נייע עפאכע: הנהגות מרן הגר"ח קנייבסקי עם תמונות על סדר הש"ע

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

נייע עפאכע: הנהגות מרן הגר"ח קנייבסקי עם תמונות על סדר הש"ע

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 13, 2015 3:14 pm

ס'יעצט ארויסגעקומען א נייע ספר הנהגות פון פון הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, ס'נישט סתם נאך א ספר, נאר א נייע דרך (בעסער געזאגט "סטייל"...) פון ארויסגעבן מנהגים.
דער ספר הייסט "אין לו להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד", דער ספר איז רשימות מנהגים וואס א אייניקל האט אפגעשריבן פאר זיך, זייער פונקטליכע און דעטאלירטע מנהגים, מנהגים וואס מ'כאפט נישט אויבן אויף אז ס'איז א מנהג עפ"י דקדוק הלכה.
די רשימות זענען איבערגעקוקט געווארען דורך הגר"ח זעלבסט בשנת תשס"ז, און ער האט עס מגיה געווען בכת"י, אזוי ווי מ'קען זען אינעם ספר. און זינט דאן האט דער אייניקל שוין מוסיף געווען פילע מנהגים, און ס'איז איבערגעקוט געווארן דורך זיין זון הגאון ר' יצחק שאול שליט"א, און דורך זיין איידעם ר' מנשה שטיינמאן (בנו של הגראי"ל).
און דער עיקר חידוש, אז זיי האבן צוגעלייגט ביי זייער אסאך מנהגים בילדער וויאזוי ער איז מקיים די הלכה אדער מנהג, לדוגמא, אז ער זאגט תיקון חצות, ער גרייט זיך אן נעגל וואסער און פארמאכטע כלים כדי ס'זאל נישט זיין "גילוי", און אפילו א בילד וויאזוי ער דעקט זיך צו דעם פנים ווען מ'כאפט א בילד פון עם (אריין אין נישט כאפן בילדער אשכול...)..., וכו' וכו'

דער ספר באשטייט פון קפ"ז פרקים, און ס'איז מנהגים אויף ד' חלקי שלחן ערוך.

דער מו"ל האט אויך ארויסגעגעבן דעם געלונגעם ספר "ויאמר הנני" - די תולדות פון הגאון ר' אברהם גנחובסקי ז"ל. און ער דערמאנט דאס מעבר לשער של הספר.

שטעלט'ס ענק פאר מחזור דברי יואל איבערגעקוקט דורך רבי'ן זי"ע מיט זיינע הגהות, און מיט בילדער אויף אלע מנהגים...

רבותי! ס'קומט א נייע עפאכע, עט'ס האט'ס געמיינט א די חסידים וועלען זיין ערשט מיט אזא ספר, ביזדערווייל האב'ן די ליטאים אונז אויסגעכאפט, יעצט קען מען זיך רישען אז ס'גייען אנהייבן ארויסצוקומען פיל מיט אזעלכע חיבורים.

למעשה, ברענגט עס א שטארקע התעוררות פון איין זייט, ווען מ'זעט ווי א איד בדורינו איז א שטיק תורה, יעדער ריר איז תורה.

ווי אויך קוקט מיר אויס אז דאס געבן רשות ארויסצוגעבן אזא ספר איז א חלק פון אן אנגייענדע פארזוך פון זיינע קינדער, בעיקר פון ר' יצחק שאול, אוועק צונעמען פון ר' חיים שליט"א דעם אימעדזש אז ער איז סתם א באבאא וואס געט ברכות א גאנצען טאג, און איז פארנומען מיט קופת העיר..., אזוי ווי ער האט זיך שטארק אויסגערעדט אין משפחה מאגזין אויף סוכות, ממילא האפן זיי אז דורך באשרייבן זיינע סדר ומנהגי יום יום עפ"י דקדוק הלכה און ווייזן פילע אינטערסאנטע בילדער וואס צייגט אויף דעם ענין, דאס וועט ארייקריצן אין די מוחות די ריכטיגע אימעדזש וואס זיי ווילן.

