לכבוד ממלכת התורה עוז והדר
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
אפדעיט:
מילא דאס ארויסנעמען איין יו"ד פון די ווארט "היינו", נו דער בני יששכר האט געמאכט א טעות...
מילא אנשטאט עפענען די ראשי תיבות פון "שו"ת", נאר עס פינטלען מיט א מלאפו"ם וא"ו, סוכ"ס איעס די ריכטיגע נקודות.
אבער פון וואו נעמט זיך אז רשיז"ל דארף מען פינטלען רַשִׁ"י זַ"ל??
גייט מען ע"פ דקדוק אדער וויזוי מ'זאגט עס??
מעיק אפ יאר מיינד!!

א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
לוי יצחק האט געשריבן:וואס זאגט איר וואס? מ'פינטעלט עס צו מאכן גרינגער פאר בעלי תשובה? פאר קליינע קינדער?
מיר קוקט ענדערש אויס ווי קליינע קינדער אדער בעלי תשובה האבן גאר געטוהן די ארבעט פון עס פינטלען...
וויזוי הייסט ממאמר ח' אין חודש ניסן? http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=221
בו יבואר עניני מצות עשה דאורייתא מצות אכילת מצה, כמה טעמים כיד י"י הטובה עלינו, ואגב יבואר כאן כמה ענינים ממצות לא תעשה איסור אכילת חמץ, ונקרא המאמר הזה "מצות תאכל".
נו, ווי אזוי האסטעס ארויסגעזאגט? יא יא, האסט גוט געזאגט, אזוי שטייט טאקע אין פסוק דער וואך "מַצוֹת תֵּאָכֵל במקום קדוש".
קומט אבער עוז והדר מיט נקודות, און פינטעלט עס "מַצוֹת תֹּאכֵל"...
פשוט ווייל ע"פ דקדוק קומט נישט דא קיין תֵּאָכֵל, זאל געגעסן ווערן...
אה, אבער וואס איז פשט אין די מאדנע לשון, קומט אן הערה... "ואולי" איז דאס נסמך אויפן פסוק אין פרשת צו מצות תאכל במקום קדוש...
איז דאך אבער זייער שווער, א באמבע קשיא, דארט רעדט מען דאך נישט פון פסח?
אה, ואולי, ווייל דער של"ה זאגט דאך יא אויף יענעם פסוק אז ס'גייט אויף פסח, איז דא עפעס א צד אז דער בני יששכר האט זיך פארלאזט אויפן של"ה...
חחחחחחח, א מין קינדירישקייט!!!
איך האב אמאל געמיינט אז אין עוזר והדר ארבעטן תלמידי חכמים, עם הגה זו קלער איך אז דארט ארבעטן בחורים וואס נעמען שימוש צו קענען שרייבן, און האבן א אוצר החכמה צו זוכן מקורות
ספרי מכון עוז והדר
לחי האט געשריבן:ס'איז יעצט ארויסגעקומען די ספר דברי יחזקאל פונעם הייליגען שיניעווער רב זי"ע שיין איבערגעדריקט מיט הוספות וכו' דורך הרה"צ ר' דוד אבחצורא שליט"א ע"י מכון עוז והדר
??!?... (ביטע שרייבט מער וועגן דעם).
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
ס'ממש גג על רצפה
סנישט סתם נאך א ספר ארויסגעקנאקט דורך ממלכת התורה עוז והדר נאר גאר די ספרדישע מכון העומד בנשיאות ר' דוד אבוחצירא האט דאס ב'ארבעט, און באשטעלט עוז והדר עס צו דרוקן,
די פראגע איז פשוט ווער זאגט אז מדארף בעארבעטן די דברי יחזקאל, די ביז איצטיגע אויפלאגע איז הערליך קלאסיש צו דער זאך, און סאיז ממש א מוסטער פאר אנדערע ספרים [דוגמת קדושת יו"ט הוצאת ר' י"ש רובינפלד], ועל כגון דא וודאי נאמר כל המוסיף גורע,
ובכלל בשלמא ספרים השייכים לכלל כמו גמרות חמושים וכדומה באלאנגט צו די גרויסע מכונ'ס [הגם איך וואלט געראטן הערשי פר"מ צו אינוועסטן אויף א ש"ס דורך מוסד הרב קוק וואס דאן וואלט עס כאטש אויפגיטוהן עפעס צו דער זאך אנשטאט בלייבן מיט זעלבע אלטע פארמאכטע ש"ס וואס יעדע מראה מקום "ושם" ווייסט מען זיך נישט ווי סטראגט מיך אוסער צום פריעדיגן "ושם", ובכלל רוב הערות זענען נישט צו דער זאך, ווי כאילו עוז והדר האט אפירגעקומען מיט נייע כתבי ידות, כידוע איז פאר די ווילנע דרוקערס ובראשם רפאל נטע רבינוביץ, אויך גיווען פתוח לפניהם אלע אלטע דרוקן, און אור אלטע כתבי ידות, נאר זיי האבן פארשטאנען אז נאר הערות וואס זאגט מיר עפעס איז כדי צו ברענגען און נישט יעדער גירסא איז וויכטיג צי פארדרייען די המשך הדברים, ודוק ותשכח אז אלע געראטענע הגהות אין עוז והדר ענדיגט זיך "גליון" כלומר אז סקומט פון די ווילנא ש"ס, נאר זיי האבען מיט שכל אויסגילאזט די וואס פעלט נישט אויס, זענען געקומען חכמים בעניהם עוז והדר און אריינגעלייגט יעדע קליינע הג"ה כאילו יש כאן מטרה להגדיל מספר הגהות בכל עמוד, ועוד רבות כהנה, ובכלל די טעמא פון עוז והדר ברויך אן אריכות ונספיק בזה שהקב"ה השאיר לנו בדור עיקבתא דמשיחא ב' מלכיות, האחד בשם "ממלכת התורה עוז והדר" והשנית "מלכות ווקסברגר", בבחינת הממליך מלכים ול"א המלוכה...], משא"כ ספרים פרטים ווי חסידישע ספרים וכדומה וואס סדא מענטשן וואס געהערן צו די גזע און האבן מער הארץ צו דעם, פאר זיי באלאנגט די ארבעט ולא כל הבא ליטול את השם נוטל.
ובכלל בענין מחלת הניקוד, גם אני מצטרף לאיסור אבער מיט אפאר יאהר צוריק האב איך גיפרעגט די זעלבע שאלה פון א מפיץ "פאר וועלכע גוט יאהר ברויך מען מנקד זיין די משנה ברורה", פרעגט ער צוריק "געב א נאמבער וויפיל משנה ברורה'ס טראכסטו פארקויפט מען אין אמעריקע א יאהר", ער איז ממשיך "קנאפע פינעף און צוואנציג טויזנט סעטס", והוסיף לומר "וויפיל קלערסטו איז מנוקד" וסיים "אז גאנצע 70 פראצענט פארקויפט זיך אויף מנוקד".
ובכן לא נשאר ברירה נאר זיך צו געוויינען צו מנוקד ווייל באלד וועט נישט זיין עפעס אנדערש, אפילו מהרש"א וועט זיין מנוקד....

סעמיטשקע האט געשריבן:ודוק ותשכח אז אלע געראטענע הגהות אין עוז והדר ענדיגט זיך "גליון" כלומר אז סקומט פון די ווילנא ש"ס, נאר זיי האבען מיט שכל אויסגילאזט די וואס פעלט נישט אויס, זענען געקומען חכמים בעניהם עוז והדר און אריינגעלייגט יעדע קליינע הג"ה כאילו יש כאן מטרה להגדיל מספר הגהות בכל עמוד, ועוד רבות כהנה,
אוי ווי גוט דו זאגסט, גאר אסאך פון די טויזענטער הגהות אין עוז והדר איז א דיזעסטער זיכער צו מאכן אז די קאפ בלייבט נישט אין די גמרא מער ווי א האלבע מינוט רצוף, זיך צו קענען ארויסלאזן אויף די יאגדע ווי מ'האט געפלעיסט די הגהות אויף דעם דף, און געוואר ווערן אז אנשטאט 'אמר' דארף שטיין 'ואמר'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
מי יודע האט געשריבן:סעמיטשקע האט געשריבן:ודוק ותשכח אז אלע געראטענע הגהות אין עוז והדר ענדיגט זיך "גליון" כלומר אז סקומט פון די ווילנא ש"ס, נאר זיי האבען מיט שכל אויסגילאזט די וואס פעלט נישט אויס, זענען געקומען חכמים בעניהם עוז והדר און אריינגעלייגט יעדע קליינע הג"ה כאילו יש כאן מטרה להגדיל מספר הגהות בכל עמוד, ועוד רבות כהנה,
אוי ווי גוט דו זאגסט, גאר אסאך פון די טויזענטער הגהות אין עוז והדר איז א דיזעסטער זיכער צו מאכן אז די קאפ בלייבט נישט אין די גמרא מער ווי א האלבע מינוט רצוף, זיך צו קענען ארויסלאזן אויף די יאגדע ווי מ'האט געפלעיסט די הגהות אויף דעם דף, און געוואר ווערן אז אנשטאט 'אמר' דארף שטיין 'ואמר'
ס'הייסט אז זיי ארבעטען יעצט צו פאררעכטן דעם פראבלעם, און זיי מאכן איבער די הגהות. שוין געשמועסט איבער זייערע הגהות דא באריכות
ובענין הניקוד איז שוין אמאל געווען דא א גאנצע שמועס, ס'אפילו דא א אשכול "לכבוד עוז והדר", מ'קען דארט ארויסגעבן אלע טענות אויף זיי...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

סעמיטשקע האט געשריבן:ובכלל רוב הערות זענען נישט צו דער זאך, ווי כאילו עוז והדר האט אפירגעקומען מיט נייע כתבי ידות, כידוע איז פאר די ווילנע דרוקערס ובראשם רפאל נטע רבינוביץ, אויך גיווען פתוח לפניהם אלע אלטע דרוקן, און אור אלטע כתבי ידות, נאר זיי האבן פארשטאנען אז נאר הערות וואס זאגט מיר עפעס איז כדי צו ברענגען און נישט יעדער גירסא איז וויכטיג צי פארדרייען די המשך הדברים, ודוק ותשכח אז אלע געראטענע הגהות אין עוז והדר ענדיגט זיך "גליון" כלומר אז סקומט פון די ווילנא ש"ס, נאר זיי האבען מיט שכל אויסגילאזט די וואס פעלט נישט אויס, זענען געקומען חכמים בעניהם עוז והדר און אריינגעלייגט יעדע קליינע הג"ה כאילו יש כאן מטרה להגדיל מספר הגהות בכל עמוד, ועוד רבות כהנה
כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה וואס פלעגט רופן די הגהות "הגהות וצִיוֹנִים" מלשון ציונות, און ער פלעגט אונז ווייזן ווי שטארק פארקרומט די מהלך איז, פון אפשטעלן יעדע צווייטע שורה מיט צולייגן עפעס א נארישע "הא" אדער א "יוד".
מצד שני איז באוואוסט אז זייט ס'איז ארויס געקומען די עוז והדר גמרות האבן אסאך גדולי הדור קובע געווען חוק לימודם אין דעם גמרא.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
טייטל האט געשריבן:סעמיטשקע האט געשריבן:ובכלל רוב הערות זענען נישט צו דער זאך, ווי כאילו עוז והדר האט אפירגעקומען מיט נייע כתבי ידות, כידוע איז פאר די ווילנע דרוקערס ובראשם רפאל נטע רבינוביץ, אויך גיווען פתוח לפניהם אלע אלטע דרוקן, און אור אלטע כתבי ידות, נאר זיי האבן פארשטאנען אז נאר הערות וואס זאגט מיר עפעס איז כדי צו ברענגען און נישט יעדער גירסא איז וויכטיג צי פארדרייען די המשך הדברים, ודוק ותשכח אז אלע געראטענע הגהות אין עוז והדר ענדיגט זיך "גליון" כלומר אז סקומט פון די ווילנא ש"ס, נאר זיי האבען מיט שכל אויסגילאזט די וואס פעלט נישט אויס, זענען געקומען חכמים בעניהם עוז והדר און אריינגעלייגט יעדע קליינע הג"ה כאילו יש כאן מטרה להגדיל מספר הגהות בכל עמוד, ועוד רבות כהנה
כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה וואס פלעגט רופן די הגהות "הגהות וצִיוֹנִים" מלשון ציונות, און ער פלעגט אונז ווייזן ווי שטארק פארקרומט די מהלך איז, פון אפשטעלן יעדע צווייטע שורה מיט צולייגן עפעס א נארישע "הא" אדער א "יוד".
מצד שני איז באוואוסט אז זייט ס'איז ארויס געקומען די עוז והדר גמרות האבן אסאך גדולי הדור קובע געווען חוק לימודם אין דעם גמרא.
און אויך אסאך "קטני הדור" אנשים פשוטים כמוני, דער עוז והדר אויפלאגע אויף ש"ס איז פשוט אסאך אסאך שענער ווי די אנדערע, אין שטוב האב איך נאך די אלטע און כ'לערן זייער זעלטן דערין, כ'קויף זיך ענדערש א קליינע עוז והדר פאר 8-10 טאלער און ס'איז א מחייה.
טענות וועט מען האבן אויף יעדען ביז משיח'ס טאג, איך פלעג אמאל זיין ביזי אגאנצן לערנען מיט "כאפן" עוז והדר ביי א גרייז דא אדער דארט, אדער א הגה וואס (לדעתי) פעלט נישט אויס בכלל, אבער כ'האב געזעהן אז איך פארברענגט מיט גארנישט, ענדערש ניץ איך אויס דעם הערליכן דרוק און מ'קען לערנען אין אזא געשמאקע אויפלאגע, ממש א מחייה.
סתם א קרישקעלע איבער די נקודות, האט מיר דערציילט א אינגערמאן וואס איז געווען מיט הגאון ר' יושע לייפער שליט"א ביי אסאך רבנים ווען עוז והדר האט געמאכט דעם גרויסן סיום הש"ס אין ס"ח, איז ער געווען ביי כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א און ער האט אים געוויזן די נייע חומש וואס גייט ארויסקומען מיט געפינטעלטע רש"י, און ער פרעגט אים: ווער ברויך עס? ער האט געענטפערט וואס מען ווייסט שוין, למעשה פארקויפט זיך עס היינט זייער גוט. אויפ'ן וועג ארויס זאגט הר"ר יושע פאר דעם אינגערמאן, אינטערסאנט, כ'בין געווען ביי זיין ברודער (כ"ק אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר שליט"א) און ער האט געפרעגט די זעלבע זאך וועגן די פינטלעך... די גרויסע רבי'ס פון אונגארישן סאטמאר'ע חדר דארפן נישט קיין נקודות.
די זעלבע איז מיט בני יששכר המנוקד, אלע אנדערע חסידישע ספרים, מיר איז שווער צו לערנען דערין אבער למעשה גייט עס א מחייה.
טייטל האט געשריבן:סעמיטשקע האט געשריבן:ובכלל רוב הערות זענען נישט צו דער זאך, ווי כאילו עוז והדר האט אפירגעקומען מיט נייע כתבי ידות, כידוע איז פאר די ווילנע דרוקערס ובראשם רפאל נטע רבינוביץ, אויך גיווען פתוח לפניהם אלע אלטע דרוקן, און אור אלטע כתבי ידות, נאר זיי האבן פארשטאנען אז נאר הערות וואס זאגט מיר עפעס איז כדי צו ברענגען און נישט יעדער גירסא איז וויכטיג צי פארדרייען די המשך הדברים, ודוק ותשכח אז אלע געראטענע הגהות אין עוז והדר ענדיגט זיך "גליון" כלומר אז סקומט פון די ווילנא ש"ס, נאר זיי האבען מיט שכל אויסגילאזט די וואס פעלט נישט אויס, זענען געקומען חכמים בעניהם עוז והדר און אריינגעלייגט יעדע קליינע הג"ה כאילו יש כאן מטרה להגדיל מספר הגהות בכל עמוד, ועוד רבות כהנה
כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה וואס פלעגט רופן די הגהות "הגהות וצִיוֹנִים" מלשון ציונות, און ער פלעגט אונז ווייזן ווי שטארק פארקרומט די מהלך איז, פון אפשטעלן יעדע צווייטע שורה מיט צולייגן עפעס א נארישע "הא" אדער א "יוד".
מצד שני איז באוואוסט אז זייט ס'איז ארויס געקומען די עוז והדר גמרות האבן אסאך גדולי הדור קובע געווען חוק לימודם אין דעם גמרא.
אני לכשעצמי (וגם חבירי אחים לדעה) האט די הגהות וציונים אסאך ארויסגעהאלפן. מיט איין אות קען אמאל פארגרינגערט ווערן די מהלך הגמרא.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
פריילאך האט געשריבן: אני לכשעצמי (וגם חבירי אחים לדעה) האט די הגהות וציונים אסאך ארויסגעהאלפן. מיט איין אות קען אמאל פארגרינגערט ווערן די מהלך הגמרא.
יעדער איז מודה צו דעם אז אסאך מאל העלפט עס ארויס... די טעמע דא איז אז 'אסאך' מאל איז עס אויכעט הערות סתם אין וועלט אריין כדי להגדיל הדף ולהאדירה...
און אה"נ, כ'דענק ווען ס'איז ארויס געקומען די 'ערשטע' עוז והדר גמרא, איז עס געווען א גיטין גמרא, כ'האב עס געהאט אין כתה ח', און ס'איז מיט אסאך אסאך מער הערות און הגהות שלא מן הענין ווי היינט, אין דאכ'צעך אז מיט די יארן ווי נאך א מהדורה ס'איז ארויס געקומען האבן זיי מצמצם געווען אז ס'זאל זיין דארט נאר גאר וויכטיגע הערות און הגהות. אויך האבן זיי אפגעטיילט זייערע מ"מ מיט זייערע הגהות, געלייגט די מ"מ אין מסורת הש"ס מיט אנדערע פאנט.
נאך אלץ איז דא דארט אסאך תיקונים והגהות וואס זענען איבעריג פאר רוב לומדים, אין ס'דיסטרעקט דעם לומד פונעם רציפות הקריאה און מהלך המחשבה.
סעמיטשקע, וועלקאם בעק, לאנג טיים נאו סי....
האסט פארגעסן איין מלוכה 'מלכות קווייער'......
עניוועי, כשאני לעצמי, האלט איך אז דפוס מסורת הש"ס - המאור, איז א הערליכע דרוק, געשמאק, באקוועם פאר די אויגן, און בעיקר נישט אנגעווארפן מיט כלערליי הגהות...
אינדערייהם האב איך די אלטע MP ש"ס (ווייל דאס האט מיר מיין שווער זז"ג געקויפט...), און בנוגע די פירושים, איז די 'מתיבתא' גמרא סתם אבי געזונט...., קומט נישט צו צו די קנעכל פון ארטסקרול.....

יהיה כן האט געשריבן:, און בנוגע די פירושים, איז די 'מתיבתא' גמרא סתם אבי געזונט...., קומט נישט צו צו די קנעכל פון ארטסקרול.....
אין די דריי בבות איז דא דער ספר המפתח/רזא דשבתי, לדעתינו איז דאס א נפלא'דיגע זאך, און בעסער ווי די אלע וואס יאווען זיך מסביר צו זיין דברי המפרשים, אנשטאט זאל ער געבן א מראה מקום און בלייבן שטיל.
איז דא א פלאן אז "שבתי פרנקל" זאל ארויסגעבען ווייטער די מפתחות אדער עס איז באנקראטירט זייט די אלע נייע גמרות קומען ארויס חדשים לבקרים?
יהיה כן האט געשריבן:סעמיטשקע, וועלקאם בעק, לאנג טיים נאו סי....
האסט פארגעסן איין מלוכה 'מלכות קווייער'......
עניוועי, כשאני לעצמי, האלט איך אז דפוס מסורת הש"ס - המאור, איז א הערליכע דרוק, געשמאק, באקוועם פאר די אויגן, און בעיקר נישט אנגעווארפן מיט כלערליי הגהות...
אינדערייהם האב איך די אלטע MP ש"ס (ווייל דאס האט מיר מיין שווער זז"ג געקויפט...), און בנוגע די פירושים, איז די 'מתיבתא' גמרא סתם אבי געזונט...., קומט נישט צו צו די קנעכל פון ארטסקרול.....
ארטסקראל איז היינט צוטאג בעסער פשוט ווייל מ'האט עס שוין מער מאל מגיה געווען און איבערגעדרוקט ווי מתיבתא, ביי מסכת שבת האב איך געבראכן קאפ מיט ארטסקראל (ווייל ס'איז נאר דא א פריערדיגע מהדורא) און מתיבתא איז געפארן א מחיה, ווידער מסכת עירובין קען איך מיך ממש נישט רוקן אן ארטסקראל, מתיבתא רעדט און רעדט, און פארזעט פשוטע רש"י'ס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר האלף
- תגובות: 1005
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
הבוחר בטוב האט געשריבן:ווי אויך די חוצפה ארומצופאטשקענען מיט די סידור הדברים אונעם נמוקי יוסף כאדם העושה בתוך שלו,
????
געטוישט דעם סידור הדברים? זיי האבן געמאכט סדר, ס'איז א נחת צו לערנען יעדע שטיקל ר"ן אדער נימוקי יוסף, בעל המאור מלחמות. זיי האבן געטון דארט די זעלבע זאך וואס מ'האט געטון עטליכע יאר צוריק מיט'ן טור ובית יוסף. האסט געשריגן ס'חוצפה? די לערנסט היינט אין די אלטע?
ס'איז מיר ברור אז זיי האבן מוסיף געווען לומדי רבינו יונה רבינו יהונתן ר"ן ונומק"י, און די אלע ראשונים האבן נישט קיין שום טענות אויף זיי פונקט פארקערט.
אגב, אז זיי האבן נישט געמאכט די אלע שינויים אין ר"ן ונמק"י אויף די אייגענע האנט, זיי האבן עס געטון בפקודת חשובע רבנים וואס לערנען כסדר אין די ראשונים און האבן איינגעזען אז ס'איז א גרויסע טובה עס שענער צו מאכן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דאן פארוואס טוישן זיי עס צוריקנא_שכל האט געשריבן:הבוחר בטוב האט געשריבן:ווי אויך די חוצפה ארומצופאטשקענען מיט די סידור הדברים אונעם נמוקי יוסף כאדם העושה בתוך שלו,
????
געטוישט דעם סידור הדברים? זיי האבן געמאכט סדר, ס'איז א נחת צו לערנען יעדע שטיקל ר"ן אדער נימוקי יוסף, בעל המאור מלחמות. זיי האבן געטון דארט די זעלבע זאך וואס מ'האט געטון עטליכע יאר צוריק מיט'ן טור ובית יוסף. האסט געשריגן ס'חוצפה? די לערנסט היינט אין די אלטע?
ס'איז מיר ברור אז זיי האבן מוסיף געווען לומדי רבינו יונה רבינו יהונתן ר"ן ונומק"י, און די אלע ראשונים האבן נישט קיין שום טענות אויף זיי פונקט פארקערט.
אגב, אז זיי האבן נישט געמאכט די אלע שינויים אין ר"ן ונמק"י אויף די אייגענע האנט, זיי האבן עס געטון בפקודת חשובע רבנים וואס לערנען כסדר אין די ראשונים און האבן איינגעזען אז ס'איז א גרויסע טובה עס שענער צו מאכן.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
מי יודע האט געשריבן: גאר אסאך פון די טויזענטער הגהות אין עוז והדר איז א דיזעסטער זיכער צו מאכן אז די קאפ בלייבט נישט אין די גמרא מער ווי א האלבע מינוט רצוף, זיך צו קענען ארויסלאזן אויף די יאגדע וואו מ'האט געפלעיסט די הגהות אויף דעם דף, און געוואר ווערן אז אנשטאט 'אמר' דארף שטיין 'ואמר'
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
לחי האט געשריבן:דאן פארוואס טוישן זיי עס צוריקנא_שכל האט געשריבן:הבוחר בטוב האט געשריבן:ווי אויך די חוצפה ארומצופאטשקענען מיט די סידור הדברים אונעם נמוקי יוסף כאדם העושה בתוך שלו,
????
געטוישט דעם סידור הדברים? זיי האבן געמאכט סדר, ס'איז א נחת צו לערנען יעדע שטיקל ר"ן אדער נימוקי יוסף, בעל המאור מלחמות. זיי האבן געטון דארט די זעלבע זאך וואס מ'האט געטון עטליכע יאר צוריק מיט'ן טור ובית יוסף. האסט געשריגן ס'חוצפה? די לערנסט היינט אין די אלטע?
ס'איז מיר ברור אז זיי האבן מוסיף געווען לומדי רבינו יונה רבינו יהונתן ר"ן ונומק"י, און די אלע ראשונים האבן נישט קיין שום טענות אויף זיי פונקט פארקערט.
אגב, אז זיי האבן נישט געמאכט די אלע שינויים אין ר"ן ונמק"י אויף די אייגענע האנט, זיי האבן עס געטון בפקודת חשובע רבנים וואס לערנען כסדר אין די ראשונים און האבן איינגעזען אז ס'איז א גרויסע טובה עס שענער צו מאכן.
ווייל ס'געווען אפאר ליטווישע ראשי ישיבות וואס האבן גע'טענה'ט אז מ'דארף עס לאזן מיטן אלט'ן צורת הדף פון די ווילנא מדפיסים.
אבער למעשה יעצט מייניך האבן זיי שוין נאכמאל צוריק געטוישט צו די נייע אויסלאגע.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
איז קיינעם נישט בייגעפאלען צו מאכן פארקערט די וואס פעלט שטארק אויס מגיה צו זיין זאל מען אריינלייגן אין די גמרא און צושרייבן ביי הגהות די אלטע נוסח.
איז עס א פראבלעם וועגן משנה זיין די מסורה?
איבערהויפט ביי קדשים מסכתות איז זייער שווער צו לערנען אהן שיטה מקובצת יעדער צווייטע ווארט איז ממש פארגרייזט.
איז עס א פראבלעם וועגן משנה זיין די מסורה?
איבערהויפט ביי קדשים מסכתות איז זייער שווער צו לערנען אהן שיטה מקובצת יעדער צווייטע ווארט איז ממש פארגרייזט.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
-
- שר האלף
- תגובות: 1005
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm
נא_שכל האט געשריבן:הבוחר בטוב האט געשריבן:ווי אויך די חוצפה ארומצופאטשקענען מיט די סידור הדברים אונעם נמוקי יוסף כאדם העושה בתוך שלו,
????
געטוישט דעם סידור הדברים? זיי האבן געמאכט סדר, ס'איז א נחת צו לערנען יעדע שטיקל ר"ן אדער נימוקי יוסף, בעל המאור מלחמות. זיי האבן געטון דארט די זעלבע זאך וואס מ'האט געטון עטליכע יאר צוריק מיט'ן טור ובית יוסף. האסט געשריגן ס'חוצפה? די לערנסט היינט אין די אלטע?
ס'איז מיר ברור אז זיי האבן מוסיף געווען לומדי רבינו יונה רבינו יהונתן ר"ן ונומק"י, און די אלע ראשונים האבן נישט קיין שום טענות אויף זיי פונקט פארקערט.
אגב, אז זיי האבן נישט געמאכט די אלע שינויים אין ר"ן ונמק"י אויף די אייגענע האנט, זיי האבן עס געטון בפקודת חשובע רבנים וואס לערנען כסדר אין די ראשונים און האבן איינגעזען אז ס'איז א גרויסע טובה עס שענער צו מאכן.
הרב, איך רעד נישט פונעם צורת הדף, אינעם נמוק"י האבן זיי ארום געטוישט די סדר הדברים ממש, הקדימו את המאוחר ואחרו את המוקדם, ווייל לדעתם האט דער נמוק"י נישט פארשטאנען וויאזוי אויסצושטעלן זיין חיבור אז דער לומד זאל נישט ווערן צומישט, כהאף שפעטער דיר צו צוצייכיינען א מ"מ וואס איך מיין
-
- שר האלף
- תגובות: 1005
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm
גיט א קוק אין נמוק"י ב"מ לח. מדפי הרי"ף, ארגינעל איז די סדר הדברים אמר מר באתרא דמסלקי, דערנאך אמר מר בריה דר' יוסף, און אינמיטען דעם קטע איז ער מסביר משכנתא דסורא ביז די ד"ה רב פפא.
אין עוז והדר האבען זיי ארום געדרייט די שטיקלעך כרצונם, קודם משכנתא דסורא, דערנאך אמר מר בריה דרב יוסף, דערנאך אמר מר באתרא דמסלקי, און ניטאמאל צייכענען זיי צו אז זיי האבען געטוישט, איך האב עס באמערקט ווען איך אמאל געלערנט א נמוק"י(אין א צווייטע סוגיא איך זוך עס נאך) און ווען איך האב עס געוואלט ווייזען פאר מיין חברותא אין זיין גמ' מהדורת עוז והדר טרעף איך עס נישט, ביז איך געזעהן אז זיי האבן ארום געטוישט די סדר הדברים