"איש חמודות" על הגה"ק מהרחמ"ד ווייסמאנדל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

"איש חמודות" על הגה"ק מהרחמ"ד ווייסמאנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

עטליכע טעג צוריק געקויפט דעם נייעם ספר "איש חמודות" און איך קען נישט אראפלייגן פון די האנט.

ווער עס וויל וויסן ווער עס איז געווען דער גרויסער צדיק, פיקח, עניו, מקים עולה של תורה, אב רחמן, מושיען של ישראל, גאון הגאונים, רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצוק"ל הי"ד, זאל קויפן דעם ספר בעפאר עס לויפט אויס אין די געשעפטן.

א זעלטענער דימאנט שטיין אין עולם הספרים, וואס איז אויך א געוואלדיגער חיבור אויפ'ן חורבן אייראפע, און נאך דערצו איז עס אמת'דיג לשון הקודש און נישט קיין שמץ עברית. פאר דעם "אליינס" דארף מען עס קויפן, מחזק צו זיין די מחברים פון "ערליכע לשון הקודש"'דיגע ספרים.

דער מחבר ברענגט צוזאמען אויסטערלישע פאקטן מקורות חייו של צדיק נשגב הזה, ווי

1) ער האט זיך אויסגעלערנט די אראבישע שפראך, אין בלויז פיר וואכן!, צו קענען לערנען דעם כתב יד פון הייליגן רמב"ם זי"ע אין אקספארד מוזעאום אין ענגלאנד וואס איז געשריבן אויף לשון ערבי,

2) אין די ביטערע חורבן יארן ווען ער האט איבערגעדרייט די וועלט מיט פעולות הצלה, מיט אלע מיני מענטשן און אלע מיני טירדות און פרעשור און אומאויפהערליכע בשורות רעות פון גאנץ אייראפע ה"י - אנקומענדיג אהיים אדער אין ביהמ"ד שפעט ביינאכט האט ער זיך געזעצט לערנען גמרא תוספות 4-5-6 שעה רצופות, אפטמאל ביז צופרי (מיט א הפסקה פון תיקון חצות),

3) רבינו הק' בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע האט זיך פארשטאנען מיט אים ווי מיט קיינעם אנדערש, און ער איז געווען דער איינציגסטער מענטש וואס האט געהאט אן אפענע טיר צום רבי'ן 24-7-365 און פארברענגט מיט אים צווישן 4 אויגן כידוע וכו' וכו',

4) נאכ'ן חורבן, ווען מען האט געדארפט איבערלאזן אייראפע, האבן אידן אויסגעוועלט אר"י אדער אמעריקע, טייל קאנאדא אדער סאוט אמעריקע - אבער רבי מיכאל בער האט זייער שטארק געוואלט גיין, צוזאמען מיט נייטרא ישיבה, קיין ... מאראקא.....!!!!!!!!

5) ער איז געקומען צום סוף קיין אמעריקע, אויפ'ן השתדלות פון מוהרמ"מ פעלזנבורג ז"ל, מיט צוויי תנאים, 1) אז נייטרא ישיבה זאל זיין אינדרויסן פון שטאט, און 2) נאך א תנאי כמוס וואס מוהרחמ"ד און ר' פעלזנבורג האבן קיינעם נישט דערציילט און מיטגענומען דעם סוד אויף יענע וועלט.

6) שוין לאנג באקאנט אז ער האט ערפינדן דעם סוד פון טרעפן רמזי תורה באזירט אויף א באשטימטע מאס אותיות בדילוג צווישן אנדערע אותיות, כידוע, און די באקאנטסטע דערפון איז אז די ווארט "תורה" געפינט זיך אנהויב בראשית און שמות, בדילוג, לויט אותיות כסדרן, און ביים סוף פון במדבר און דברים אויף צוריקוועגס, און ביי ויקרא פונקט אינמיטן ספר, בבחי' אל פני המנורה יאורו וכו' וכו'. ---- אבער אינעם "איש חמודות" ווערט איבער דעם ענין דערציילט אסאך זאכן, הפלא ופלא פונקן פון הימל, וואס רבי מיכאל בער האט געזען. ביים סוף פונעם חורבן, ווען ער איז געזעצן אין בונקער מיט הרה"ק מסטראפקוב זי"ע און נאך, האט ער אויסגענוצט די צייט מיט א קליינע תנ"ך אין די האנט און געלערנט און געפינען "הונדערטער" אזעלכע רמזים וסתרי תורה.

7) עס נישט פארהאן א מענטש וואס האט אזוי גוט ווי ער מיטגעהאלטן סיי די רשעות הציונים ביים חורבן אייראפע, און סיי די רשעות הציונים ביים גרינדן די מדינה הטמאה, און די דאזיגע "קאמבינאציע" האט אים אזוי חרוב געמאכט, אז די זעלבע רוצחים בגוף האבן ליידער מצליח געווען צו זיין די רוצחים בנפש --- רבי מיכאל בער האט געזאגט אז ווען רבינו הק' מסאטמאר זאל וויסן אזויפיל ווי ער האט געוואוסט, וואלט ער אויך געוויינט טעג און נעכט און עס נישט אויסגעהאלטן.

8) איך זאג אייך אידן, לא נראה כבושם הזה פאר א לאנגע לאנגע צייט. איך האב גארנישט קיין אינטערעסע, נאר פשוט צו לאזן וויסן אידן אז מתנה טובה איז יעצט אנגעקומען אין די געשעפטן. ווער איז מחשיב דעם גרויסן צדיק, ווער איז איז מחשיב א ספר צו דער זאך, א ביאגראפיע וואס מ'האט שוין נישט געזען אזאנס, זאל עס קויפן ווי פריער.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך זאג אייך... איך זיץ שוין אויף דעם ספר זינט חוה"מ סוכות און יעדע נאכט ליין איך עס ביז איך מאך צו מיינע אויגן. נאר וואס דען? עס איז מיר נישט בייגעפאלן צו מאכן א נושא דערפון אין קרעטשמע. אבער אז מען רעדט שוין וויל איך זאגן אז איך געדענק שווער א ספר וואס איך האב אזוי "ענדזשויט" ווי דאס. עס איז מלא וגדוש מיט גאר גאר אינטערסאנטע היסטארישע פאקטן.

די חלק הקריטיק:

1) דער שרייבער ברענגט זייער גוט ארויס פארוואס מען וויל נישט ליינען ר' מיכאל בער'ס זעלבסט-געשריבענע ווערק איבערן חורבן, און ער איז שוין איינמאל גערעכט. ר' מיכאל בער האט עס געשריבן מיט טרערן, און אסאך זאכן איז שווער צו פארשטיין פאר אונז אינגערע וואס ווייסן נישט קיין פשוטע פאקטן.

דער שרייבער טוט כמעט גארנישט אויף אויף דעם געביט, חוץ דעם וואס ער לייגט צו פרישע פאקטן, טוישט ער בכלל נישט די לשון פון ר' מיכאל בער, און אין דעם חלק החורבן קען מען היפש צעמישט ווערן ווי טיפער מען קריכט אריין.

2) פון אנהייב האט דער מחבר שליט"א באשלאסן צו מאכן דיקערע אותיות די לשונות וואס ער איז מצטט פון אנדערע, און מיט די צייט פארגעסט ער פון דעם כלל, און נישט איינמאל כאפט מען נישט ווען עס הייבט זיך אן און ווען עס ענדיגט זיך יענעמס לשון, און צומאל לייגט ער פשוט צו א הערה אונטן אז "עד כאן מלשון ה..." אינדערצייט וואס ער וואלט זיך געדארפט האלטן צום כלל אז ציטוטים קומען דיקערע אותיות.

