דער בוך פון ב. גערטנער ע"ה די ערשטע פלאמען אין אמעריקא

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

דער בוך פון ב. גערטנער ע"ה די ערשטע פלאמען אין אמעריקא

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג אפריל 12, 2015 12:09 pm

א גאר אויפגעכאפטער בוך איז נארוואס ערשינען פון די גערטנער משפחה ווי די רבצין פון רבי זאנוויל גערטנער ע"ה לייגט אראפ דער גאנצער השתלשלות פון זייערע ערשטע קערנדלעך וואס זיי האבן איינגעזייט במסירות נפש פאר די אידישע אויפבליה אינעם מדבר שממה "אמעריקא"


[איינע פון די גאר היסטארישע קאפיטלען וואס ווערן איבערגעגעבן ערשט האנטיג פון מרת גערטנער ע"ה איז די באקאנטע טרויעריגע פרשת יאסעלע שוכמאכער ווי די גערטנער משפחה האט געשפילט א גרויסע ראלע,
צווישען אנדערע שטייט דארט באריכטעט אז היימישע אידישע חברה האבן געארבעט פאר די שלטון הציוני צו פארכאפן יאסעלע, און האבן געשיקט צו די גערטנער משפחה פארשטעלטע שפיאנען צו כאפן דאס קינד, איז דאס שוין ערגעצווי באריכטעט געווארן?]

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 12, 2015 12:22 pm

צדיק כתמר יפרח פון אליהו קאופמן רעדט איבער די היימישע וואס האבן ארויסגעגעבן.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 12, 2015 12:24 pm

דאס ביכל בעצם איז א הערליכע געשיכטע דורכגעווייקט מיט מסי"נ און ערליכקייט, א חוב אין יעדע אידישע שטוב.

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » זונטאג אפריל 12, 2015 12:28 pm

להודיע האט געשריבן:צדיק כתמר יפרח פון אליהו קאופמן רעדט איבער די היימישע וואס האבן ארויסגעגעבן.

ער באריכטעט אז מען האט געשיקט קיין מאנסי א [פארשטעלטע] משולח איינשטיין ביי גערטנער בכדי צו איבערגעבן יאסעלע?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג אפריל 12, 2015 2:41 pm

להודיע האט געשריבן:דאס ביכל בעצם איז א הערליכע געשיכטע דורכגעווייקט מיט מסי"נ און ערליכקייט, א חוב אין יעדע אידישע שטוב.


ריכטיג, די ערשטע טעג האט עס מיין אידענע געליינעט און די צווייטע טעג מיין טאכטער, מלא אמונה און בטחון, א שטיק מסי"נ.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 12, 2015 2:43 pm

אוואו מען שטייט און גייט, הערט מען גאר גוטע גריסן פון דעם בוך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אפריל 12, 2015 3:11 pm

האט איינער א בילד פון ר' זאנוול?

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אפריל 12, 2015 3:19 pm

די בוך איז עפעס וואס האט מיך איבערגענימען גאר שטארק, די עיקר אורזאך פארוואס דאס האט מיך געמיינט מער פון אנדערע ביכער, ווייל געווענטליך ווען מען לייענט א מעשה פון די סארט קאליווער מסירת נפש איז דאס געווענטליך מאסקאווע קארדאווע, א.ד.ג. נישט קיין חילוק ווען די מעשה איז געווען ווערט עס אין מח אריין געפראגרעמט אויף די זייט פון היסטאריע, אבער דא רעדט מען פון הארלעם, איסט סייט, בראנקס, ווילימסברוג, יא יא דא האט זיך די אלע זאכן אפגעטון און עס קען אינז מיינען טאג טעליך אין אינזער היינטיגע אמעריקע אויך, לויט די היינטיגע דרגות מיט די היינטיגע נסיונות.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 12, 2015 3:45 pm

קען איינער ביטע ארויפשטעלן א בילד פון דעם ביכל?

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג אפריל 12, 2015 11:28 pm

.
צוגעלייגטע
Ershte Flamen.jpg

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:36 am

יישר כח.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אפריל 13, 2015 8:14 am

דורכגעליינט דעם ביכל פארגאנגענע חול המועד פון דעקל צי דעקל, עס איז ווערד געווען יעדע מינוט! יעדע שורה איז וואונדער! דורכגעווייקט מיט פעלזן פעסטע אמונה און שטאלצקייט מיט פרומע ערליכע לעבנסשטייגער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:31 am

איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט צווישן די מלאכים מיט די פירערשאפט אין תורה ודעת רירט די בוך זייער ווייניג אן, איז עס שוין ערגעץ באשריבן?

אינעם בוך שטייט נאר אז די הנהלה איז נישט געווען צופרידן מיט די נייע גייסט פון די מלאכים און דערפאר זענען די מלאכים געווען געצווינגען צו זיכן א אייגענע ווינקל פאר זיך

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מאנטאג אפריל 13, 2015 4:30 pm

פשוט, ווייל די בוך איז נישט לשם היסטאריע, נאר לשם לימוד. {מפי המו"ל}
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מאנטאג אפריל 13, 2015 7:12 pm

מען קען אסאך לערנען פון זייער מסירות נפש בימים ההם נישט צו וועלן קאמפראמיזירען מיט אמעריקא אפילו ווען זיי זענען געבליבן ממש א מיעוט, עטליכע יחידים אליינס אינעם תהום פון טומאת אמעריקא

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:16 pm

פאר קינדער 'פון' וויפיל יאהר אלט, איז דער ביכל אינטערעסאנט צו קויפן?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:35 pm

פון ווען ער קען לייענען אן נקודות

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:47 pm

ייש"כ. דאן וועט דער בוך בעז"ה געשענקט ווערן אלץ א מתנה פארן 8-9 יעריגער.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אפריל 16, 2015 6:04 pm

יויש אויף מיין אחריות? עניוועיס כ'האף ער וועט הנאה האבן

עץ ארז
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2015 9:13 pm

תגובהדורך עץ ארז » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:15 pm

א זייער אינטערסאטע ביך. דיפרינד אנד ארידזשנאל.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:28 pm

ווערט שוין איבערגעדרוקט
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:36 pm

איך האב געליינט all for the boss איז דאס similar?
וועלכע איז אינטערעסאנטער? און מיט וואס איז עס אינטערעסאנטער?

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » מיטוואך אפריל 29, 2015 8:14 pm

די ארויסגעבער חסידים פון מלאך האבן ערליך ערפולט דעם רצון פון מלאך און ווייזן נישט קיין בילד פון אים.
מיר ברענט דאך דעם נייגער צו זען א בילד פון דעם צדיק, ווער ווייסט אויב עס איז בנמצא ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 8:40 am

רימונים, אין "אוצר אגרות קודש".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:17 pm

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך האב געליינט all for the boss איז דאס similar?
וועלכע איז אינטערעסאנטער? און מיט וואס איז עס אינטערעסאנטער?


כ'וואלט געזאגט לייענט אלע ביידע און דערנאך דערציילט אונז
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט