על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:23 am

איך האב מיך בדרך לא דרך אנגעטראפן מיט א קונטרס ארויסגעגעבן דורך ר' אלטר משה ג"ב שליט"א פון ק"י. (ארויסגעקומען תשע"ז) די קונטרס איז אויף סדר בראשית, גענומען די אלע לאנגע תורות אין דברי יואל און געמאכט דערפון הערליכע קורצע תורות איינס נאכ'ן צווייטן אזש עס איז ממש א נחת אריינצוקוקן דערין.

איך האב נישט קיין פארבינדונג מיט ר' אלטר משה, אבער איינער וואלט געדארפט איבערנעמען די ארבעט פון אים, און זיך נעמען מיט א פעסטקייט ממשיך צו זיין מיט די הערליכע ארבעט וואס לא נראה כבושם הזה בתורת רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

HelpMe
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:05 pm

סידיראם האט געשריבן:איך האב מיך בדרך לא דרך אנגעטראפן מיט א קונטרס ארויסגעגעבן דורך ר' אלטר משה ג"ב שליט"א פון ק"י. (ארויסגעקומען תשע"ז) די קונטרס איז אויף סדר בראשית, גענומען די אלע לאנגע תורות אין דברי יואל און געמאכט דערפון הערליכע קורצע תורות איינס נאכ'ן צווייטן אזש עס איז ממש א נחת אריינצוקוקן דערין.

איך האב נישט קיין פארבינדונג מיט ר' אלטר משה, אבער איינער וואלט געדארפט איבערנעמען די ארבעט פון אים, און זיך נעמען מיט א פעסטקייט ממשיך צו זיין מיט די הערליכע ארבעט וואס לא נראה כבושם הזה בתורת רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע.

עס איז דא די גליונות ליקוטי אורה, ער ארבעט אויף א געהעריגע ספר,
ווי אויך האט ער אסאך תורות ווואס זענען נאכנישט געדריקט וואס ער האט באקומען מאצרו פון ר' שלום סאנדל

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

דברי יואל - זמן אמירת התורות

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:23 pm

איז דא ערגעץ וואו מ'קען זען יעדע תורה ווען זי איז געזאגט געווארן?
און אויך וואו נאך עס געפינט זיך, קונטרס חידו"ת וכדומה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט