בלאט 1 פון 9

סאטמאר: ארטסקרול גמרא נישט אנגענומען

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 9:58 pm
דורך מחותן
א ידיד מיינער זאגט מיר אז אין סאטמאר איז מען מקפיד נישט צו ניצען די בלוי ארטסקרול גמרא׳ס, מען ניצט נאר די רויטע עוז והדר גמרא׳ס, איה״נ אז עס האלט נישט ביי דעם אז מען זאל ארויס ווארפען איינעם וואס קימט אריין מיט א בלויע גמרא אבער ״אפציעיל״ וועט מען עס נישט קויפן אין די סאטמערע בתי מדרשים.

אין ב״פ איז עס טאקע יא דא אפציעיל, אין וומסב״ג שוואכע מעשות, און אין קר״י ווי עס איז די ריכטיגע סאטמאר איז עס לא יזכר ולא יפקד.

איך האב עס נישט באשטעטיגט אז עס איז טאקע אזוי, סאו לאמיר דא אנפרעגן: איז אמת?
אויב יא וואס איז די סיבה דערפון? האט עפעס מיט די קאליר וויבאלד די דעקיל איז קאליר בלוי און די פאפיר איז ווייס און עס איז בלוי און ווייס אזוי די דגל הציוני?

למעשה ביי ביידע ארבייטען עורכים און מגיהים וואס זענענן נישט אזוי איי איי מיט די סאטמערע שיטה, אבער ביי ריזיגען טייל ציבור איז די בלוי גמרא׳ס קלארער פראקטישער און באקוועמער, פארוואס זאלן נישט די סאטמערע אויך הנאה האבן דערפון?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:07 pm
דורך home
אין היכל אינטער ב״ה מר״א איז עס דא

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:10 pm
דורך עין טובה
אין וויזניץ מאנסי איז עס בבל יראה ובבל ימצא, חוץ פון פריוואט. דאס איז ערלויבט..

מתיבתא'ס איז דא א איבערפלוס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:11 pm
דורך מחותן
home האט געשריבן:אין היכל אינטער ב״ה מר״א איז עס דא


עמטליך מטעם התאחדות אברכים?

זעט אויס אז איך האב באקימען ראנג אינפערמאציע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:11 pm
דורך והנה און נון
אוודאי אן איבערפלוס ווייל ווייניג קוקן דערין...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:14 pm
דורך ענדע צדיק!
מחותן האט געשריבן:
home האט געשריבן:אין היכל אינטער ב״ה מר״א איז עס דא


עמטליך מטעם התאחדות אברכים?

זעט אויס אז איך האב באקימען ראנג אינפערמאציע.

נישט עמטליך, אבער וואס עס בלייבט דארט לייגט די פאקער אויף א עמטליכע דעזיגנירטע פלאץ דערפאר.

די סיבה פון עס נישט קויפן איז צוליב וואס די פאונדערס דערפון זענען אולטרע ציונים, און אסאך אידן ווילן נישט דערין לערנען.

רוב סאטמאר לערנט דערין, אזוי ווי אסאך לערנען דף היומי. אויך אסאך תלמידי חכמים - סאטמארע משפיעים לערנען דערין, ווענגלייך די עלטערע דור נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:23 pm
דורך מחותן
@ ענדע צדיק, עמטליך קויפט מען עס טאקע נישט? און אזוי איז עס ביי מוהרי״י?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:26 pm
דורך ענדע צדיק!
מחותן האט געשריבן:@ ענדע צדיק, עמטליך קויפט מען עס טאקע נישט? און אזוי איז עס ביי מוהרי״י?

דורך התאחדות אברכים? ניין

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:35 pm
דורך מחותן
ווער און פארוואס האט באשלאסן אז נישט? האט עס עפעס מיטען רבין? איז א צענטראלע סאטמערע פאלאסי? אדער א לאקאלע געפיל זאך איש כל הישר בעינו?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:39 pm
דורך ענדע צדיק!
די "פרומע סאטמארע" זענען זייער שטרענג דערקעגן. ר' דוד שלמה עקשטיין און ענליכע האלטן און איין האקן דערקעגן. פון רבי'ן (מהר"א) האבעך נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן דערפון (קען זיין ער האט, איך ווייס נישט).

איך פערענליך לערן דערין. פארפאלן געמאכט א גוטע ארבעט... (עיין ערך המעשה שאמר הרה"ק הדברי יואל זי"ע על הרש"ש, ואכ"מ)

--
צום קעפל: *סאטמאר

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:48 pm
דורך מיסטעריעז
אין היכל אין וומ"ס איז עס דא, כ'מיין אז ס'איז אפיציעל באזיגלט.


--
ענדע, ער שרייבט בדוקא סאטמער...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:54 pm
דורך fiena nieas
פארפאלען ארטסקרול איז בעסער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:00 pm
דורך עין טובה
מיסטעריעז האט געשריבן: ענדע, ער שרייבט בדוקא סאטמער...


לכאורה האט ענדע עס געשריבן אין ליכט פון דאס דאזיגע אשכול

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:08 pm
דורך מחותן
עין טובה האט געשריבן:אין וויזניץ מאנסי איז עס בבל יראה ובבל ימצא, חוץ פון פריוואט. דאס איז ערלויבט..


פארוואס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:10 pm
דורך עין טובה
מחמת סיבות שנזכרו לעיל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:13 pm
דורך יהיה כן
אין ברך משה ביהמ"ד אויף סקילמאן סט. אין וומבס"ג, איז דא א גאנצע שאפע פון די בלויע גמרות, ואין פוצה פצוצה ולא מצפצף צפצוף, אין אן אנדערע סאקמירע שוהל, אויף יענע זייט ווילי, איז געווען איינער א גרויסער מתמיד, זעהט אויס ר'האט געוואלט לערנען אין וואסער אין מקוה, ער האט זיך גע'טובל'ט אבער די גמרות האט ער געלאזט אין וואסער.... שטייצעך אויף צי מארגנס האט מען געטראפן בלויע גמרות שווימען אין מקוה....
אנדערע האבן מכריע געווען אזוי, לעולם הייסט עס וועגן דעם 'שטן-שטיין', ווייל מיילע דער אויבערשטער פירוש איז דאך פונם שטן אליינס, אבער דער אונטערשטער, איז דאך ממש שטיין-שטארק....

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:42 pm
דורך בוידעם
מחותן, איך האב געמיינט ביז היינט אז איר זענט א סאטמארער.
די רבי זאל לעבן א מזל טוב אלע מחותנים א מזל טוב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:05 am
דורך פליגל
עני טאפיק אוועילעבעל פאר עי אשכול?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:14 am
דורך לאדיךארויס
מחותן, איר האט עפעס אן אגענדע מיטן עפענען יעדן טאג אשכולות וועגן סאטמער/סאטמאר? איר ווילט עפעס גרייכן דערמיט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:33 am
דורך מחותן
לאדיךארויס האט געשריבן:מחותן, איר האט עפעס אן אגענדע מיטן עפענען יעדן טאג אשכולות וועגן סאטמער/סאטמאר? איר ווילט עפעס גרייכן דערמיט?


דו ווילסט ענדערש אז איך זאל לייגען אלע סאטמארע נושאים אין איין גרוייסע אשכול? עס וועט ווערן א צומישעניש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:43 am
דורך בוידעם
סאטמארע נושאים אדער סאטמארע שונאים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:06 am
דורך ולא מיין
עס שטייט נישט אין עה"ג דערוועגן, און לויט ווי ווייט איך ווייס, נישט אין ברך משה. ס'איז א געפיל וואס טייל סאטמורים האבן. אויב זענט איר א סאטמארער קען איר עס אליינס פארשטיין, אז נישט איז אומזינסט אייער מיה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:07 am
דורך זאכליך
איך בין זיך מונע פון לערנען אין די ארסטקרול גמרות זינט איך האב געזעהן א גמרא שטיין לזכרון נצח פאר די חיילי צה"ל שמסרו נפשם על קידוש השם.

דאכט זיך מיר אז אויף די פירוש פון די שלוש שבועות שטייט אויך עפעס נישט אין איינקלאנג מיט די סאטמארע שיטה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:11 am
דורך להודיע
ולא מיין האט געשריבן:עס שטייט נישט אין עה"ג דערוועגן, און לויט ווי ווייט איך ווייס, נישט אין ברך משה. ס'איז א געפיל וואס טייל סאטמורים האבן. אויב זענט איר א סאטמארער קען איר עס אליינס פארשטיין, אז נישט איז אומזינסט אייער מיה.


דאס אלעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 3:40 am
דורך גבריאל
אין קובץ אור ישראל איז אמאל געווען א גע'תשובאכץ פון רבנים לכאן ולכאן, דאכצעט אז ר' הילל וויינבערגער האט געשריבן שטארק דערקעגן.

ווער קען ברענגן א לינק צום קובץ?