בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 2:53 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:לאמיר זיך נישט נער'ן, ווען ער וואלט טאקע געוועהן דעם מעין המתגבר בתורת ועובדות מרבו, וואלט מען שוין געוועהן ביי איהם פאר אינטרוויוס,
האסטו געציילט וויפיל מאהל דער מושיעין של ישראל אונם כרך בנוגע העצי חיים, וויפיל איז בשם דער טענקע רב?
א מענטש וואס האט באזיצט אזוי פיל פונם עצי חיים, און דאס איינציגע זאך וואס מ'ווייסט אז ער האט געזאגט איז א דבר צחות ביי א סאטמאר שבע ברכות?
אין ווען נישט יענעם שבע ברכות וואלט מען דעם איינעם צחות אויך נישט געהאט.
אין דער צחות איז שוין געוועהן געדריקט לפני המלחמה, אזוי ווי איינער האט דא אראפ געברענגט?

עס איז מיר אביסעל א חידוש, אין איך האב רעכט ארויף צו ברענגען דער דבר התמוה בעיני.
אזוי זעהט אויס ווען מע'בלאזט אויף א זאך צופיל.

דאס איז זיכער אז ער האט געלערנט אין סיגעט ביים עצי חיים ער פלעגט פארציילן א מעשה ווי ער האט געבארגט א פני יהושע ביי איינעם אין סיגעט
קוק אין גדול בישראל וואו ער ברענגט שיינע עובדות פון זיין רבין דער עצי חיים ער רופט אים מורי ורבי
איז דען יעדע תלמיד פון זיין רבין א מעיין המתגבר צו נאכדערציילן זאכן
האט דען געפעלט רבנים אין ניו יארק אז דער ברך משה האט אים גערופן צו כמעט יעדע אייניקל ביי א שבע ברכות אי לאו תלמידו של אביו
אויב מאך איך נישט קיין טעות שטייט אזוי אויף זיין מציבה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 4:02 am
דורך msp
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רב מס"פ:
http://www.hebrewbooks.com/42028


http://www.hebrewbooks.org/42028

דאס איז א אלטער דרוק, שוין איבערגעדרוקט מיט הוספות, אינז האמער דאס!

שכוח הרב פארשלאפען און לכתחילה אריבער
איך האב טאקע געזעהן דער מהדורא בתרא
דער ספר מיט דברי תורה איז לחם חמודות

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:16 am
דורך שטארק זיך
ספר תורת חמ"ד איז צום קריגן ביים מו"ל הג"ר אלי' יצחק ווייסמאנדל שליט"א בן המחבר.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:22 am
דורך msp
שכוח הרב שטארק זיך
די פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט ראונד די קארנער...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 2:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:שכוח הרב שטארק זיך
די פראבלעם איז נאר אז עס איז נישט ראונד די קארנער...


גיב אים א רוף, ער האט קינדער ראונד די קארנער!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 4:30 am
דורך msp
טאקע?
ער האט קינדער אין מנשסתר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 12:40 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:טאקע?
ער האט קינדער אין מנשסתר?


אאפס, סארי!!

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 3:54 am
דורך msp
מחול לך
מחול לך
יעצט איז נאר די שאלה ווי אזוי מען באקומט עס דער תורת חמ"ד...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 11, 2012 11:31 am
דורך Good
פונ'ם שכינות'דיגן אשכול

שאץ מאץ האט געשריבן:יעצט געזעהן א פרישע בכיל אויף אידיש
פון ר' מיכא'ל בער ווייסמאנדל עס זעהט אויס ווי א איבערזעצונג פון איש חמודות, איך בין דורך געלאפן די גאס האב איך אים געזעהן אויפן שעלף אבער פארגעסן דעם נאמען,



לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:יעצט געזעהן א פרישע בכיל אויף אידיש
פון ר' מיכא'ל בער ווייסמאנדל עס זעהט אויס ווי א איבערזעצונג פון איש חמודות, איך בין דורך געלאפן די גאס האב איך אים געזעהן אויפן שעלף אבער פארגעסן דעם נאמען,

