מתיבתא VS ארטסקרול

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

מתיבתא VS ארטסקרול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

בס"ד
איך וויל קויפן א גמרא מיט א פירוש אבער עס איז מיר שווער צו מחליט זיין וואסערע גמרא איך זאל קויפן, מיינע ספיקות זענען למשל ארטסקרול האב איך בעסער ליב פאר פשוט פשט אויף א גמרא אבער מתיבתא האט צוגעלייגטע חלקים ווי למשל געוויסע מסכת האבן זייער גיטע בילדער אויך האט מתיבתא זייער גיטע זאך פאר חזרה און נאך... איז למעשה ווי אזוי געב איך מיך אן עצה? ווייס איינער צו מען קען קויפן פון מתיבתא נאר די אינטערשטע חלקים?. אדער עפעס אן אנדערע עצה??
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

לענ״ד איז קיינער נישט קיין פארגלייך בכלל צו ארטסקרול, סיי די קלארקייט קורץ און שארף.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שוין דא א אשכול פון דעם דאכט זיך ערגעץ דא אין וועלטל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:לענ״ד איז קיינער נישט קיין פארגלייך בכלל צו ארטסקרול, סיי די קלארקייט קורץ און שארף.

איך האלט אויך אזוי, אבער למעשה האט מתיבתא אנדערע חלקים וואס ארטסקרול האט נישט.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

וויפיל מאל איך האב פראבירט צי לערנען און ארטסקרול איז מיר עס נישט געגאנגען משא"כ מיט מתיבתא בין איך מיך מחי'.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

על טעם וריח...
יעדער האט אן אנדערער געשמאק וכו'
אבער דאס איז זיכער פאר אביסעל מער ווי פשוט פשט אינעם סוגיית הגמרא איז כמעט נאר וואס צו נאכקיקען אינעם מתיבתא וואס האט א שטארקער דגוש געלייגט דערויף.
אויף פשוט פשט אין גמרא איז בעסער צו ניצען דעם אייגענעם קאפ.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

אז מען רעדט שוין יא איז מיר אינטערסאנט, פארוואס איז דא מסכת'ס וואס מתיבתא מאכט א געוואלדיגע ארבערט ווי א שטייגער מסכת בבא מציעא עירובין, ווידער אום איז דא מסכת'ס וואס ממש פארקערט וואס מען קען זיען זייערע גאנצע ארבערט איז נאר יוצא צי זיין ווי למשל ביצה זייער שוואך אזוי אויך כתובות גאנץ שוואך? אפשר פלאנען זיי איין טאג עס אויסבעסערן און איבערדריקען ...
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

בעל דעת האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא איז מיר אינטערסאנט, פארוואס איז דא מסכת'ס וואס מתיבתא מאכט א געוואלדיגע ארבערט ווי א שטייגער מסכת בבא מציעא עירובין, ווידער אום איז דא מסכת'ס וואס ממש פארקערט וואס מען קען זיען זייערע גאנצע ארבערט איז נאר יוצא צי זיין ווי למשל ביצה זייער שוואך אזוי אויך כתובות גאנץ שוואך? אפשר פלאנען זיי איין טאג עס אויסבעסערן און איבערדריקען ...

ביי ארטסקרול זענען אויך געוויסע מסכתות בעסער ווי די אנדערע
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בעל דעת האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא איז מיר אינטערסאנט, פארוואס איז דא מסכת'ס וואס מתיבתא מאכט א געוואלדיגע ארבערט ווי א שטייגער מסכת בבא מציעא עירובין, ווידער אום איז דא מסכת'ס וואס ממש פארקערט וואס מען קען זיען זייערע גאנצע ארבערט איז נאר יוצא צי זיין ווי למשל ביצה זייער שוואך אזוי אויך כתובות גאנץ שוואך? אפשר פלאנען זיי איין טאג עס אויסבעסערן און איבערדריקען ...

אוודאי אזוי, יעדע מסכת מאך זיכער וועלכע יאר ס'איז ארויסגעקומען, עוז והדר האט א מנהג צו כאפן און דרוקן און נאכדעם מאכט מען עס איבער, און אפילו ארטסקרול זענען אויך די שפעטערע מהדורות בעסער וי די ערשטע
ארטסקרול שבת איז נישט צום לערנען דארט איז מתיבתא בעסער, ווידער אנדערע מסכתות איז ארטסקרול בעסער, געווענליך ווענדט זיך ווי אלט די מהדורא איז
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ארטסקרול שבת די צווייטע חלק איז שוין גוט.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איך מיין אז לגבי פשוט אפלערנען א שטיקל גמרא און פארשטיין איז ארטסקרול א סאך בעסער סיי לגבי די פשט און סיי אז רוב מאל וואס איך האב א קשיא וועל איך עס טרעפן אונטען ביי די הערות. משא"כ ביי מתיבתא וואס סיי די הסברה איז נישט ווער ווייסט וואס אין סיי די הערות אונטען קומען נישט צו צו ארטסקרולס בפרט ווען ער האלט אין איין שיקן צו די ילקוט ביאורים וואס דאס איז שוין צו באריכות.
משא"כ לגבי א מגיד שיעור אדער אפילו א יחיד וואס וויל לערנען מיט מער א ברייטקייט האט מתיבתא אסאך א גרעסערע היקף ווי ארטסקרול מיט אלע מדורים בסוף הגמרא, בפרט די ביאורי התוספות מיט הערות וואס העלפט אויסקלארען די גאנצע עסק ארום אין ארום [אבער מ'דארף האבן אסאך נערווען פאר דעם וויייל ס'איז זייער באריכות]
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

בסנהדרין דף ק״ה ע״א במחלקות רבי אליעזר ורבי יהושע אם יש לגוים חלק בעולם הבא. נראה שיש טעות בביאור המתיבתא.

IMG_2949.JPG
IMG_2949.JPG (438.27 KiB) געזען 2024 מאל
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מי יודע האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא איז מיר אינטערסאנט, פארוואס איז דא מסכת'ס וואס מתיבתא מאכט א געוואלדיגע ארבערט ווי א שטייגער מסכת בבא מציעא עירובין, ווידער אום איז דא מסכת'ס וואס ממש פארקערט וואס מען קען זיען זייערע גאנצע ארבערט איז נאר יוצא צי זיין ווי למשל ביצה זייער שוואך אזוי אויך כתובות גאנץ שוואך? אפשר פלאנען זיי איין טאג עס אויסבעסערן און איבערדריקען ...

אוודאי אזוי, יעדע מסכת מאך זיכער וועלכע יאר ס'איז ארויסגעקומען, עוז והדר האט א מנהג צו כאפן און דרוקן און נאכדעם מאכט מען עס איבער, און אפילו ארטסקרול זענען אויך די שפעטערע מהדורות בעסער וי די ערשטע
ארטסקרול שבת איז נישט צום לערנען דארט איז מתיבתא בעסער, ווידער אנדערע מסכתות איז ארטסקרול בעסער, געווענליך ווענדט זיך ווי אלט די מהדורא איז

ארטסקרויל טרייבט אויך ארויסצוגעבן, נאר בעסערע עורכים ומגיהים
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”