגעבן בחייו איינס ווייל ס'איז ר"ת פון יואל בן חנניה יו"ט, און צוויי ווייל זיין נאמען איז מרומז דערין,

וואס איז נישט ריכטיג דערמיט?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אלעס פיין און וואיל, עס איז א מאדנער נאמען בלשון המעטה, עס איז נאר צו האפען אז עס איז נישט דארט קיין מאדנע קטעים.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אוהב ספרים האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל, עס איז א מאדנער נאמען בלשון המעטה, עס איז נאר צו האפען אז עס איז נישט דארט קיין מאדנע קטעים.

אוי אוי... כשמו כן הוא......
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל, עס איז א מאדנער נאמען בלשון המעטה, עס איז נאר צו האפען אז עס איז נישט דארט קיין מאדנע קטעים.

אוי אוי... כשמו כן הוא......

די ווארט מאדנע איז נישט קיין ריכטיגע אויסדרוק וואס דארט טוט זיך, אויב קוקט עס נאך אויס אזוי ווי ווען איך האב עס געזען ארגינעל

און פארגעס נישט, ער קומט ארויס אין א דור אשר לא ידע את יוסף, אז אויב אינעם אלטן דור האט זיך נאך געקענט טרעפן אידן וואס זאלן זיך באלעקן דערמיט, דער היינטיגער דור וועט פראסט און פשוט חוזק מאכן דערפון, איך ציטער די תוצאות דערפון (ערגערע תוצאות ווי אפענע ביה"כ טירן)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיר ליגט אין קאפ אז מיר האבן שוין גראדע אמאל דאהי געהאט א פריוויו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל, עס איז א מאדנער נאמען בלשון המעטה, עס איז נאר צו האפען אז עס איז נישט דארט קיין מאדנע קטעים.

אוי אוי... כשמו כן הוא......

די ווארט מאדנע איז נישט קיין ריכטיגע אויסדרוק וואס דארט טוט זיך, אויב קוקט עס נאך אויס אזוי ווי ווען איך האב עס געזען ארגינעל

און פארגעס נישט, ער קומט ארויס אין א דור אשר לא ידע את יוסף, אז אויב אינעם אלטן דור האט זיך נאך געקענט טרעפן אידן וואס זאלן זיך באלעקן דערמיט, דער היינטיגער דור וועט פראסט און פשוט חוזק מאכן דערפון, איך ציטער די תוצאות דערפון (ערגערע תוצאות ווי אפענע ביה"כ טירן)

ישרים דרכי ה' צדיקים ילכו בם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין פראגע, דער רבי איז געוועזן ניחא ווען מ'האט אים נאכגעקוקט זיינע הנהגות און ענינים אדער ניין?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

farshlufen האט געשריבן:אין פראגע, דער רבי איז געוועזן ניחא ווען מ'האט אים נאכגעקוקט זיינע הנהגות און ענינים אדער ניין?

