אויפזוכן ספרים אויפן ברייטן געוועב

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

אויפזוכן ספרים אויפן ברייטן געוועב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

זיכער קאן מען פרעגן, די ספרים/ביכער וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף די געוועב איז דאך געמאכט פאר סיי ווער, עס איז public domain פריי פאר יעדעם.

א) מאכן מיר זיכער אז עס איז טאקע נישט צוגעפונען אויף ה"ב/אוצה"ח/אוצה"ת, נישט ווייל מיר טראסטן נישט איינעם וואס זאגט אז נישט, נאר עס קאן זיך אמאל מאכען אז עס איז געוועהן אנגעלייגט אויף א זייטיגע נאמען ווייל עס איז צאמגעלייגט מיט אן אנדער ספר.

ב) קוקט מען NLI די לייברערי אין ירושלים, קען זיין זיי האבן אמאל דעם ספר שוין אריינגעסקענט, דאן האבן זיי א לינק צו זייער בוק-רידער.

ג) מאכט מען א זיכעניש אויף גוגל בוקס (Google Books), די וועגען ווי אזוי צו אפירזוכן אויף ג"ב האבן מיר שוין געשריבן אינעם אשכול ג"ב קחנה נא משם.

אז עס איז נאך אלס נישט געפונען געווארן, עס קען זיין אז עס איז יא פארהאן אויף ג"ב, נאר מעגליך אז עס איז נישט געפונען געווארן ווייל עס איז פארדרייט געווארן למעלה משכל אנושי איבער די אלע אופנים וואס ווערט דערמאנט אין יענעם אשכול.

ד) פראבירט מען דער אויבערדערמאנטע זיכעניש בכלליות גוגל, און מען קען צולייגן וואס עס קען נאר ארויפקומן אויפן דמיון.

ה) אויף HathiTrust, דארט דארף מען אויך גדענקען צו זוכען מיט אנדערע אופנים, כגון: ,Derech, Derekh, Derek, און אויך מיט דער נאמען אויף לשון קודש.

ו) דורך Worldcat, ביי זיי קען אויך זיין צומאל דער נאמען פארדרייט, איז ווען מען טרעפט ביי זיי קען שטיין צו דער זייט ווער עס האט עס דיגיטעלאייזד, און אז עס איז געטראפן געווארן ביי זיי נאר אין איין לייברערי, קען מען זיכען מיט אן אנדער אויסשטעל אויף לע"ז, אדער מיט דער נאמן המחבר, אדער מוציא לאור, דפוס.

ז) מען זוכט בפרטיות אויף די זייטל פון די לייברעריס, Harvard, Library of congress, yale און אזוי ווייטער.

די שטאפלן איז נישט דייקא אין דער סדר, יעדעס מאל ווא עס כאפט דער געדאנק, מיינסטענס זענען די ערשטע 3-4 שטאפלן אויף דער סדר, ווייל דארט איז די ערשטע פלעצער צו קוקן, ועוד, אז אויף NLI און ביי די ביבליוגרפיה של הספר העברי קען מען זעהן פונקטליכע אינפארמאציע פונעם ספר, און עס העלפט צו ארויסנעמען פראזן אויף ווייטערדיגע זיכענישן אויף גוגל.

ביי דער ספר תהלוכות השמים זענען מיר אריבער 6 פון די אויסגרעכענטע שטאפלן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א גרויסן שכוח אייך הרב יונה-טייבעלע
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א ריזיגע שכוח ר' טייבעלע! האמיר נעכטען געזוכט אויף כמעט אלע אופנים וואס איר צייכנט אן חוץ די זעקסטע...

אבער כ'מיין א מ'דארף האבן קרעדענשיל'ס צו קענען דאונלאדן פון דארט, ניין?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס זענען דא ספרים וואס זיי גיבן די אפציע צו דאונלאדן.

פארגעסן צו שרייבן, אמאל אפי אויף ג"ב ווענדט זיך אין וועלעכער לאנד מען געפונט זיך, אמאל א ספר וואס דער פון אמעריקא האט צוטריט קען דער חבר פון ארץ ישראל נישט האבן קיין צוטריט דאס צו עפענען, און דאס קען אמאל זיין די זעלבע מיטן דאונלאדן פון די לייברעריס.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

נא_שכל האט געשריבן:א ריזיגע שכוח ר' טייבעלע! האמיר נעכטען געזוכט אויף כמעט אלע אופנים וואס איר צייכנט אן חוץ די זעקסטע...

ביי דער ספעציפישער ספר איז געוועהן עפעס א זעלטענהייט, אויף ג"ב געוועהן געליסטעט דאכט זיך נאר צוויי, אפי' אויף WorldCat האבן מיר דאס קודם געטראפן נאר אין NLI, דערנאך מיט א זיכעניש דארט דורך אן אנדער צוזאמשטעל איז ארויפגעקומן עטליכע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אגב, די ביכער אין ספרים וואס מ'קען היינט טרעפן אויף גוגל בוקס איז אבנארמאל, כמעט יעדע ספר אדער ירחון אויסגאבע אויף וועלכע שפראך מ'וויל.

