בלאט 1 פון 1

המאור טור

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2007 9:34 am
דורך אלעקסיי
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער די נייע המאור טור וואס דארף - אדער איז שוין - ערשיינען, מיט וואס זענען זיי בעסער פון די מכון-ירושלים טור? איין זאך האב איך גלייך באמערקט אז אויפן ב"ח האבן זיי געמאכט גאר א גוטן ארבעט מיט די הגהות, משא"כ מ"י האט כמעט נישט בארירט די ב"ח, ווי אויך רעדן זיי עפעס פון 54 נייע כתבי ידות פירושים אויף טור בית יוסף, וואס קוקט אויס אביסל מוגזמ'דיג, ווייסט איינער ווי מקען זעהן א געהעריגע סעמפל (נישט די קליינע קונטרס'ל וואס זיי האבן פארטיילט פארגאנגענעם סוכות) ???

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 8:28 am
דורך זעליג
וואס טוהט זיך טאקע מיט דעם. מ'זעהט עס כמעט נישט פאר די אויגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 9:50 am
דורך scy4851
אפשר אפס כסף!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 11:54 am
דורך זעליג
מיינס צו זייער'ס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 11:56 am
דורך scy4851
די ווילסט דאך קויפען! ניין?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 1:54 pm
דורך זעליג
איך האב שוין פון מכון ירושלים.
סע לוינט צו קויפן זייער'ס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 3:24 pm
דורך scy4851
איך קען דיר נישט זאגען.
מיין זוהן האט פון מכון ירושלים.
עס איז א הערליכע ארבעט.

everybody wants to outdo the other

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 4:37 pm
דורך סאדע_באטל
איין אינטערסאנטע זאך

מכון ירושלים האט אין אלע ד' חלקי, האבן זיי צוגעצייכענט אין טור מיט קליינע אותיות די סעיף וואס די מחבר רעדט פון די הלכה.

המאור האט דאס נישט, נאר אין חשן משפט.
האט מיר איינער געזאגט פשט דערין, אז די געדאנק איז נישט קיין נייע, עס איז שוין געווען אין די אלטע ווארשעווע (???) טור, אבער נאר אין חושן משפט, אין מכון ירושלים האט נאכקאפירט דעם געדאנק אויף אלע ד' חלקי, אבער זיי האבן ארויסגענומען א פאטענט דערויף, (PATENT) ממילא קען מען זיי נישט נאכמאכן, משא"כ אין חושן משפט זענען זיי נישט די מחדש פון די געדאנק, קען המאור דארט אויך עס מאכן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 5:35 pm
דורך מיללער
סאדעניו,

יא אין חושן משפט האבן די פריערדיגע דרוקן אויך די סימני הסעיפים פונעם שו"ע, אבער א דאנק פאר די ידיעה איבער דעם פאטענט, טאקע א חידוש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:35 am
דורך שטיקל גבאי
אבער וואס לוינט זיך ארויסצוגעבען א נייע טור, אז מען איז גארנישט מחדש?