ווענד זיך בפשטות וואס, און דער זעלבער פראגע קען מען פרעגן אויף אלע צדיקים, ועם כל זאת וכו'
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אולי טרעט איך דא אריין אין א בלאטיגע קאשע, און הייב איך אן א פאלעמיק, בפרט אז איך בין דאך שוין נודע בשערי האייוועלט אלס א מוחה בכל דבר.....
אבער, מיך פערזענליך נערווירט אזוינע ספרים, גיב למשל א קוק דעם ספר 'דרכי חיים ושלום' מנהגי הה"ק המנח"א זי"ע, געשריבן דורך א תלמיד חכם מופלג הרה"ג ר' מיכל הלוי גאלד זצ"ל וועלכער איז אליינס געווען א חובר חיבורים מחוכמים, און מען דערקענט עס טאקע, בכלל נישט קיין שוואנצנות,, גוט געשריבן, יעדער מנהג הנהגה, וואס איז טובא איכא למשמע מיניה, בבחינת מעשה רב, ראה מעשה ונזכר הלכה, ממש א מחיה צו קוקן דערין,
אבער דער ספר בפרט און די מנהגי דברי יואל בכלל, איז סאמטינג מאטש דיפערענט..., א לאנגס און א ברייטס אויף יעדע שטות, דער רבי האט געגעסן דאס און יענץ, דער רבי האט אנגעטון צו שחרית א גארטל, וואס איז געווען עבודת יד און אויך שחור...., א גאנצע אריכת וויאזוי דעם רבי'נס הויזן האט אויסגעקוקט, און וואס פארא קאליר ס'יז געווען...... נאריש.....
דער רבי האט דען א קפידא געהאט וואס ער האט געגעסן????, ער האט געהאט א קפידא 'נישט' צו עסן כידוע, דאס עסן האט ביי אים נישט פארנומען קיין גרויסע זאכן [אויב עס האט בכלל ביי אים פארנומען], ער איז געווען פיל העכער דערפון....., מען נעמט דעם רבי'ן איז מען איז עם מצמצם אין קטנות דקטנות, שטותי שטותים.....
מילא וואס איז נוגע להלכה, אדער להתנהג במדותיו איז פארשטענדליך, אבער די סארט 'מנהגים', [וועלכע זעהט אויס לעת עתה גייט פארנעמען א גאנצער שעלוו אין ספרים שאנק....], נערווירט...
סארי, דאס איז מיין פילינג, און יא, איך מוז צילייגן, ליידער בין איך פון דעם דור אשר לא ידע את יוסף, הגם איך האב דעם צדיק געזעהן, אבער גארנישט געקענט, ניטאמאל ווען ער איז נישט געזונט געווען, אבער לויט וויפיל איך האב געהערט און מקבל געווען פון תלמידים פון דעם צדיק, תלמידי חכמים ונבוני לב, איז דער איד געווען עפעס פיל העכערס פון דעם.....
איך שטעל מיך פאר [און מסתמא איז עס אזוי] אז דער ספר איז שוין אריבער א שטיקל צענזור, אבער עם כל זאת איז נאך געבליבן אסאך ציצין ושערי זנבים, שוואנצאנוס בלע"ז, און אזוי ווי דער שרייבער איז שוין ליידער אויך א שוכן עפר, קען מען נישט מאריך זיין

אויב האלט די הנהלה דא אז מיין תגובה איז נישט פאסיג, זאלן זיי ביטע עס מעקן, [נישט מתקן זיין נאר קאמפליט מעקן]
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 5:09 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ס'איז תשעו, דער חילוק זעט זיך אן איבעראל, אזוי אויך די ספרי התולדות, צו מאכן א זכרון יהודה דארף מען זיין א ר' מנחם אש
דאס הייסט יעצט גייט זיין ניין בענדער מהריברחי
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

בהוספה לדברי יהיה כן

שמעתי פעם מגדול אחד שדיבר אודות המנהגים במחזורים דברי יואל ודרכי חיים ושלום, אמר כך, שהמעלה בדרכי חיים ושלום [חוץ מזה שנכתב על ידי תלמיד חכם וכו'] נכתב בסמוך להנהגתם ובימי חיי המנחת אלעזר ועל הרבה דברים שאלו אותו למקורותיו וכו', והמקורות שצויין הם בדרך כלל המקורות שמפני זה נהג המנחת אלעזר כך, אצל מנהגי דברי יואל במחזורים ובזמירות, וכן אצל רוב ספרי מנהגים בדורינו, עובדים בשיטה אחרת, יש מנהגים שנהגו בהם הרביים והאדמורים, וכעת הולכים לחפש מקורות איפה עוד נמצא מנהג זה, וציין לי אותו גדול לכמה דברים שצוין במנהגי דברי יואל מקורות לספרי ר' חיים פלאגי, אמר לי, דאס אז דער סאטמאר רב האט זיך אזוי געפירט, ניחא, אבער ער האט דאס זיכער נישט געטוען ווייל עס שטייט אזוי אין ר' חיים פלאגי, מן הסתם ראה אצל אביו או שיצא לו כך וכו'. והבן הדברים כי עמוקים הם.

וכן לדוגמא אוסיף, לאחרונה יצא לאור במהדורא חדשה ספר איש על העדה, הנהגות הגרי"ש אלישיב, ולהרבה מקורות צוין שם וכן איתא בדרכי חיים ושלום, צחוק מכאיב, היעלה על דעת מישהו שהרב אלישיב נהג באיזה מנהג מפני שכתוב כן בדרכי חיים ושלום, הלא לזר ייחשב. והרוצה להבין יבין.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גלאזער האט געשריבן:ס'איז תשעו, דער חילוק זעט זיך אן איבעראל, אזוי אויך די ספרי התולדות, צו מאכן א זכרון יהודה דארף מען זיין א ר' מנחם אש
דאס הייסט יעצט גייט זיין ניין בענדער מהריברחי



לפי השמועה איז זייער פלאן צו מאכען דערפון 8-9 בענדער [לדעתי איז דאס פאריקט]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:אולי טרעט איך דא אריין אין א בלאטיגע קאשע, און הייב איך אן א פאלעמיק, בפרט אז איך בין דאך שוין נודע בשערי האייוועלט אלס א מוחה בכל דבר.....
אבער, מיך פערזענליך נערווירט אזוינע ספרים, גיב למשל א קוק דעם ספר 'דרכי חיים ושלום' געשריבן דורך א תלמיד חכם מופלג, און מען דערקענט עס טאקע, נישט קיין שוואנצנות,, גוט געשריבן, יעדער מנהג וואס איז טובא איכא למשמע מיניה, בבחינת מעשה רב, ממש א ברכה,
אבער דער ספר בפרט און די מנהגי דברי יואל בכלל, איז סאמטינג מאטש דיפערענט..., א לאנגס און א ברייטס אויף יעדע שטות, דער רבי האט געגעסן דאס און יענץ, דער רבי האט אנגעטון צו שחרית א גארטל, וואס איז געווען עבודת יד און אויך שחור.... נאריש.....
דער רבי האט דען א קפידא געהאט וואס ער האט געגעסן????, ער האט געהאט א קפידא 'נישט' צו עסן כידוע, דאס עסן האט ביי אים נישט פארנומען קיין גרויסע זאכן [אויב עס האט בכלל ביי אים פארנומען], ער איז געווען פיל העכער דערפון....., מען נעמט דעם רבי'ן איז מען איז עם מצמצם אין קטנות דקטנות, שטותי שטותים.....
מילא וואס איז נוגע להלכה, אדער להתנהג במדותיו איז פארשטענדליך, אבער די סארט 'מנהגים', [וועלכע זעהט אויס לעת עתה גייט פארנעמען א גאנצער שעלוו אין ספרים שאנק....], נערווירט...
סארי, דאס איז מיין פילינג, און יא, איך מוז צילייגן, ליידער בין איך פון דעם דור אשר לא ידע את יוסף, הגם איך האב דעם צדיק געזעהן, אבער גארנישט געקענט, ניטאמאל ווען ער איז נישט געזונט געווען, אבער לויט וויפיל איך האב געהערט און מקבל געווען פון תלמידים פון דעם צדיק, תלמידי חכמים ונבוני לב, איז דער איד געווען עפעס פיל העכערס פון דעם.....
איך שטעל מיך פאר [און מסתמא איז עס אזוי] אז דער ספר איז שוין אריבער א שטיקל צענזור, אבער עם כל זאת איז נאך געבליבן אסאך ציצין ושערי זנבים, שוואנצאנוס בלע"ז, און אזוי ווי דער שרייבער איז שוין ליידער אויך א שוכן עפר, קען מען נישט מאריך זיין

אויב האלט די הנהלה דא אז מיין תגובה איז נישט פאסיג, זאלן זיי ביטע עס מעקן, [נישט מתקן זיין נאר קאמפליט מעקן]

דעתי העני' אגריט מיט דיר הונדערט פראצענט (איך בין נישט פון די הנהלה...)
און האסט עס גוט מגדיר געווען, דעם חילוק צווישן דרכי חיים ושלום מיט מנהגי דברי יואל, מענטשן פרעגן וואס איז ראונג מיט מנהגים, ס'איז נישט די ערשטע רבי, נייתי ספר ונחזי קוק אריין וועסטו זען דעם חילוק
איך וועל זאגן נאך שטערקער, איך האב דעם פסח אביסל געקוקט אין די הגדה תפארת צבי פון רבי הערשעלע ספינקער, לויט ווי איך געדענק איז עס אויך גאנץ בחסד געשריבן, נישט אזויפיל שטותים
רבותי! דער רבי איז געווען א רב הדומה למלאך ה' צבאות, מ'האט אים נישט געקענט משיג זיין, ווער ס'האט פרובירט אים משיג צו זיין האט געזען גידין בולטין מיט חגורות שחורות עבודת יד מיט בארשט און קאמפאט מיטל נאכט יו"ט ווען רבינו אכל וכו', לא אמר תורה ולא זמרו זמירות, אויף ברכת המזון איז נאך א שאלה אויב ער האט געבענטשט ווייל ס'שטייט נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אוהב ספרים האט געשריבן:וכן לדוגמא אוסיף, לאחרונה יצא לאור במהדורא חדשה ספר איש על העדה, הנהגות הגרי"ש אלישיב, ולהרבה מקורות צוין שם וכן איתא בדרכי חיים ושלום, צחוק מכאיב, היעלה על דעת מישהו שהרב אלישיב נהג באיזה מנהג מפני שכתוב כן בדרכי חיים ושלום, הלא לזר ייחשב. והרוצה להבין יבין.

איך וויל נישט אריינרעדן אין די עצם ענין אבער לענ"ד ווען מען ברענגט וכן איתא בדרכי חיים ושלום מיינט נישט אז הרב אלישיב האט זיך אזוי געפירט ווייל ער האט עס דארט געזעהן עס מיינט סתם צו ברענגען א סמך אז נאך א גדול האט זיך אזוי געפירט והרוצה לחלוק יחלוק
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

די פראבלעם פונעם מהריברחיי איז פשוט אז סאיז עבר זמנו, צופיל יאר געווארט.

במציאות איז דער מחזור און די זמירות דברי יואל משונהדיג אויפגעכאפט געווארן בימיו צווישן סאטמארער חסידים, סאיז נישט אראפ פון טיש, מיט אלע שוואנצאנות אינאיינעם, דער עולם האט געהאט א חיות דערין עד אין לשער.

היינט 37 יאר שפעטער איז פשוט א נייע וועלט, ואכמ"ל. אזא סחורה האט שוין פיל ווייניגער סחורה, לויפער האט זיך נישט געטוישט, דער ציבור האט זיך געטוישט.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

לעניות דעתי - ווענדט זיך וועלכע מנהגים. צו וויסן וואס דער רבי האט געזינגען, אויב וויל זיך א חסיד פירן פונקטליך ווי זיי רבי, נו איז דאס א נוצבארע זאך. כמו כן וואס פארא מאכלים ער האט ג'געסן וכדומה. (איר, דוכט זיך, עסט אויך נישט קיין מעש-פאוטעטאוז און ספאגעטי פרייטיג צו נאכט)
ווייטער סתם ביישרייבענישן וועלכע האבן נישט קיין פראקטישע ווערט, איז מסתם אינטערסאנט פאר דעם שרייבער וועלכער זעט אין דעם הנצחת שמו הגדול מיט לעבעדיגע פארבן, אבער אויב איז אין דעם נישטא לכה"פ עפעס א הלכה'דיגע חשיבות, איז עס סתם פארברענגט די צייט
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”