אן עקסטערע קאמפלימענט:

א גרויסע יישר כח פארן מחבר פארן מאכן דעם ספר אין לשה"ק, כאטש ער באנוצט זיך פיל מיט עברית באדערט עס מיר בכלל נישט, ווייל דער מחבר האט ווארשיינליך אין פלאן עס צו דיסטריביוטן אין א"י, וואס דארט איז דאס פלאץ וואס דער ספר "מוז" צעשפרייט ווערן מדן ועד באר שבע און אויפדעקן פאר יעדעם די שוידערליכע פאקטן פון ווער עס איז געשטאנען אונטערן חורבן.

אבער נאר בתנאי אז דער מחבר גייט עס טאקע טון, ווייל אויב נישט וואלט דער ספר פיל בעסער און לייטישער געווען אויף אידיש... ווי די וואס האבן שוין דורכגעליינט דעם ספר וועלן מעיד זיין.

ועוד חזון למועד נאכן ענדיגן ליינען דעם וואונדערליכן ביכל.

רעיטינג: * * * * *
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שקויעך יוטערליך ווי גרויזאמער פארן דאס מיטטיילן פארן עולם
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח אייך ביידן. מ'וועט עס אי"ה איינהאנדלען.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווער איז דער מחבר?
--
יישר כח פאר די חשוב'ע שרייבער אנהייב אשכול.
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

אגב, אויפן קעפל פון דעם אשכול,

יוםטוב ערליך, וואלסט דיך געמעגט לערנען פונעם ספר זעלבסט, קיינער ווערט דארט נישט באטיטעלט "הגה"ק" (אויסער די גרויסע, פארשטייט זיך). דער מחבר אליין ווערט באטיטעלט הגה"צ, און זייער אסאך וואס מען רופט שוין היינט הגאון הקדוש קודש הקדשים, ווערן דארט גערופן בלויז הגה"צ אדער הרה"ג. ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן, איידער ס'האט אויסגעבראכן די "אינפלאציע פון טיטלען" (כלשונו הזהב של הגה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל). דאס איז אין איינקלאנג מיט רבי מיכאל בער'ס וועזן, ווער ס'האט אים געקענט, סא לאז עס אזוי, הגה"צ, כאטש קיינער קריגט נישט אויף זיין גדלות, אבער כל היתר כניטל דמי
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

נעכטן נאכט האב איך געענדיגט דורכלערנען דעם ספר "איש חמודות", און איך זאג ענק אז כאטש עס איז טאקע כמעט 500 זייטן וואלט איך געוואלט עס זאל זיין דאפלט אזוי דיק, אזוי זיס און ברענענדיג איז דער ספר.

דער בעה"ב פון א גרויסן ספרים סטאר זאגט מיר, גראדע, אז אלע קאפיעס זענען שוין אויסגעלאפן און מ'דארף עס איבערדרוקן צום צווייטן מאל - א היסטארישע דערגרייכונג אויף א לשה"ק ביאגראפיע פון א היינטיגן גדול בלויז 2 חדשים נאכ'ן ארויסקומען [כאטש רבי מיכאל בער איז גארנישט אזוי "היינטיג"].

לא נראה כבושם הזה א לאנגע צייט. כאפט עס ווילאנג ס'איז דא.

נ"ב. איך האב נישט קיין שום אינטערעסע, נאך קיינמאל נישט געזען דעם מחבר, כ'ווייס נישט ווער ער איז, אבער זיין ווערק אויפ'ן זיידן איז אויסטערליש.

*
צו "גרויזאמער", דער ספר האט אפשר א ברעקל עברית פארווארפן דא און דארטן, אבער עס איז ממש "סאטמארער לשון הקודש", די ווייטסטע וואס קען זיין פון היינטיגע מאדערנע עברית.

*

צו "שקר הדייעט", ביסט גערעכט, אבער אויב איינער פארדינט די אלע טיטולן איז עס טאקע רבי מיכאל בער זצ"ל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גראדע האט ער נישט געפרינט קיין סאך, כ'מיין אפילו אז נאר בערך 1000 קאפיעס, ער האט זיך שטארק אונטערגעשאצט. אבער עס מאכט נישט אויס, נעכטן אין ספרים געשעפט הער איך עס עמיצין עס בעטן. אקיצער עס איז דא א גרויס פארלאנג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

און ספר "איש חמודות" (ח"ב דף רסב) שטייט א דבר צחות, וז"ל: שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצירך בגן עדן מקדם, למה נקטו שמחה זו דוקא, הרי מצינו שאמרו חז"ל מי שלא ראה שמחת בית השואבה וכו', ולמה הזכירו שמחת אדם הראשון ולא שמחת בית השואבה? אלא שנשואי אדם הראשון וחוה היתה שמחת מיוחדת במינה - שלא היו בה רבנים... (מפי ר' נחום הירש ששמע פי רבי מיכאל בער שכן שמע מפי רבי שמואל לוי וויינבערגער אב"ד סערדעהאלי)

דער זעלבע צחות שטייט אין ספר "עצי חיים" (החדש על מועדים דף ת"ו) דארט ליקט עס אין חלק "ליקוטים על המועדים בשם הגה"צ אב"ד טענקא ז"ל תלמיד רבינו זצ"ל". ווען כ'האב אמאהל מעורר געוועהן כ"ק הגה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שליט"א דערוועגן, האט ער מיר גענפערט: יעצט פארשטייסטו פארוואס מיין טאטע האט נישט געוואלט אויסמישען, נאר די אלע זאלען גיין עקסער פאר זיך אין א אייגענע אפטיילונג, נישט קיין נפק"מ ממי יצאו הדברים, ער האט דיירעקט חושש געוועהן אויף די אלע מפי השמועה, אזוי איז געעועהן אפילו בחידו"ת און כ"ש מיי סיפורים און עובדות".
אגב דארט שטייט נישט צו דער טענקא רב זעלבסט איז געווען דערביי ווען דער עצי חיים האט געזאגט דער צחות.

לא באתי אלא להוספה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

סאיז ערגעץ ווען די טעג דער יארצייט פון דעם גרויסען מאנס פערזאהן, עליו השלום
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

יארצייט איז היינט ביינאכט ו' כסלו
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ישלהוסיף האט געשריבן:און ספר "איש חמודות" (ח"ב דף רסב) שטייט א דבר צחות, וז"ל: שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצירך בגן עדן מקדם, למה נקטו שמחה זו דוקא, הרי מצינו שאמרו חז"ל מי שלא ראה שמחת בית השואבה וכו', ולמה הזכירו שמחת אדם הראשון ולא שמחת בית השואבה? אלא שנשואי אדם הראשון וחוה היתה שמחת מיוחדת במינה - שלא היו בה רבנים... (מפי ר' נחום הירש ששמע פי רבי מיכאל בער שכן שמע מפי רבי שמואל לוי וויינבערגער אב"ד סערדעהאלי)

דער זעלבע צחות שטייט אין ספר "עצי חיים" (החדש על מועדים דף ת"ו) דארט ליקט עס אין חלק "ליקוטים על המועדים בשם הגה"צ אב"ד טענקא ז"ל תלמיד רבינו זצ"ל". ווען כ'האב אמאהל מעורר געוועהן כ"ק הגה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שליט"א דערוועגן, האט ער מיר גענפערט: יעצט פארשטייסטו פארוואס מיין טאטע האט נישט געוואלט אויסמישען, נאר די אלע זאלען גיין עקסער פאר זיך אין א אייגענע אפטיילונג, נישט קיין נפק"מ ממי יצאו הדברים, ער האט דיירעקט חושש געוועהן אויף די אלע מפי השמועה, אזוי איז געעועהן אפילו בחידו"ת און כ"ש מיי סיפורים און עובדות".
אגב דארט שטייט נישט צו דער טענקא רב זעלבסט איז געווען דערביי ווען דער עצי חיים האט געזאגט דער צחות.

לא באתי אלא להוספה.

כבר קדמו, והראשון המביאו, הוא בספר עולמו של אבא, בשם הגאון רבי גרשון שטערן זצ"ל אב"ד מאראש לודאש, בעל ילקוט הגרשוני,
שאכן מסתברא לומר על שמו, שכל ספריו מלאים בדברים צחות ובדיחותא,
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ראש הקהל האט געשריבן:

באתי הכתוב השלישי ויכריע...
נו אויב אזוי איז די קשיא וואלט עס שוין געקענט געדריקט ווערען און דער קדושת ציון...
אדער דער קדושת ציון פארמאגט א ליקוט נאר פון פולישע.
ערענסט גערעט, ס'דא אמאל גוטע אויסדריקען וואס איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארען.

איז דא נאך חידושי תורה אויפן עצי חיים משמו פונם טענקא'ער רב? דאס דארף נישט זיין אזוי שווער נאך צוקוקען מקורות הדברים.
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

ווילסט טאקע זיך פארמעסטן נאך צו זיכן דעם נאמנות פון טענקא רב נאכצוזאגן בשם רבו העצ"ח, ווייל דו האסט געטראפן א ווערטל וואס נאך איינער שרייבט. ווער סאיז א שטיקל מבקר ספר ווייסט אז דאס איז מעשים בכל עת ובכל שעה צו טרעפן א רעיון ובפרט א דבר צחות און מערערע פלעצער.
ווייסטו טאקע נישט אז דער עצ"ח איז געווען זיין רבו מובהק אסאך יאר, און ער האט ממש געלעבט מיט אים, שטענדיג גרעדט פון אים און נאכגעזאגט חידו"ת אין סיפורים.
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

ישלהוסיף האט געשריבן:און ספר "איש חמודות" (ח"ב דף רסב) שטייט א דבר צחות, וז"ל: שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצירך בגן עדן מקדם, למה נקטו שמחה זו דוקא, הרי מצינו שאמרו חז"ל מי שלא ראה שמחת בית השואבה וכו', ולמה הזכירו שמחת אדם הראשון ולא שמחת בית השואבה? אלא שנשואי אדם הראשון וחוה היתה שמחת מיוחדת במינה - שלא היו בה רבנים... (מפי ר' נחום הירש ששמע פי רבי מיכאל בער שכן שמע מפי רבי שמואל לוי וויינבערגער אב"ד סערדעהאלי)

דער זעלבע צחות שטייט אין ספר "עצי חיים" (החדש על מועדים דף ת"ו) דארט ליקט עס אין חלק "ליקוטים על המועדים בשם הגה"צ אב"ד טענקא ז"ל תלמיד רבינו זצ"ל". ווען כ'האב אמאהל מעורר געוועהן כ"ק הגה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שליט"א דערוועגן, האט ער מיר גענפערט: יעצט פארשטייסטו פארוואס מיין טאטע האט נישט געוואלט אויסמישען, נאר די אלע זאלען גיין עקסער פאר זיך אין א אייגענע אפטיילונג, נישט קיין נפק"מ ממי יצאו הדברים, ער האט דיירעקט חושש געוועהן אויף די אלע מפי השמועה, אזוי איז געעועהן אפילו בחידו"ת און כ"ש מיי סיפורים און עובדות".
אגב דארט שטייט נישט צו דער טענקא רב זעלבסט איז געווען דערביי ווען דער עצי חיים האט געזאגט דער צחות.

לא באתי אלא להוספה.

טענקא רב האט דאס איינמאל נאכגעזאגט ביי א שבע ברכות פון א אייניקל פונעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל
וידוע הדבר תורה להגיד שבחו של אהרן שלא שינה שנדפס בייטב לב ואחריו בעצי חיים ובדברי יואל מדעת עצמן
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

שישא האט געשריבן:ווילסט טאקע זיך פארמעסטן נאך צו זיכן דעם נאמנות פון טענקא רב נאכצוזאגן בשם רבו העצ"ח, ווייל דו האסט געטראפן א ווערטל וואס נאך איינער שרייבט. ווער סאיז א שטיקל מבקר ספר ווייסט אז דאס איז מעשים בכל עת ובכל שעה צו טרעפן א רעיון ובפרט א דבר צחות און מערערע פלעצער.
ווייסטו טאקע נישט אז דער עצ"ח איז געווען זיין רבו מובהק אסאך יאר, און ער האט ממש געלעבט מיט אים, שטענדיג גרעדט פון אים און נאכגעזאגט חידו"ת אין סיפורים.

מזאגט אז ער האט יעדן טאג עפעס דערמאנט פון זיין רבי'ן דער הייליגער עצי חיים
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

סיגוט האט געשריבן:

ווער איז דער מ' זאגט, ווער איז דער מ'?
וואס פונקטליך מיינט "רבו מובהק" אין אונזער פאל?
האר ער טאקע נאכגעזאגט חידושי תורה פונם עצי חיים?
חידושי תורה וואס שטייט נישט אונם ספר עצי חיים?
זיי נישט כסיל בחושך הולך, אין בין א גרויסע חסיד פונם כלל ניתי ספר וניחזי,
איז אלזא אזוי פון די אלע ביז דערווייל געדריקטע ספרים פונם טענקא רב, וויפיל מאל האט ער שוין אנגעקלאפט אין א "ושמעתי מפי וכו'" וואס זאל מיינען דעם עצי חיים?
אין דעם 'ליקוטי עצי חיים', וויפיל מאל ברענגט דער מו"ל בשם דער טענקא רב חוץ דעם אויבערדערמאנטע צחות?

די גוזמאות וואס איינער פלעפעלט נאך פונם צווייטען איז מורא'דיג גרויס.
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

ישלהוסיף האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:ווילסט טאקע זיך פארמעסטן נאך צו זיכן דעם נאמנות פון טענקא רב נאכצוזאגן בשם רבו העצ"ח, ווייל דו האסט געטראפן א ווערטל וואס נאך איינער שרייבט. ווער סאיז א שטיקל מבקר ספר ווייסט אז דאס איז מעשים בכל עת ובכל שעה צו טרעפן א רעיון ובפרט א דבר צחות און מערערע פלעצער.
ווייסטו טאקע נישט אז דער עצ"ח איז געווען זיין רבו מובהק אסאך יאר, און ער האט ממש געלעבט מיט אים, שטענדיג גרעדט פון אים און נאכגעזאגט חידו"ת אין סיפורים.

מזאגט אז ער האט יעדן טאג עפעס דערמאנט פון זיין רבי'ן דער הייליגער עצי חיים

ווער איז דער מ' זאגט, ווער איז דער מ'?
וואס פונקטליך מיינט "רבו מובהק" אין אונזער פאל?
האר ער טאקע נאכגעזאגט חידושי תורה פונם עצי חיים?
חידושי תורה וואס שטייט נישט אונם ספר עצי חיים?
זיי נישט כסיל בחושך הולך, אין בין א גרויסע חסיד פונם כלל ניתי ספר וניחזי,
איז אלזא אזוי פון די אלע ביז דערווייל געדריקטע ספרים פונם טענקא רב, וויפיל מאל האט ער שוין אנגעקלאפט אין א "ושמעתי מפי וכו'" וואס זאל מיינען דעם עצי חיים?
אין דעם 'ליקוטי עצי חיים', וויפיל מאל ברענגט דער מו"ל בשם דער טענקא רב חוץ דעם אויבערדערמאנטע צחות?

די גוזמאות וואס איינער פלעפעלט נאך פונם צווייטען איז מורא'דיג גרויס.

קודם כל דאס וואס ווערט נישט דערמאנט אזוי סאך אין זיינע כתבים בשם עצי חיים וואס למעשה ווערט אראפגעברענגט עטליכע חידושים על הש"ס אין חמד שלמה, איינס אז ער האט געהאט א גרויסע שריפה בשנת תש"נ ווי אסאך פון זיינע כתבים זענען פארברענט געווארן ועוד האט עפעס יעדע תלמיד מובהק אראפגעברענגט פרישע תורות פון זיין רבי'ן די איינע ענין איז געזאגט געווארן ביי א סאטמארע ש"ב פארדעם אי דאס פארצייכענט געווארן קען זיין ער האט געהאט נאך דברי תורה קיינער איז נישט געגאנגען אים אינטערוויוען הערן צו ער האט נאך תורות פון זיין רבי'ן.
קוק אין גדול בישראל ווערט געברענגט אז ער איז געווען זיין רבו מובהק לערנענדיג דארט עטליכע יאר און עס ווערט נישט געברענגט אז ער האט געהאט נאך א רבי מובהק און דאס איז געווען ידוע אלע יארן דא אין אמעריקא וואו ער האט זיך נאנט געהאלטן מיט ידידו רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל אלס א זון פון זיין רבי מובהק.

אגב אויב ווילט איר דעבאטירן די נושא באלאנגט עס אינעם עצי חיים אשכול
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לאמיר זיך נישט נער'ן, ווען ער וואלט טאקע געוועהן דעם מעין המתגבר בתורת ועובדות מרבו, וואלט מען שוין געוועהן ביי איהם פאר אינטרוויוס,
האסטו געציילט וויפיל מאהל דער מושיעין של ישראל אונם כרך בנוגע העצי חיים, וויפיל איז בשם דער טענקע רב?
א מענטש וואס האט באזיצט אזוי פיל פונם עצי חיים, און דאס איינציגע זאך וואס מ'ווייסט אז ער האט געזאגט איז א דבר צחות ביי א סאטמאר שבע ברכות?
אין ווען נישט יענעם שבע ברכות וואלט מען דעם איינעם צחות אויך נישט געהאט.
אין דער צחות איז שוין געוועהן געדריקט לפני המלחמה, אזוי ווי איינער האט דא אראפ געברענגט?

עס איז מיר אביסעל א חידוש, אין איך האב רעכט ארויף צו ברענגען דער דבר התמוה בעיני.
אזוי זעהט אויס ווען מע'בלאזט אויף א זאך צופיל.
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 11:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב יש להוסיף, ביטע שעהן מישט אריבער דאס בלעטל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אני הקטן האב געליינט ביידע בענדער איש חמודות
אויך די ליקוטים פון זיינע דברי תורה ודרשות כ'געדענק נישט קלאהר דער נאמען
אויך דער לעצטע דרוק מן המיצר
אבער שפעטער ווען איך האב געוואלט קויפען זיינע מכתבים וכתבים וועגען הישיבה והיישוב איז דאס נעלם געווארען אין דער ספרים געשעפט
אבער איין זאך איז קלאהר ער איז געווען אנ איש האשכולות א ריז וחבל על דאבדין...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

msp האט געשריבן:אני הקטן האב געליינט ביידע בענדער איש חמודות
אויך די ליקוטים פון זיינע דברי תורה ודרשות כ'געדענק נישט קלאהר דער נאמען
אויך דער לעצטע דרוק מן המיצר
אבער שפעטער ווען איך האב געוואלט קויפען זיינע מכתבים וכתבים וועגען הישיבה והיישוב איז דאס נעלם געווארען אין דער ספרים געשעפט
אבער איין זאך איז קלאהר ער איז געווען אנ איש האשכולות א ריז וחבל על דאבדין...

תורת חמ"ד

געקויפט און דורכגעליינט אין ישיבת נייטרא מאונט קיסקאו
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב קרעמער שליט"א, דער נאמען תורת חמ"ד איז דער ספר וואס איז פארשווינדען געווארען
דער ספר דברי תורה וואס איך האב יא איז ארויסגעקומען דארך אנ'אייניקל
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

farshlufen האט געשריבן:רב מס"פ:
http://www.hebrewbooks.com/42028

www.hebrewbooks.org/42028

דאס איז א אלטער דרוק, שוין איבערגעדרוקט מיט הוספות, אינז האמער דאס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”