די נאמען? אזוי הייסט עס: "ר' מיכאל בער" ! גדול מרבן שמו!
אגב שרייבט ער דארט, אז ער האט געטראכט צו מאכן דעם אידישער ספר, ווארט ביי ווארט פון דעם לשון הקודש'ן "איש חמודות", אבער עס איז אים צוגעקומען נייע אינפארמאציע, ממילא איז אין דעם דא מער ווי אין "איש חמודות", אזוי אז אפי איינער האט שוין "איש חמודות", קען עס אים זיין אינטערעסאנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 10:33 am
דורך קיקיון
אין HAMODIA פון די וואך איז דא אן ארטיקעל פון ר גור ארי' הערציג
Replanting the Nitra Yeshiva
איז דאס נאך געשריבען פון איש חמודות אדער דא פרישע ידיעות?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:43 am
דורך farshlufen
Good האט געשריבן:פונ'ם שכינות'דיגן אשכול

שאץ מאץ האט געשריבן:יעצט געזעהן א פרישע בכיל אויף אידיש
פון ר' מיכא'ל בער ווייסמאנדל עס זעהט אויס ווי א איבערזעצונג פון איש חמודות, איך בין דורך געלאפן די גאס האב איך אים געזעהן אויפן שעלף אבער פארגעסן דעם נאמען,



לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:יעצט געזעהן א פרישע בכיל אויף אידיש
פון ר' מיכא'ל בער ווייסמאנדל עס זעהט אויס ווי א איבערזעצונג פון איש חמודות, איך בין דורך געלאפן די גאס האב איך אים געזעהן אויפן שעלף אבער פארגעסן דעם נאמען,

די נאמען? אזוי הייסט עס: "ר' מיכאל בער" ! גדול מרבן שמו!
אגב שרייבט ער דארט, אז ער האט געטראכט צו מאכן דעם אידישער ספר, ווארט ביי ווארט פון דעם לשון הקודש'ן "איש חמודות", אבער עס איז אים צוגעקומען נייע אינפארמאציע, ממילא איז אין דעם דא מער ווי אין "איש חמודות", אזוי אז אפי איינער האט שוין "איש חמודות", קען עס אים זיין אינטערעסאנט.

נעכטן האב מיר געקויפט דעם צווייטן באנד "ר' מיכאל בער", ס'איז מלא וגדוש, האב מיר געבלעטערט דערינען ביז שפעט, רעקאמענדירט צו קויפן פאר קינדער צו ליינעןת אסאך אהבת התורה והמצוות און יראת שמים קען מען זיך דערפון לערנען.

בין הדברים ברענגט ער די פרטים איבער די יוסף שפיל שפילן וואס איז געשפילט געווארן ע"י יוצאי הישיבה בימי רחמ"ד, זעמיר געוואויר געווארן אינטערעסאנטע חידושים.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:17 am
דורך Gevald Geshrigen
אויך יעצט איבערגעדרוקט מן המיצר. צוויי מעלות איינס עס איז שיין איבערזעצט והשנית כידוע איז דער אריגינעלער מן המיצר געשריבן מיט א מדוקדק וקיצור שפראך וואס מאכט שווער צו פארשטיין און דאס האט מען אויך מרחיב געווען אסאך דעם דיבור.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:01 am
דורך טהור-עיניים
אז עס איז דא צו קויפן דער צווייטער באנד האט מען כאטש איבערגעדרקט דעם ערשטן אויך? ער איז שוין א שטיק צייט נישט דא צו באקומען.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 7:28 am
דורך farshlufen
טהור-עיניים האט געשריבן:אז עס איז דא צו קויפן דער צווייטער באנד האט מען כאטש איבערגעדרקט דעם ערשטן אויך? ער איז שוין א שטיק צייט נישט דא צו באקומען.

געזען אין ספרים סטאר ביידע בענדער אויף די פאליצע.