גאר שטארק קען צוניץ קומען זייער טראנסעלעשען סערוויס, לדוגמא היינט האמיר געזוכט א ענין און עס געטראפען און א דייטשע בוך פון יאר 1836, אבער גיי ליין די דייטשע אותיות פון אמאל!
וואס טוט מען?
מ'דריקט אויף דעם שערל סימבאל ביי גוגל בוקס, מ'סעלעקט מיט דעם די שטיקל וואס מ'וויל ליינען, אפילו א גאנצע קאלום איז אויך גוט, און מ'דריקט טראנסעלעיט, ס'מאכט אויף אין נייע טעב סיי אויף דייטש מיט נארמאלע טקסט אותיות און סיי די איבערגעזעצטע אויף ענגליש. די מעלה איז צוויי פאכיג קודם האט מען די דייטשע טקסט מיט נארמאלע ליינבארע אלפבטע"ס, און דערנאך באקומט מען א מער ווייניגער קראנטע איבערזעצונג אויף ענגליש אויב מ'איז פויל צו ליינען די דייטש.

פאר א דוגמא זעה דא ווי מיר האבן אפירגעזוכט דאקומענעטן פון א אינטערסאנטע מעשה פון גאר א אלטע דייטשע בוך דורך די אויבענדערמאנטע מעטאד
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נא_שכל האט געשריבן:א ריזיגע שכוח ר' טייבעלע! האמיר נעכטען געזוכט אויף כמעט אלע אופנים וואס איר צייכנט אן חוץ די זעקסטע...


גם אני מצטרף

אפשר א לינק צו די "הארווארד" און "יעיל" סייטס, מיט אנווייזונגען

(דער טייבל איז א צדיק פון א ניק וואס קומט נאר אפיר איינמאל א מילעניום)
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

Harvard סערטש, מען לייגט אריין דער ווארט און מען מאכט א זיכעניש.

איינמאל די עס קומט ארויף די טרעפענישן, דאן איז דא טולס זיך ארום שפילן.
יאר פון ביז.
נאר אנ-ליין אויף דיגיטאלע פארמאט.

למשל אין דער סערטש נאר אויף תהלוכות לדוגמא, ביי דער סערטש איז נישט ארויפגעקומען אונזער באגער.

וועט מען פראבירן עולם.

סערטש עולם, קומט אויך נישט ארויף אונזער באגער.

האבן מיר פראבירט Talukhot האט נישט גברענג קיין רעזאלטאטן.

האבן מיר פראבירט Tahalukhot, אט היצטער איז אפירגעקומען וואס מיר זוכען, דאס איז דער ערשטער אינעם ארויפגעקומענעם ליסטע.

מען דרוקט אויף דער קנעפל View Online.
אמאל שיקט דאס צום ספר אויף גוגל בוקס.
אמאל וועט ער זיך עפענען אויף זייער בוק רידער.

נישט אייביג ווען עס איז דא דער קנעפל View Online מיינט דאס אז דו האסט צוטריט צום ספר.
אז איר האט איינמאל צוטריט לוינט זיך גלייך צו מאכען א פי-די-עף, ווייל קען זיין מארגן ואדער אפי' אין א שטונדע צוויי וועט דאס ווערן פארשלאסן.
אז מען קאן נישט אויף די נארמאלע אומשטענדן דאונלאדן אדער פרינטן צו א פי-די-עף, דאן קאן מען אפשר פראבירן מיט די Snipping tool.

אויף HathiTrust ארבעט בערך די זעלבע, און אזוי אויך ביי די אנדערע לייברעריס, אויב עס איז פארהאנען צוטריט פאר דער פאבליק צו א דיגיטאלע ווערסיע, דאן וועלן זיי האבן א לינק ביי די אינפארמאציע פונעם ספר.

Yale סערטש Yale University Library
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

נורא! א ריזיגן דאנק @טייבעלע
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח גדול מאד הרב טייב!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך זוך א געוויסער ספר וואס איז ארויסגעקומען אין תשע"ג, און אקארדינג צו ווארלד קעט איז זי נאר דא צו באקומען אין א געדריקטע פארמאט אין דעם גרויסן ביבליאטעק אין ירושלים, 5,700 מייל פון דאנעט. וואס טוט מען?
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אויב עס האט נישט קיין קאפירייט דאן קאנסטו זיך פארבינדן מיט דער ביבליאטעק און בעטן א קאפי, זיי האבן אויף זייער זייטעל די אינפארמאציע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טייבעלע האט געשריבן:אויב עס האט נישט קיין קאפירייט דאן קאנסטו זיך פארבינדן מיט דער ביבליאטעק און בעטן א קאפי, זיי האבן אויף זייער זייטעל די אינפארמאציע.

ייש"כ, טייבעלע.
איר קענט מיר געבן דעם לינק? איך זעה נאר א קנעפל צו פארלאנגען דעם פיזישן בוך צו א ריעדינג רום.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”