ארבע-אמות1.jpg


ארבע-אמות2.jpg
אחורי הספר
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום זונטאג דעצמבער 13, 2015 3:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג דעצמבער 13, 2015 3:17 pm

העכסט קיריאז אבער אינטערסאנט.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג דעצמבער 13, 2015 3:29 pm

נא_שכל האט געשריבן:דער מו"ל האט אויך ארויסגעגעבן דעם געלונגעם ספר "ויאמר אברהם" - די תולדות פון הגאון ר' אברהם גנחובסקי ז"ל. און ער דערמאנט דאס מעבר לשער של הספר.
ארבע-אמות2.jpg


ויאמר הנני כצ"ל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 13, 2015 4:07 pm

מהדורא דיגיטל מיוחדת עם סרט מנהגי יום ביומו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » זונטאג דעצמבער 13, 2015 8:08 pm

עס איז דא דארט א בילד פון זיין קישן תשעה באב ביינאכט מיט א שטיין אוטנער'ן קישן.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג דעצמבער 13, 2015 8:10 pm

למעשה איז שוין ליבאוויטש פארלאפען דעם וועג, ולא עוד זיי האבעןם ארויס געגעבען 'קליפס' פון למשה ווי אזוי ער לייגט זיינע הענט אויף די אויגן ביי קר"ש, וכו' וכו' וואס אטייל פון זיי קען מען זעהן אויף יו..., אוטערן נאמען 'מנהגי מלך' אדער 'מנהגי הרבי', העכסט אינטרעסאנט.

לגבי דעם בוך, לדעצתי הענייה האבען די חסידים איינגעזייט די קערנדלעך אבער די ליטאים האבען געשניטן די פירות...

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 8:53 am

ישלהוסיף האט געשריבן:למעשה איז שוין ליבאוויטש פארלאפען דעם וועג, ולא עוד זיי האבעןם ארויס געגעבען 'קליפס' פון למשה ווי אזוי ער לייגט זיינע הענט אויף די אויגן ביי קר"ש, וכו' וכו' וואס אטייל פון זיי קען מען זעהן אויף יו..., אוטערן נאמען 'מנהגי מלך' אדער 'מנהגי הרבי', העכסט אינטרעסאנט.

לגבי דעם בוך, לדעצתי הענייה האבען די חסידים איינגעזייט די קערנדלעך אבער די ליטאים האבען געשניטן די פירות...

כ'רעד פון א נארמאלע "ספר", און פון מענטשען און קהילות וואס זענען נישט אריינגעטון שטענדיג אין בילדער ווידיא'ס קליפס וכו' וכו', משא"כ ליבאוויטש איז שוין פון אייביג אן געווען מלומד בזה, און זיי לעבן דאך מיט דעם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תגובהדורך תולעת-ספרים » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 11:10 am

מ'האט אייביג געזאגט אז די ליטוואקעס זענען ערגער ווי די חסידים.
ווען מ'וואל געדריקט אזא ספר אויף מיין רבי'ן וואלט איך מיר גישעמט: א בילד ווי עהר לייגט ציצית ווי עהר קושט דאס וכו'.
אבער מ' קען לאכען וויפיל מען וויל, דאס ווערט גיט פארקויפט!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 12:04 pm

תולעת-ספרים האט געשריבן:מ'האט אייביג געזאגט אז די ליטוואקעס זענען ערגער ווי די חסידים.
ווען מ'וואל געדריקט אזא ספר אויף מיין רבי'ן וואלט איך מיר גישעמט: א בילד ווי עהר לייגט ציצית ווי עהר קושט דאס וכו'.
אבער מ' קען לאכען וויפיל מען וויל, דאס ווערט גיט פארקויפט!!

