לכבוד ממלכת התורה עוז והדר

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

וואס שרייבן זיי דארט וועגן אן הסכמה פון ר' חיים עוזר?
וויסט איינער וואס דאס איז?
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

און אז מ'רעדט שוין יא איבער עוז והדר, אויף די גמרות זייערע גייט עס אזוי, די מסורת הש"ס ווינקל און די עין משפט ווינקל האבן קובע מקום געווען אויבן פונעם עמוד, רעכטס אדער לינקס [ווענד זיך עמוד א' צו עמוד ב'], אלע אנדערע זאכן וואלגערן זיך נעבעך שרעקליך ארום, קוקט אויס ווי מ'מאכט א גורל ביי יעדע דף באזונדער ווי יעדע זאך זאל לאנדן, אנדערע וואלטן געזאגט ס'קוקט אויס ווי מ'פלאצירט זיי מיט א זאלץ מעסטל.
איך הייב קוים אן די עמוד, אפסס א אל"ף, גיי ווייס אפשר גייט דא ווערן געטוישט א גירסא וואס גייט מיר גרינגער מאכן [אדער שווערער מאכן] די לערנען, נו, לאמיר כאפן א בליק אויף דעם אל"ף, כ'גיב א קוק רעכטס בערך אינמיטן די עמוד, אפסס רבינו חננאל, אינטער דעם, אפסס ליקוטי רש"י, שוין לאמיר פרובירן דערווייל צו גיין לינקס, אפסס גליון הש"ס, אפשר אונטער דעם, אפסס תורה אור השלם, נו נו אפשר אונטער תורה אור, אפסס רעק"א, נא איה מקום כבודו? אפשר צוריק צום רעכטן ווינקל אינטערן ליקטי רש"י, אויך נישט, הגהות הב"ח, צוריק לינקס, כ'געב אזא געשריי פון התרגשות "אה! דא איז ער!!"
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'האב געהערט אז ביי די קומענדיגע הוצאה גייט יעדער באקומען א מקום קבוע מער ווייניגער כפי האפשר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

געטראפן היינט א געפערליכע טעות אין די מתיבתא גמרא מס' קידושין לד: ער ברענגט צו א ריטב"א ממש א געפערליכע עם הארצות איך האב נאכגעקוקט אין ריטב"א האב איך געזעהן ער זאגט עס קיינמאל נישט. איך האלט מ'דארף זיי לאזן וויסן דערוועגן. ווייסט איינער וואו מען קען זיי קאנטעקטן
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

סתם אזוי האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין יא איבער עוז והדר, אויף די גמרות זייערע גייט עס אזוי, די מסורת הש"ס ווינקל און די עין משפט ווינקל האבן קובע מקום געווען אויבן פונעם עמוד, רעכטס אדער לינקס [ווענד זיך עמוד א' צו עמוד ב'], אלע אנדערע זאכן וואלגערן זיך נעבעך שרעקליך ארום, קוקט אויס ווי מ'מאכט א גורל ביי יעדע דף באזונדער ווי יעדע זאך זאל לאנדן, אנדערע וואלטן געזאגט ס'קוקט אויס ווי מ'פלאצירט זיי מיט א זאלץ מעסטל.
איך הייב קוים אן די עמוד, אפסס א אל"ף, גיי ווייס אפשר גייט דא ווערן געטוישט א גירסא וואס גייט מיר גרינגער מאכן [אדער שווערער מאכן] די לערנען, נו, לאמיר כאפן א בליק אויף דעם אל"ף, כ'גיב א קוק רעכטס בערך אינמיטן די עמוד, אפסס רבינו חננאל, אינטער דעם, אפסס ליקוטי רש"י, שוין לאמיר פרובירן דערווייל צו גיין לינקס, אפסס גליון הש"ס, אפשר אונטער דעם, אפסס תורה אור השלם, נו נו אפשר אונטער תורה אור, אפסס רעק"א, נא איה מקום כבודו? אפשר צוריק צום רעכטן ווינקל אינטערן ליקטי רש"י, אויך נישט, הגהות הב"ח, צוריק לינקס, כ'געב אזא געשריי פון התרגשות "אה! דא איז ער!!"

איך פארשטיי נישט דער טענה, זיי זענען געבינדען צו א צורת הדף, ס'נישט ווי שו"ע וואס קען אליין אויסשטעלן א צורת הדף.

דאס אז זיי האבן געלייגט די מסורת הש"ס אויף איין פלאץ איז א שטארקע שריט פאראויס נישט צו צו-ווארפן צופיל, אבער וואס זאלן זיי טוהן אויף עמודים וואס ס'נישטא קיין תורה אור, רעק"א וכדו'?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

א גוטן האט געשריבן:געטראפן היינט א געפערליכע טעות אין די מתיבתא גמרא מס' קידושין לד: ער ברענגט צו א ריטב"א ממש א געפערליכע עם הארצות איך האב נאכגעקוקט אין ריטב"א האב איך געזעהן ער זאגט עס קיינמאל נישט. איך האלט מ'דארף זיי לאזן וויסן דערוועגן. ווייסט איינער וואו מען קען זיי קאנטעקטן

http://www.oz-vehadar.com/he/%D7%A6%D7% ... 7%A9%D7%A8
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אז מ'רעדט פון עוז והדר איז דא א גרויסע פראבלעים, דאס אז פשוטו כמשמעו מען קען שווער לערנען נערמאל ווייל יעדע דריי שורות שלעפט דיך אן אות ארויס פון די גמרא צו טשעק'ן די נייע גירסא אין הגהות וציונים, און מען דארף האבן אייזערנע כוחות זיך נישט וויסנדיג צו מאכן דערפון.

זיי וואלטן געדארפט אריינלייגן פרישע כוחות אז די הגהות וציונים (חוץ די אלטע ווי הגהות הב"ח) זאל שטיין אין די בעק פון די גמרא כדוגמת ההגהות וציונים שבסוף הרמב"ם מהדורת פרענקל, דאס וואלט געווען זייער גיט אז "אויב" מען פילט עפעס איז שווער זאל מען אריינקוקן צום סוף צו עס איז דא א בעסערע גירסא
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אין בקהילה פסח איז ציטירט א שמועס צווישן די עורכים פון עוז והדר מיט הרב יעקב ב. פריעדמאן, ווארפט ער זיי פאר אט די טענה, זיי ענטפערן אז זיי ארבעטן טאקע דערויף , צו פארריכטן די הגהות וציונים זאל נישט זיין אזוי נערווען קריכנד.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

ניין אדרבה מיין טענה איז, אז אויב די מאכסט עס אין די בעק דאן קען די הגהות וציונים זיין פיל מער רייכער וכו' ווייל אין די בעק גייט קיינעם נישט אן אויב עס איז אביסל לאנג, משא"כ אויפ'ן דף איז מה נפשך נישט גיט, צו קורץ? מען וויל דאך אלעס וויסן, צו לאנג אויך נישט גיט, דרך הממוצע אויך נישט גיט ווייל סוף כל סוף איז סאך רואיגער צו לערנען אן די גאנצע מעשה, (האסט שוין אמאל געלערנט ארטסקרול? די זעלבע ווי עוז והדר נאר אן די ציונישע הגהות, ממש א מחי')
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

לעצטנס אנגעהויבן לערנען מסכתות אין זרעים, האמיר גענומען אין האנט אריין עוז והדר'ס "ספעציעלע ביילאגע" אפגעזונדערט פון מסכת ברכות באנד ווי ביז היינט, כ'האב פארשטאנען אז דארט איז זיכער אריין אומ-מידליכע כוחות (לפחות ווי די זמירות לשבת קודש, אדער די "מחזור" לפורים), דערווייל לא נגעו בו ידיהם כלל, בלויז זיך באגענוגענט מיט איבערהאקן די אותיות אויף א שיינע פאנט און זהו זה, ממש גארנישט, קיין שום מראי מקום אדער וואס.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

אל תשכן באהלך עולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זאגענדיג היינט די הפטורה אין א עוז והדר חומש האב איך געזען אז זיי זענען אויך עוסק אין המתקת הדינים.

אנשטאט פון מנקד זיין דעם שם אלקים האבן זיי מנקד געווען דעם שם הוי'.

זיי זענען מהפך די דינים אויף רחמים, אבער א ספר שאינו מוגה איז עס.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

אין וועלכער פסוק ?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

<< ·יחזקאל מד · כז · >>


וביום באו אל הקדש אל החצר הפנימית לשרת בקדש יקריב חטאתו נאם אדני יו"ד ה"א וא"ו ה"א
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

אין די נייע בלויע גמרות אויף ב"ק האב איך געזען אז זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער.

אין די תוספות האבן זיי געמאכט באלד יעדער וא"ת וי"ל, ואע"ג מ"מ, אויך האבן זיי אריינגעלייגט פיריעדס אין די תוס' וואס ס'ענדיגט זיך די קשיא און וואו ס'הייבט זיך אן א נייע ענין.

וואס גייט ווייטער?
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

פר בן בקר האט געשריבן:אין די נייע בלויע גמרות אויף ב"ק האב איך געזען אז זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער.

אין די תוספות האבן זיי געמאכט באלד יעדער וא"ת וי"ל, ואע"ג מ"מ,

זיכער האבן זיי געטראפן די ארגינעלע כתבי ידות פון די בעלי התוספות און געזען דארט אז זיי אליין האבן געשריבן וא"ת וי"ל און באלד. ס'איז דאך אזא וויכטיגע זאך! ס'לערנט זיך אזוי אנדערש! קאן דען זיין אז די בעלי התוספות האבן נישט געטוהן אלסדינג אז די לומדים זאלן בעסער פארשטיין?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פר בן בקר האט געשריבן:אין די נייע בלויע גמרות אויף ב"ק האב איך געזען אז זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער.

אין די תוספות האבן זיי געמאכט באלד יעדער וא"ת וי"ל, ואע"ג מ"מ, אויך האבן זיי אריינגעלייגט פיריעדס אין די תוס' וואס ס'ענדיגט זיך די קשיא און וואו ס'הייבט זיך אן א נייע ענין.

וואס גייט ווייטער?


גאר געשמאקע זאך. ס'וועט שטארק פארגרינגערן צו שנעל כאפן וואס טוט זיך אינעם תוספות.

זיי האבן נישט געמאכט באלד יעדע וא"ת וי"ל. נאר ווען ס'איז א נייע מהלך אין תוס', אדער בדומה לזה.

כ'מיין זאלסט נעמען א גמ' וואס די ד"ה פון תוס' און רש"י איז אויך נישט באלד. יענץ איז אויך א שפעטערע זאך, און יעדער פארשטייט אז ס'איז א גוטע זאך, די זעלבע מיט דעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

נא_שכל האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:אין די נייע בלויע גמרות אויף ב"ק האב איך געזען אז זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער.

אין די תוספות האבן זיי געמאכט באלד יעדער וא"ת וי"ל, ואע"ג מ"מ, אויך האבן זיי אריינגעלייגט פיריעדס אין די תוס' וואס ס'ענדיגט זיך די קשיא און וואו ס'הייבט זיך אן א נייע ענין.

וואס גייט ווייטער?


גאר געשמאקע זאך. ס'וועט שטארק פארגרינגערן צו שנעל כאפן וואס טוט זיך אינעם תוספות.

זיי האבן נישט געמאכט באלד יעדע וא"ת וי"ל. נאר ווען ס'איז א נייע מהלך אין תוס', אדער בדומה לזה.

כ'מיין זאלסט נעמען א גמ' וואס די ד"ה פון תוס' און רש"י איז אויך נישט באלד. יענץ איז אויך א שפעטערע זאך, און יעדער פארשטייט אז ס'איז א גוטע זאך, די זעלבע מיט דעם.

עקזעקטלי

ס'דא גענוג אנדערע זאכן אויף וואס צו האקן...
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

דאס האט שוין צוויי זייטן ביי פריערדיגע

דער הייליגער יעב"ץ האט מפסק געווען זיין גאנצן ש"ס (כמעט נישטא מער ווי 4 ווערטער נאכאנאנד, אן א קאמא אינדערמיט), מיטן פלאן עס צו דרוקן אזוי. (דער גאנצער ש"ס איז נאך דא היינט, און פון דעם האט מען געדרוקט זיינע הגהות).
און די זעלבע מיטן זהר הקדוש, האט ער מפסק געווען די גאנצע, מיטן פלאן עס צו דרוקן אזוי.

פון אנדערן זייט זענען געווען וואס האבן געטענהט אז עס קען דאך צומאל זיין א מחלוקת המפרשים.
ואולי; ווענדט זיך ווער טוט עס.

עס וועט מסתמא ברענגען גרייזן, וואס מען וועט מיט די צייט פאררעכטן, אווי אלע אזוינע זאכן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און די וואס האבן אזוי געטאן מיטן תרגום, האבן טאקע געגרייזט אויף פיל פלעצער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

רב טקסט האט געשריבן:דער הייליגער יעב"ץ האט מפסק געווען זיין גאנצן ש"ס
און די זעלבע מיטן זהר הקדוש, האט ער מפסק געווען די גאנצע, מיטן פלאן עס צו דרוקן אזוי.


איין עמוד פון זיין זוה''ק
תצלום1186.jpg
קליינע טוטער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:21 am

נייע עוז והדר בני יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טוטער »

יעצט זעה איך אין ספרים סטאר א נייע סעט 'בני יששכר' פון 'עוז והדר' סה"כ 2 כרכים, "נישט" מנוקד, געדרוקט מיט הערליכע רש"י אותיות, אן קיין שום הגהות [כהאף אז זיי האבן נישט ארויסגענומען די הגהות פונעם הייליגען בני יששכר אליין...], און דערצו מפתחות.
כ'האב נאכנישט מעיין געווען דערין, -[צו זעהן וועהם מהאט דא נאכגעמאכט וכדו',] אבער מלמעלה קוקט עס אויס גאר א שיינע ארבעט. נאר איין זאך האב'ך באמערקט אז זיי האבן ב"ה צווישן יעדער 5-6 שורות געמאכט א הפסק און געשריבן דערויף א קעפל כלומפיש צוצוהעלפן די קליינע אינגלעך פון חדר אדער ישיבה קטנה וועלכע מוטשען זיך צו פארשטיין די הייליגע ווערטער [ענדליך צו דער ארויפגעקוקטע נייע 'דרשות חת"ם סופר' ודי].
בכל אופן זעהט אויס אז זיי האבן געהאט צופיל קריטיג אויף די מבואר... און די בעלי תשובה זענען שוין אביסל היימיש געווארן..... אדער סיי וועלכע אנדערע סיבה איינצושלינגען אנדערע מכון און ארויסגעבער בעבר ובעתיד
זאג נישט ניין - דו ווייסט 'גוט' וואס איך מיין
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בקרוב יחלו המוני ישראל בלימוד מסכת בבא בתרא בסדר 'הדף היומי'.

ב"ממלכת התורה עוז והדר" מפתיעים את הלומדים עם חוברות ייחודיות של המדור הפופולרי "שינון התלמוד" לסיכום וחזרה מקוצר של הדף היומי.

החוברות המבוקשות מבית "מתיבתא" יוצאות לאור בפורמט כיס,
וניתן להשיגם בחנויות הספרים המובחרות
ובמוקד המנויים והמכירות 1800-22-55-66.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

הודעה נחוצה.pdf
(36.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 333 מאל
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נא_שכל האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:אין די נייע בלויע גמרות אויף ב"ק האב איך געזען אז זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער.

אין די תוספות האבן זיי געמאכט באלד יעדער וא"ת וי"ל, ואע"ג מ"מ, אויך האבן זיי אריינגעלייגט פיריעדס אין די תוס' וואס ס'ענדיגט זיך די קשיא און וואו ס'הייבט זיך אן א נייע ענין.

וואס גייט ווייטער?


גאר געשמאקע זאך. ס'וועט שטארק פארגרינגערן צו שנעל כאפן וואס טוט זיך אינעם תוספות.

זיי האבן נישט געמאכט באלד יעדע וא"ת וי"ל. נאר ווען ס'איז א נייע מהלך אין תוס', אדער בדומה לזה.

כ'מיין זאלסט נעמען א גמ' וואס די ד"ה פון תוס' און רש"י איז אויך נישט באלד. יענץ איז אויך א שפעטערע זאך, און יעדער פארשטייט אז ס'איז א גוטע זאך, די זעלבע מיט דעם.

ר' נא שכל, זעהט אויס אז דו האסט אין אזא גמ' נאכנישט געלערנט קוק אריין אין נייעסטע דרוק עוז והדר מס' ב''ב די ערשטע תוס אין לא יחפור. די פינטלעך דארט וואלט א כתה ה' יונגל בעסער געלייגט. עס איז פשוט גראב גרייזיג און דער תוס' מאכט פלעין נישט קיין סענס לויט זייער פינטל.

און יא, זיי האבן יא געמאכט יעדע וא''ת, וי''ל ועי''ל וכו', נאר זיי האבן געמאכט זייער א לאוזי ארבעט און אויף איין בלאט איז עס געפינטלט ביי יעדע דריטע ווארט,און איין בלאט איז נישט דא בכלל קיין פינטלעך (ב''ה!!)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שמו האט געשריבן:ר' לוי יצחק,
גוט געזאגט

גם אני בחלומי, האב געהט אסאך טענות אויף זיי (און אויף די מנקדים אין חומש די רשי"ס, וכדו')
וטענתי כבר אמורה, ממש כלשונך, פארן פימפלע"ן די בני יששכר, אבער די הגהות אונטן נישט (במאמר המוסגר, אולי משום שמפחד שאם ינקדו ההערות אז נבין שלא כתוב שם כלום).

חוץ מזה, איז דאס עפענער ר"ת א עוולה שאין כמוהו (איך רעד נישט ווען ס'שטייט אאאאאאאאא"צ (וואס פלעגט שטיין אין די אלטע קיצור שו"ע) וואס דאס מיינט א'ם א'ין א'ומרים א'ל א'רך א'פיים, א'ז א'יין א'ומרים צ'דקתך, וואס ווען מ'האט געזעהן ווי ס'שטייט (בי מנחה שב"ק נאכמיטאג) האט מען געקענט פארשטיין)
יעדע ע"כ מיינט על כן (אפי' ווען ס'דארף מיינען ע'ל כ'רחך), וכו' וכו', צענדליגע טעותים שוין געווען אזוי,

זאל דער אויבערשטער שוין 'יערה זיין ממרום א רוח טהרה' ס'זאל ווערן ומלאה הארץ דעה את ה', וועט מען פארשטיין אז פימפלען איז א חסרון און נישט קיין מעלה.


איך ווייס נישט אויב בעצם מפענח זיין ר''ת איז אן עולה, אבער צו שרייבן אין שיטמ''ק מס' סנהדרין בית דין של כהן גדול און בית דין של עבודת אלולים דארף מען זיין היבש צו..... ל''ע
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”