געמאלענע בילדער אין די גמרות - מבטן מי יצאו הדברים?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
געמאלענע בילדער אין די גמרות - מבטן מי יצאו הדברים?
כ׳האב שוין אסאך מאל אריינגעקלערט, ווען ס׳איז דא בילדער אין די רש״י צוגעצייכנט כזה, האט רש״י אליין געמאלן די בילדער?
אויב נישט ווער יא?
אויף דף כ׳ ע״א, אין די רש״י ד״ה דהדרן וערבן, איז דא א בילד פון די חצירות וואס זענען אפען צו די פסין.
זעה איך א חילוק צווישן די אלטע גמרא און די עוז והדר, ס׳שטייט צוגעשריבן אז די בילד איז לויטן מהרש״ל.
ס׳זעהט אויס א רש״י האט עס נישט אליין געמאלן, ווייל ווען יא וואלט מען עס נישט געטויש, דער מהרש״ל האט יא אליין געמאלן די בילדער?
אפשר נאר דא איז עס נישט פון רש״י ווייל ס׳שטייט נישט ׳כזה׳, אבער וואו ס׳שטייט יאר ׳כזה׳ איז עס יאר פון רש״י?
אויף דף כ׳ ע״ב אין די הגהות הב״ח סי׳ ב׳ איז שוין דא מער א דיטעילט פיקטשער פון א קוה וואס קוקט ארויס פונעם שטאל, האט דער ב״ח אויך אליין געמאלן דעם בילד?
כ׳הייב אן צו טראכטן אלס מיין טאלאנט צו ׳ארט׳ לויפט אין די משפחה, אלס אייניקל פון רש״י און פון ב״ח....
(אריין אין גראפיק פארום)

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
כ׳האב אביסל ארומגעזוכט, און כ׳האב געטראפן א רשב״ם אין פר׳ מסעי (במדבר לד ב) ביי די גבולות הארץ, ווי ער שרייב בזה״ל:
״רבינו זקיני פירש וצייר תחומין״
פון דא זעהן מיר אז רש״י הק׳ האט אליינס געמאלן בילדער.
יעצט איז די שאלה וועלכע בילדער האט ער געמאלן און ווי קראנט די דפוסים זענען אז דאס איז אקוראט נאכגעמאכט רש״י׳ס בילדער.
״רבינו זקיני פירש וצייר תחומין״
פון דא זעהן מיר אז רש״י הק׳ האט אליינס געמאלן בילדער.
יעצט איז די שאלה וועלכע בילדער האט ער געמאלן און ווי קראנט די דפוסים זענען אז דאס איז אקוראט נאכגעמאכט רש״י׳ס בילדער.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
קוק דא
גלאזער האט געשריבן:קוק דא
שכוח גלאזער wow.
נאכניש געהאט קיין צייט דורכצוקוקן, אבער אויבנאויף זעהט עס אויס גאר אינטערסאנט.
מ׳דארף דאס גוט דורכלערנען.
עמער שוין האבן וואס צו טוהן דעם שבת חנוכה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
דורכאויס דעם שבת האב איך אביסל געטוהן אינעם ענין.
ס׳קומט מיר אויס אז רוב בילדער אין מס׳ עירובין וואס איז אריינגעדרוקט אין רש״י קומט פונעם מהרש״ל (חכמת שלמה).
רוב פלעצער וואו ס׳איז דא א בילד אין רש״י קען מען זעהן אינעם מהרש״ל נ״ב כזה מיט די בילד.
כ׳ווייס אבער נישט אויב רש״י האט קודם געמאכט א בילד און ס׳איז געווארן פארדרייט דורך די מדפיסים און דער מהרש״ל האט עס פאראכטן?
דאס דארף מען לכאורה צו זעהן אין אלטע דרוק׳ן ש״ס פון פאר׳ן מהרש״ל. (דער מהרש״ל איז נסתלק געווארן שנת של״ד בערך 440 יאר צוריק).
אויף ד׳ ט׳ ע״ב איז פארהאן א רייע מיט בילדער אין רש״י און ס׳איז דא דערויף שוועריגקייטן, דער מהרש״ל פארעכט די בילדער, אבער אויף די בילדער פונעם מהרש״ל זענען אויך דא קשיות.
דער קרבן נתנאל שרייבט אז די בילדער אינעם מהרש״ל זענען פארדרייט געווארן דורך די מדפיסים און דער קרבן נתנאל מאכט נייע בילדער.
אין די עוז והדר גמרא, איז אין די רש״י אריינגעלייגט די אלטע בילדער. ביי די זייט, אין די הגהות רבי בצאלאל רגנשבורג, איז אריינגעלייגט די בילדער פונעם קרבן נתנאל.
דאס וואס איך האב געשריבן אין די ערשטע תגובה אין דעם אשכול, בנוגע דף כ ע״א, וועגן חצר שנפרצה לבין הפסין.
איז אויך אזוי, אז די מדפיסים האבן פארדרייט דעם בילד (אזוי ווי עס איז בייגעלייגט).
דער גנזי יוסף האט טאקע קשיות אויפן בילד פונעם מהרש״ל און ער וויל לערנען אן אנדער מהלך אין רש״י.
אין די גמרא עוז והדר האבן זיי געטוישט דעם בילד.
אין די הגהות אויפן מהרש״ל פון עוז והדר, שרייבן זיי אז זייער בילד איז לויטן דפוס ראשון פונעם מהרש״ל, און דאס איז דאס ריכטיגע.
אבער למעשה בין איך גוט צומישט מיט די בילדער.
וואס מ׳דארף טון איז טרעפן די אלטע דפוסים, און הערשט נאכדעם קען מען אנהייבן עס דן צו זיין.

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8096
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
גלאזער האט געשריבן:קוק דא
געבלאקט ביי מיר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30501
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8096
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
איי ביסטו א צדיק. ייש"כ.