רוב חסידים שעמען זיך נישט ווען עס ווערן געדרוקט הונדערטער בילדער וועכנטליך פון רביים ואדמורי"ם מיט קאלירפולע מלבושים וואס; קלאפן א מזוזה, שרייבן אן אות אין א ס"ת, שאקלען לולב, שמעקן בשמים, מאכן הבדלה, צינדן חנוכה ליכט, ליינען די מגילה וכו'

פארוואס איז קושן די ציצית מער בזיון?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 12:05 pm

פונקט געוואלט נאכקוקן אן הנהגה אין סימן ה', באמערקט אז ס'פעלט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 12:21 pm

זייער אינטרעסאנט.

נישט געוויסט פונעם "ויאמר הנני" מיין טאטע זז"ג וועט זיך א מחי' זיין מיט דעם. ער געדענקט נאך ווען הגאון רבי אברהם גנחובסקי זצ"ל איז אנגעקומען קיין סלאבאדקע שנת תשט"ו-ט"ז.

מיין טאטע רעדט פון אין מיט אויסטערלישע התפעלות, צו וואקסען אזוי גרויס, אז הרב לאנדא פון סלאבדאדקע האט אים אנגערופען "דער רבי עקיבא איגר בדורינו"!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 12:51 pm

ס'איז געמאכט פאר ערוואקסענע?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 1:36 pm

תפוח האט געשריבן:ס'איז געמאכט פאר ערוואקסענע?


נאר פאר ערוואקסענע.
ס'איז אין לשון הקודש, און ס'איז נישט קיין מעשה ביכל, נאר הלכות און מנהגים עם המקורות מש"ע ומ"ב והגר"א וכו'.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 1:38 pm

נא_שכל האט געשריבן:
ווי אויך קוקט מיר אויס אז דאס געבן רשות ארויסצוגעבן אזא ספר איז א חלק פון אן אנגייענדע פארזוך פון זיינע קינדער, בעיקר פון ר' יצחק שאול, אוועק צונעמען פון ר' חיים שליט"א דעם אימעדזש אז ער איז סתם א באבאא וואס געט ברכות א גאנצען טאג, און איז פארנומען מיט קופת העיר..., אזוי ווי ער האט זיך שטארק אויסגערעדט אין משפחה מאגזין אויף סוכות, ממילא האפן זיי אז דורך באשרייבן זיינע סדר ומנהגי יום יום עפ"י דקדוק הלכה און ווייזן פילע אינטערסאנטע בילדער וואס צייגט אויף דעם ענין, דאס וועט ארייקריצן אין די מוחות די ריכטיגע אימעדזש וואס זיי ווילן.

ארבע-אמות1.jpg


ארבע-אמות2.jpg


אויב דאס איז די כונה, זאלן זיי ביטע ענדערש איבערדרוקן 'כל ספרי הגר"ח קנייבסקי' (ווייסט וואסעך מיין, מיט אזא סעים דעקל און קאליר), וועט עס מער צייגן

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 2:28 pm

יהיה כן האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
ווי אויך קוקט מיר אויס אז דאס געבן רשות ארויסצוגעבן אזא ספר איז א חלק פון אן אנגייענדע פארזוך פון זיינע קינדער, בעיקר פון ר' יצחק שאול, אוועק צונעמען פון ר' חיים שליט"א דעם אימעדזש אז ער איז סתם א באבאא וואס געט ברכות א גאנצען טאג, און איז פארנומען מיט קופת העיר..., אזוי ווי ער האט זיך שטארק אויסגערעדט אין משפחה מאגזין אויף סוכות, ממילא האפן זיי אז דורך באשרייבן זיינע סדר ומנהגי יום יום עפ"י דקדוק הלכה און ווייזן פילע אינטערסאנטע בילדער וואס צייגט אויף דעם ענין, דאס וועט ארייקריצן אין די מוחות די ריכטיגע אימעדזש וואס זיי ווילן.

ארבע-אמות1.jpg


ארבע-אמות2.jpg


אויב דאס איז די כונה, זאלן זיי ביטע ענדערש איבערדרוקן 'כל ספרי הגר"ח קנייבסקי' (ווייסט וואסעך מיין, מיט אזא סעים דעקל און קאליר), וועט עס מער צייגן


פארוואס זאל די ספר אויסמאכן מער ווי די אנדערע גאונישע לומדישע און פסקי הלכה ספרים וואס עס איז שוין געדריקט אין די מאסן פון הגאון רבי חיים שליט"א
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 2:31 pm

לכאורה האט געשריבן:פונקט געוואלט נאכקוקן אן הנהגה אין סימן ה', באמערקט אז ס'פעלט

חחח
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 4:39 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:פונקט געוואלט נאכקוקן אן הנהגה אין סימן ה', באמערקט אז ס'פעלט

חחח

???
מיינסט סי' ג' אדער ו'?
אויף סי' ו' איז יא דא מנהגים
צוגעלייגטע
אשר-יצר.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 4:42 pm

פירט זיך אז דער זמן עלות השחר איז 72 מינוט פאר'ן נץ החמה, ואמר שכן נהג החזו"א. והוא כמו הזמן בהלוח של התאחדות הרבנים. אויך געשריבן דא
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 4:54 pm

נא_שכל האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:פונקט געוואלט נאכקוקן אן הנהגה אין סימן ה', באמערקט אז ס'פעלט

חחח

???
מיינסט סי' ג' אדער ו'?
אויף סי' ו' איז יא דא מנהגים

אופס... טאקע געמיינט סימן ג' (און נאך ענליכע סימנים)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 9:45 pm

שכל, וואסארא הלכה קען מען ארויסנעמען פון די בילד אז עס האט זוכה געווען אריינגיין אין ספר?

לכאורה, גיב עס עטליכע יאר, ס'העט נאכפאלגן. די ביאור דערויף וועט זיין געבויעט אויף א גמרא מער צום סוף פון מס' ברכות... #תורה הוא וללמוד אני צריך

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 12:53 am

מיסטעריעז האט געשריבן:שכל, וואסארא הלכה קען מען ארויסנעמען פון די בילד אז עס האט זוכה געווען אריינגיין אין ספר?

. #תורה הוא וללמוד אני צריך

אז ווען מען זאגט א ברכה דארף מען נישט ב' כיסויים אויף די קאפ...,

קאטשי מאטשי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2015 5:51 am
לאקאציע: דארט

תגובהדורך קאטשי מאטשי » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 2:14 pm

גראדע האב איך געזעהן די ספר גאנץ א גוטע איינפאל, אינטרעסאנט, אבער רייך,!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 7:00 am

עטליכע דוגמאות פונעם ספר.

הגר"ח ביים טראגן די ס"ת צום בימה, האלט די 'צד הנפתח' פונעם ס"ת לצד גופו כשיטת החזו"א.
צוגעלייגטע
הגרח''ק 1.jpg

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 7:02 am

ביי 'הגבה', הגר"ח צייגט צום ספר תורה מיט'ן פינגער הנקרא 'אצבע' (אזוי ווי ס'ווערט געברענגט פון הגר"ח פלאג'י) און נישט מיט'ן 'זרת' (אזוי ווי דער ילקוט מעם לועז שרייבט).
צוגעלייגטע
הגר''ח 2.jpg

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 7:09 am

ווען תלמידי חכמים קומען צו הגר"ח זיך אפרעדן אז זיי קענען נישט איינשלאפן ביינאכט, איז ער שטענדיג מייעץ מיט די גמרא אין פסחים (קי"ב) מ'זאל לייגן דעם האנט אויפ'ן שטערן, "ידא אפותא דרגא לשינתא", "וכן רואים שנוהג מרן שליט"א".

אויפ'ן בילד זעט מען ווי הגר"ח ווייזט אן פאר'ן שואל ווי אזוי דאס צו מאכן...
צוגעלייגטע
הגר''ח 3.jpg


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט