סאטמאר: ארטסקרול גמרא נישט אנגענומען

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:09 pm

דער אמת איז אוודאי איז תורה צריכה עמילות ויגיעה כדברי ח"זל אין התורה מתקיימת אלא מי שממית עצמו עליה, ונקנית ביגיעה, וכמ"ש הרמב"ם מי שנשאו ליבו לקיים מצוה זו כראוי לה, ולהיות מוכתר בכתרה של תורה--לא יסיח דעתו לדברים אחרים, ולא ישים על ליבו שיקנה תורה עם העושר והכבוד כאחד. כך הוא דרכה של תורה: פת במלח תאכל, ועל הארץ תישן, וחיי צער תחיה, ובתורה אתה עמל. ולא עליך כל המלאכה לגמור, ולא אתה בן חורין ליבטל; אבל אם הרבית תורה, הרבית שכר, והשכר, לפי הצער. שמא תאמר עד שאקבץ ממון ואחזור ואקרא, עד שאקנה מה שאני צריך ואפנה מעסקיי ואחזור ואקרא--אם תעלה מחשבה זו על ליבך, אין אתה זוכה לכתרה של תורה לעולם; אלא עשה תורתך קבע, ומלאכתך עראי, ואל תאמר לכשאפנה אשנה, שמא לא תפנה.

אין דברי תורה מתקיימין במי שמרפה עצמו עליהן, ולא באלו שלומדין מתוך עידון ומתוך אכילה ושתייה--אלא במי שממית עצמו עליהן, ומצער גופו תמיד, ולא ייתן שנת לעיניו, לעפעפיו תנומה.
יג אמרו חכמים דרך רמז, "זאת, התורה, אדם, כי ימות באוהל" (במדבר יט,יד)--אין התורה מתקיימת, אלא במי שממית עצמו באוהלי החכמה. וכך אמר שלמה בחכמתו, "התרפית, ביום צרה--צר כוחך" (משלי כד,י); ועוד אמר, "אף חכמתי, עמדה לי" (קוהלת ב,ט)--חכמה שלמדתי באף, עמדה לי. אמרו חכמים, ברית כרותה שכל היגע בתלמודו בבית הכנסת, לא במהרה הוא משכח; וכל היגע בתלמודו בצנעה מחכים, שנאמר "ואת צנועים, חכמה" (משלי יא,ב). וכל המשמיע קולו בשעת תלמודו, תלמודו מתקיים בידו; אבל הקורא בלחש, במהרה הוא שוכח.
אף על פי שמצוה ללמוד ביום ובלילה, אין אדם למד רוב חכמתו אלא בלילה; לפיכך מי שרצה לזכות בכתר התורה, ייזהר בכל לילותיו, ולא יאבד אפילו אחת מהן בשינה ואכילה ושתייה ושיחה וכיוצא בהן, אלא בתלמוד תורה ודברי חכמה. אמרו חכמים, אין גורנה של תורה אלא לילה, שנאמר "קומי רוני בלילה" (איכה ב,יט). וכל העוסק בתורה בלילה, חוט של חסד נמשך עליו ביום, שנאמר "יומם, יצווה ה' חסדו, ובלילה, שירו עימי--תפילה, לאל חיי" (תהילים מב,ט). וכל בית שאין דברי תורה נשמעין בו בלילה, אש אוכלתו.
זעט מען וואס הייסט יגיעת התורה, היינט אבער אויב א ספר העלפט א מענטש צוקומען צו זיין יגיעת התורה אויף זיין אופן און יגיעה איז הכל לפי אדם, מ'קען מקיים זיין מצות עמילות התורה בכמה אופנים, מ'קען זיך מתייגע זיין צו פארשטיין אפילו אין א טייטש חומש אויב וויל מען, די התאמצות פון טראכטן און פארשטיין מיט שכל איז יעדנס בחירה.
מ'קען זיך אויך מייגע זיין מיט פרישת עידון ותענוג, מיט רציפות, מיט לימוד בביהמ"ד, לימוד בקול, הסרת שינה, הרבה דרכים למקום.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:18 pm

יאך וואלט מחלק געווען אז אלו ואלו וכו'
מען דארף לערנען לשם ידיעת התורה, און מען דארף לערנען לשם יגיעת התורה
איז אזוי, איינער וועלכער האט מערערע שיעורים אין טאג, א שטייגער ווי א בחור'ל אדער כולל אינגערמאן, איז דאך יוצא יגיעת התורה מיט אנדערע שיעורים אדער מקצועות וואס ער לערנט, אויב וויל ער קונה זיין נאך א מסכת שנעלערהייט לשם ידיעה, איז נישט געפערליך אז ער נוצט הילף פון די טייטש גמרות
אבער א באלעבאס, וואס האט נאר איין שיעור אין טאג, (בדרך כלל), וואס מיט דעם דארף ער יוצא זיין סיי חובת ידיעת התורה און סיי חובת יגיעת התורה, האט טאקע נישט קיין פשט ער זאל לערנען, א אינסטענט געלערענאכטס, ווען מען פיטערט אריין די גמרא מיט א לעפעלע, אן דאס מינדעסטע אנשטרענגונג
און אפילו ווען מען לערנט לשם ידיעת התורה, איז עס אויך נישט לכתחילה, ווייל דער מציאות ווייזט אז דער מהלך פון לערנען אין די טייטש גמרות, פארגעסט זיך זייער שנעל, פיל מער ווי דאס וואס מען לערנט מיט יגיעת ועמילות ההבנה העצמייות

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:24 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווייל דער מציאות ווייזט אז דער מהלך פון לערנען אין די טייטש גמרות, פארגעסט זיך זייער שנעל, פיל מער ווי דאס וואס מען לערנט מיט יגיעת ועמילות ההבנה העצמייות

דאס איז אלעס ווען מען חזר'ט נישט, אויב חזר'ט מען געדענקט מען פיין, ואין חכם כבעל הנסיון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:25 pm

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ווייל דער מציאות ווייזט אז דער מהלך פון לערנען אין די טייטש גמרות, פארגעסט זיך זייער שנעל, פיל מער ווי דאס וואס מען לערנט מיט יגיעת ועמילות ההבנה העצמייות

דאס איז אלעס ווען מען חזר'ט נישט, אויב חזר'ט מען געדענקט מען פיין, ואין חכם כבעל הנסיון

און אויך ווען מען עסט שיריים פון א קאץ, און אויך ווען מען עסט זיתים אן שמן.....

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:35 pm

יהיה כן האט געשריבן:יאך וואלט מחלק געווען אז אלו ואלו וכו'
מען דארף לערנען לשם ידיעת התורה, און מען דארף לערנען לשם יגיעת התורה
איז אזוי, איינער וועלכער האט מערערע שיעורים אין טאג, א שטייגער ווי א בחור'ל אדער כולל אינגערמאן, איז דאך יוצא יגיעת התורה מיט אנדערע שיעורים אדער מקצועות וואס ער לערנט, אויב וויל ער קונה זיין נאך א מסכת שנעלערהייט לשם ידיעה, איז נישט געפערליך אז ער נוצט הילף פון די טייטש גמרות
אבער א באלעבאס, וואס האט נאר איין שיעור אין טאג, (בדרך כלל), וואס מיט דעם דארף ער יוצא זיין סיי חובת ידיעת התורה און סיי חובת יגיעת התורה, האט טאקע נישט קיין פשט ער זאל לערנען, א אינסטענט געלערענאכטס, ווען מען פיטערט אריין די גמרא מיט א לעפעלע, אן דאס מינדעסטע אנשטרענגונג
און אפילו ווען מען לערנט לשם ידיעת התורה, איז עס אויך נישט לכתחילה, ווייל דער מציאות ווייזט אז דער מהלך פון לערנען אין די טייטש גמרות, פארגעסט זיך זייער שנעל, פיל מער ווי דאס וואס מען לערנט מיט יגיעת ועמילות ההבנה העצמייות


ס'דא מוחות וואס ביי זיי איז פארשטיין א שטיקל גמרא אינעם בלויען גמרא אויך א גאנץ יגיעה, ס'ליגט דאך אין קאפ אזויפיל פון די אנדערע "וויכטיגע" ענינים.

א איד וואס איז זוכה אז ער קען זיך אויסשאלטערן פון די וועלט פאר א שעה צוויי און לערנען א בלאט גמרא אנע בלויע גמרא איז דאך אשרי חלקו, דאס איז ריכטיג יגיעות התורה. ליידער זענען דא אסאך וואס קענען נישט, פאר זיי איז דאס א דבר גדול מאד אז זיי קענען כאטש אנקומען צו קענען עפעס, און ביי זיי איז דאס אויך יגיעה, זיי פלאגן זיך און ספראווען זיך מיט א קאפ פיל מיט וכו'.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:42 pm

שמעלקא, עי' הערת מיללער לעיל,
נישט קיין מדובר דא פון אזוינע מוחות
מען רעדט פון א באלעבאס, מיט א גוט קעפל, וואס צו ביזנעס פארשטייט ער גאנץ גוט....

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:43 pm

יהיה כן האט געשריבן:שמעלקא, עי' הערת מיללער לעיל,
נישט קיין מדובר דא פון אזוינע מוחות
מען רעדט פון א באלעבאס, מיט א גוט קעפל, וואס צו ביזנעס פארשטייט ער גאנץ גוט....


אבער דער קאפ איז אים אנגעלייגט... ס'איז אים א יגיעה צו "ליינען" פשט אין גמרא, היינט הייסט דאס אפשר אויך יגיעה בתורה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:44 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:שמעלקא, עי' הערת מיללער לעיל,
נישט קיין מדובר דא פון אזוינע מוחות
מען רעדט פון א באלעבאס, מיט א גוט קעפל, וואס צו ביזנעס פארשטייט ער גאנץ גוט....


אבער דער קאפ איז אים אנגעלייגט... ס'איז אים א יגיעה צו "ליינען" פשט אין גמרא, היינט הייסט דאס אפשר אויך יגיעה בתורה.


ווי אזוי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן
פראביר, אפשר קענסטו יא?
ער האט נאך אפילו נישט פראבירט......

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:01 pm

יהיה כן האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:שמעלקא, עי' הערת מיללער לעיל,
נישט קיין מדובר דא פון אזוינע מוחות
מען רעדט פון א באלעבאס, מיט א גוט קעפל, וואס צו ביזנעס פארשטייט ער גאנץ גוט....


אבער דער קאפ איז אים אנגעלייגט... ס'איז אים א יגיעה צו "ליינען" פשט אין גמרא, היינט הייסט דאס אפשר אויך יגיעה בתורה.


ווי אזוי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן
פראביר, אפשר קענסטו יא?
ער האט נאך אפילו נישט פראבירט......


אה, דאס זאג נישט, איך קען אזויפיל וואס פורבירן אזויפיל און נעבעך נעבעך ס'גייט זיי נישט, פארוואס זאלן זיי זיך צוריקהאלטן פון שפירן דעם גוטן טעם פון "קענען" א בלאט גמרא?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:01 pm

ודו"ק = ווען דו ווילסט קענסטו...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:05 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:שמעלקא, עי' הערת מיללער לעיל,
נישט קיין מדובר דא פון אזוינע מוחות
מען רעדט פון א באלעבאס, מיט א גוט קעפל, וואס צו ביזנעס פארשטייט ער גאנץ גוט....


אבער דער קאפ איז אים אנגעלייגט... ס'איז אים א יגיעה צו "ליינען" פשט אין גמרא, היינט הייסט דאס אפשר אויך יגיעה בתורה.


ווי אזוי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן
פראביר, אפשר קענסטו יא?
ער האט נאך אפילו נישט פראבירט......


אה, דאס זאג נישט, איך קען אזויפיל וואס פורבירן אזויפיל און נעבעך נעבעך ס'גייט זיי נישט, פארוואס זאלן זיי זיך צוריקהאלטן פון שפירן דעם גוטן טעם פון "קענען" א בלאט גמרא?!

בה כהאב נאך קיינמאל נישט גלערנט דערינען, אבער שמעלקא, גערעכט, כקען אזופיהל אידן וואס סגייט זיי נישט.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:15 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:ודו"ק = ווען דו ווילסט קענסטו...

ס'איז דא א מאמר חז"ל אז אליהו הנביא האט געטראפן א פיש כאפער און אים געפרעגט צו ער לערנט האט ער געענטפערט אז ער האט נישט די קאפ דערצו , האט ער אים געפרעגט ווער ס'האט אים געגעבן די קאפ וויאזוי צו כאפן פיש וכו' וכו',
איינער ווייסט וואס איך רעד? ווי שטייט עס אין חז"ל , קען מיר איינער ציווייזן ביטע?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:19 pm

מיללער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:מיללער

קען זיין אז דו ביזט גערעכט.


האלט מיר שוין ערגעץ

מילכיגער האט געשריבן:אלענפאלס ביזטו מכובד צו נעמען מיין טשאלענזש און ברענגען סמוכין צו מ'האט איינמאל קאמפלעינט אויף אזא זאך. די גרינגקייט מיט לערנען מיט די קאלירטע גמרות קומט נישט צו צו קיין אחד מני אלף צו די גרינגקייט פון לערנען אין א געדרוקן ש"ס נאכן זיך פלאגן אויף כת"י אדער צו די גרינגקייט פון לערנען מיט רש"י נאכדעם וואס ס'נישט געווען קיין איין מפרש. אן קיין ראיות לדבריך איז דיין געפיל זיכער נישט בעסער ווי די טיפיקל "אה! ווי קומט צו אמאל" וואס מזכרוני ביזטו נישט פון די גרויסע אנהענגער דערפון.


צו מ'האט קאמפלעינס אויף שיינע דרוקן און אותיות קילורין לעינים? זיכער נישט און אויב פארשטייסטו נישט קיין חילוק פון זיך פלאגן פיזיש צו ליינען, ווערסוס זיך פלאגן אין מח צו פארשטיין, קען איך עס דיר נישט מסביר זיין, אבער א בר דעת פארשטייט דאס אן הסבר, ואין לה שום דמיון כלל.

אונזער שמועס איז צו עס איז דא אן ענין צו נוצן דעם מח, זיך צו פארטיפען, צו זיצן איבער א שטיקל גמרא און אליינס פרובירען אויסצופיגערן וואס די קשיא און תירוץ איז, זיצן איבער א רש"י און אליינס פרובירן צו כאפן וואס פאר רש"י איז שווער געווען און וואס ווערט פארענטפערט ווען איך לערן ווי רש"י, און אויב האט מען א קשיא נאך די גמרא און רש"י אפירצומישען דעם מהרש"א מהר"ם, און זעהן וויאזוי שרפי מעלה האבן אפגעלערנט די גמרא, א קוק טאן וויאזוי די צוויי הייליגע ברודער די ווילנא דיינים רבי בצלאל און רבי שלמה הכהן האבן פארשטאנען עומק דברי רש"י, אריינקוקען בדברי צדיקים וקדושי עליון, דערשפירן אביסל דעם נועם שיח סוד שרפי קודש המשלשים בקדושה, שכל גופן אש וכל דבריהם כגחלי אש, דאס ווארעמט דאס הארץ און דערלייטערט די נשמה.

נישט די טרוקענע, קאלטע מאדערנע האלב-העבראישע און האלב-געבראטענע ווערטער פון די קאמפיוטעריזירטע מלקטים למיניהם, וועלכע האבן געמאכט זייער אויסוואלן מה לקרב ומה לרחק, וויאזוי זאגט אונזער ידיד 'לכאורה' פאר דעם שפילמאן "זאג, עס האט דיך איינער געפרעגט?" ודפח"ח, זאג די מלקט, עס האט דיך עמיצער געפרעגט צו דער תקלין חדתין איז גערעכט אדער דער קרבן העדה? פארוואס האסטו בוחר געווען די פשט פונעם רש"ש איבער דעם מנחם משיב נפש? מי שמך לאיש? און ווען ער זאגט שוין יא וואס דער ריטב"א זאגט, צומאל אז דו וועסט אליינס אריינקוקען אין ריטב"א וועסטו זעהן אז העיקר חסר מן הספר, ער ברענגט עס ניטאמאל גוט נאך, סתם געקלאפט מיטן קיבאורד.

(איך האף איך דארף נישט איבערשרייבן מיין דיסקלעימר)

מילכיגער האט געשריבן:לגבי דיין כאראקטעריסטיש סארקאסטישע אפענטפערונג צו מי יודע וויל איך נאר אנצייגן אז לויט מי יודע (און אני הקטן) איז די גמרא א מיטל צו לערנען מער כמות מיט איכות. דאס איז אמת חוץ טאמער האלט מען אז דאס גופא אז ס'נעמט לאנג און מ'קומט נישט אן איז א ראי' אויפן איכות.


כ'האב שוין געענטפערט פאר מי יודע, און איך וועל עס איבערחזר'ן, באיכות האב איך נישט געמיינט צו סוכ"ס פארשטייט מען די גמרא, נאר דער עצם עסק התורה אויף וואס מען מאכט די ברכה לעסוק בדברי תורה און די משנה זאגט ובתורה אתה עמל, תורה קומט מיט אין עמילות און מיט א יגיעה, אזוי ווערט עס נבלע באיברים. און ווידעראמאל מ'רעדט נישט פון א פיזישע יגיעה פון לערענען אין גרייזיגע גמרות, נאר מייגע זיין דען מח און דורכדעם זוכה זיין לכתרה של תורה.

#צובראכענע טעיפרעקארדער אלערט


גערעכט !

שפתיים ישק !

א בחור'ל וואס האט מנעוריו זיך איינגעוויינט אז די טייטש גמרות איז א לכתחילה, און אדרבה עס איז גאר א חיוב להדר צו זיך איינשפארן צייט פון יגיעה און אנקומען מער, אזא בחורל וועט לכאורה כל ימיו נישט האבן א מושג פון אליין מיט די אייגענע עיני השכל דערגיין א פשט אין א רש''י, תוספות, מהרש''א
רשב''א רמב''ן ריטב''א
וכו'

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:55 pm

מי חכם האט געשריבן:אוודאי איז דא הונדערטער מאמרים און מקורות אויף "יגיעה" און "עמילות". אבער דאס מיינט אסאך זאכן, לערנען ווען עס קומט אן שווער, זיך ממית זיין באהלה של תורה, דאס מוז נישט האבן קיין שייכות מיטן אופן ההשגה.

אפילו די גר"א / ליטאים'ס גישה איז בעיקר זיך נישט צו פאפן, לערנען אויבערפלעכליך, נאר מעיין זיין און משיג זיין לעומקה של תורה. די אופן דערצו - כאטש איך גלייב אז די ליטווישע מגידים אין די לעצטע דורות האבן שוין אויפגעבויט א לאנגס און א ברייטס אז דער אופן ההשגה מוז דוקא זיין דורך עיון און אנקומען שווער - איז אבער לאו דוקא משיג צו זיין לעומק דוקא דורך יגיעה.


מי חכם האט געשריבן:לאו בר חובא דידי את במילתא הדין, (אם תעיין בתגובותי באשכול ההוא), ס'איז נאר געווען א גוטע געלעגנהייט פאר א טשיעפ שאט.

לגוף הענין, מען האט געשריבן פירושים און פירושים לאורך הדורות גרינגער צו מאכן דאס לערנען, מ'טרעפט שוין אין די גדולי הראשונים וואס זענען מעורר די מחברים בימיהם זיי זאלן מחבר זיין זייערע ספרים בלשון צח ומובן, כדי "מען זאל זיך נישט דארפן מייגע זיין אויף זייערע ווערטער"!!! די גמ' איז שוין אזוי אויך גענוג שווער, און מען טאר נישט צולייגן און נאך מוסיף זיין מען זאל זיך ברויכן מטריח זיין אויף זייערע פירושים. אזוי שרייבן די ראשונים.

עס איז ידוע פון חת"ס דוכט זיך, באזירט אויף די גמ' אויפן פסוק התעיף עינך בו ואיננו, אז דברי תורה, מעצם טבעם זייענדיג א הימלדיגע זאך איז נח לאבדם ככלי זכוכית פיל שנעלער ווי א גשמיות'דיגע לימוד. סאו ס'איז דא גענוג ווי צו הארעווען מיט יגיעה און חזרה, איך ווידערהאל נאכאמאל לדעתי איז נישטא קיין סיבה צו לערנען תורה דוקא די הארד וועי, (לשם הארד וועי, עס איז דא אנדערע פראקטישע סיבות הנ"ל), און ווער עס וויל מקיים זיין דברי חז"ל איבער עמילות התורה זאל ער איבער חזר'ן די ארטסקרול גמ' מיט אלע הערות ביז ער קען עס אויסנווייניג, עמילות און יגיעה גאראנטירט!!

און כאמור, אדרבה יש לעיין טובא וואסערע היתר ס'איז דא צו וועיסטן צייט, טייערע צייט וואס מען וואלט ווען געקענט אין די צייט אסאך חזר'ן, אדער גאר קונה זיין פרישע לימודים, און מען דערלייגט דאס אלעס צוליב עגא / געפילן / פרינציפן אשר לא כדת. הרי סכין הרי שולחן הרי בשר, ואין לנו (שכל להשתמש עם ה)פה לאכול.

וכאמור, דוקא דאס איז די כוונה פון בית מדרשו של הגר"א, אז מען טאר זיך נישט מתעצל זיין מלימוד התורה ועמידה על האמת, און מען דארף טון כל טצדקי יא צו משיג זיין מער, לויט וויפיל מען קען. מיט די נייע מעגליכקייטן איז די סטאנדארט געשטיגן וויפיל מען קען אלץ אנקומען.


אזוי ווי איך זע אז קיינער האט נישט געניג אפגעענפערט @מי חכם לדעתי. הגם מיללער האט יא א ביסל געענפערט. וועל איך שרייבען וואס איך האב מקבל געווען פון מיינע רבי'ס.
יא ריכטיג אז איינער וואס מיטשעט זיך אויף לערנען יא זאל זיין אויף וועלעכע אופן ס'זאל נאר זיין ! יא אפי' מיט די בלו'ע שטנשטין גמרא'ס ! איז מקיים ריכטיג יגיעת און עמילת בתורה ! און וועט זוכה זיין צי אלעס וואס חז'ל האבען ציגעזאגט אם בחוקתי תלכו - " (שתהיה עמלים בתורה") ווי ס'שטייט ווייטער ... יא ער האט זיך געמיטשעט פיין ער באקימט .... אבער לאמיך דיך פרעגען @מי חכם וואס איז אויב איינער לערענט ווען ער איז קראנק איז נישט תורה מתוך יגיע ??? אוואדי יא !
איינער האט א שוואכע כשרון ווי דעם תלמוד וואס מען האט עיהם געדארפט עפעס מסבר זיין 400 מאל ווי חז''ל ברענגען, איז דען נישט מקיים יגיעת התורה ??? יעדער ווארט וואס ער לערענט איז א יגעיה ! .... אוה ווי אהה יגעיה ... ווי האביך אמאל געהערט אז הגאון ר' אהרן קאטלער האט מען אמאל געטראפען וויינען, האט מען עיהם געפרעגט פארוואס ער וויינט האט ער געענפערט ער וויינט ווייל ער האט צי גיטע כשרונות און ממלה איז ער נישט געניג די ענין פון יגיעת התורה ... מה נענה אנו על דברו ...
אכ''פ בכל אופן אז מען מיטשעט זיך הייסט עס יגעית התורה ! אבער לאמער זיך נישט נארן איינער וואס לערענט ארוס פון א ארטסקרול מיטשעט זיך עפעס ??? .... געווענדליך נישט ! ... נאך אמאל איך זאג געווענדליך נישט ! ... (ממלה איז די מהלך ה'עיןן די בעסטע פאר צי מקיים זיין די יגיעת התורה ווייל ווער סהאט נאר געלערנט אמאל קצות און נתיבות און רע''א, ווייסט וואספארע כוחות מען דארף אריין לייגען און דעם לימד ... במאמר המוסגר)
אבער פשוט לערנען פון א ארטסקרול גמרא "נאך אמאל איינער וואס קען נישט אן דעם" איז א לצנות און נישט די ריכטיגע וועג ...
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

המבואר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 6:31 pm

תגובהדורך המבואר » פרייטאג ינואר 23, 2015 11:20 am

מילכיגער האט געשריבן:יא, מ'קען פארשטיין א טענה אז מ'וואלט געדארפט זיך פלאגן מער וכו' און אז מחות ווערן פארזשאווערט ועוד. אבער במציאות איז דער פאקט אז רוב מענטשן, און איך רעד אפילו פון בר-הכי'ס וואס זענען אבער נישט איינגעטונקען באהלה של תורה, פארדינען פילפאכיג מער ווען זיי קענען אין די ביסל צייט וואס זיי לערנען בבחי' קביעת עתים (גנב'נען צייט) לערנען גראד אן זיך צו פארשטאלפערן. ווען מ'שטאלפערט צו אפט (וואס איז נארמאל! כ'מיין, וואס קען מען ערווארטן פון א אויסגעמוטשעטן בעל הבית נאך א שווערן טאג אפילו ווען האלט דערביי און ער האט כשרונות, ווילאנג דארף אים נעמען צו אריינקומען אין א גמרא?) ווערט מען זייער שנעל אנטמוטיגט.

ווער רעדט נאכדערצו מיט די געבענטשטע נייע סיסטעמען ווי מ'איז מדגיש א געוויסע כמות א טאג איז דאך פשוט בהכרח אז ער זאל האבן א מיטל וויזוי ער קען אנקומען. מער שעות קען ער נישט צולייגן יעצט ווייל ער פארשטייט נישט, סא וואס זאל ער טון?

נישט געזארגט. ס'בלייבט נאך גענוג געלעגנהייט פאר יגיעת התורה מיט די פירושים אויך! די פירושים העלפן פלעין אז מ'זאל קענען אביסל פארן און נישט אויסנוצן די 3/4 שעה פון די שעה וואס מ'לערנט צו פארשטיין פשוט פשט און 'אריינקומען'. מ'דארף נאך אלס חזרה (די עיקר יגיעה!) און טיפערע הבנה כ"א לפי מה שהוא אדם.

דיסקלעימער! איך רעד נאר פון די וואס האבן בינוני צו גוטע קעפ אבער לערנען ווי א בעה"ב דהיינו א מספר מוגבל פון שעות. משא"כ די וואס קענען נישט אנדערש איז דאך יעדער מודה...."


גראד גערעד מיינט דאס א יונגערמאן וואס ארבעט בערך 8 שעה א טאג, פארשטייט צו א שטיקל גמרא, האלט ביים לערנען, האט צייט גיטע 3-4 שעה פארטאגס מיט באנאכט צונעזאם.
האלטסו טאקע אז דער יונגערמאן דארפ זיצן מיט אן ארטסקרול גמרא אין אפלערנען בלעטער אויפ בלעטער אן איינמאל פילן א יגיעה אין א שטיקל גמרא???
אויב איז ניש דא קיין יגיעות התורה, ווייל דאס מערסטע וואס ער פלאגט זיך איז אראפבייגן די קאפ צו די הערות..., איז ניש דא קיין שמחת התורה, וואס איז די שמחה אז א צווייטער האט זיך געפלאגט פאר עם אין ארייגלייגט די פשט אין מויל?
א יונגערמאן וואס רייסט זיך אוועק אפאר שעה א טאג פין די וועלט ארום זיך, פין ארבעט, שטוב, סעלפאן, וויל זיך פלאגן אויף א שטיקל גמרא, וויל אליין ארויסהאבן א גמרא, אין אטומאטיש האבן די שמחת התורה נאכדעם.
ועוד, די סגולת התורה להציל מן החטא - וואס די דברי הרמב"ם "אין ההרהור מצוי אלא בלב פנוי מן החכמה" זענען ידועים - איז דאך בלתי ספק אז מיט יגיעה ניצט דאס פיל מער.
וראי׳ לדברי העסט כמעט ניש טרעפן א יונגערמאן וואס רייסט אראפ שעות פאר תורה, זיצן מיט אן ארטסקרול גמרא.

מילכיגער האט געשריבן:נאך א נקודה.
די גאנצע שמועס האט א שייכות מיט די אומאויסגעשעפטע שמועס בנוגע סדר הלימוד ביי בחורים!

בימים מקדם האבן מענטשן געלערנט אסאך מער אויבעפלעכליך באופן כללי. סיי ווייל ס'נישט געווען אזוי סך מפרשים/ספרים און סיי ווייל דאס איז געווען די סדר הלימוד בבחי' לגמר והדר לסבר. ממילא האבן בעלי בתים גרינגער געקענט לערנען יעדער לפי משהו, צו א בלאט א טאג צו קיצו שולחן ערוך ועוד. זיך פלאגן אויף א גמרא "ביי א דורכשניטליכן בעה"ב" האט געמיינט אמאל זיך פלאגן אויף פשוט פשט.

היינט איז דאך א בעסערע וועלט (און איך מיין דאס נישט דווקא סארקאסטיש... נישט אנהייבן א שמועס אויף דעם...) און פון בחור'ווייז אן לערנט מען שוין גרונטליכער און די קאפ גייט שוין אנדערש. ס'איז זייער שווער פאר א בעה"ב וואס האט אלס בחור געלערנט גאנץ פלייסיג, און פארברענגט א פאר שעה אויף יעדע בלאט שיעור פשוט (שיעור עיון רעד איך אפילו נישט!) זיך צו זעצן לערנען א עמוד א טאג! ער פילט ער פאפט זיך, ער דארף זיך אינגאנצן ריפראגעמען! און דאס איז פארשטייט זיך גרינגער געזאגט ווי געטאן.

ממילא די need פאר אזא פראדוקט וואס ברענגט אים כשולחן הערוך די סוגיא אראפגעלייגט איז כלל נישט ווי מענטשן מיינען אז מוויל זיך מער שפארן די יגיעה ווי אמאל, פונקט פארקערט! מ'וויל פארשטיין מער ווי אמאל."




פארשטיי בכלל ניש וואס די שרייבסט.
כאילו די גאנצע שמיעס גייט ארום די נייע איבערגעדריקטע קובץ מפרשים...
מרעד מיר דא פין פשוט גמרא, רש״י תוס׳ אויפן בלאט, אינזערע טאטעס אין זיידעס האבן געהאט די זעלבע גמרות ווי מיר האבן היינט! זיי האבן אוועקגעגעבן מער שעות פאר תורה (נאכניש געווען סעלפאנס מיט די רייץ מיטציהאלטן אלע נייעס וכדומה)אין אויסגעקוועטשט יעדן ווארט אין תוס׳, אינז פראבירן זיי נאכמאכן אויף ווי ווייט מעגליך.
מילכיגער האט געשריבן:הרה"ח ר' יודא לייב פערלמוטטער האט מיר פארציילט אז ער איז געזעצן אין קאר מיט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און הרה"ח ר' אלי'ש האט זיך מתמרמר געווען אויף די נושא פון יגיעת התורה ועוד. האט פשעווארסקער רבי זיך אנגערופן מיט א גאנצע דרשה ווי אפגעפרעגט די גאנג איז פרעגנדיג "און אפשר די דרוק איז געווען א שרעקליגע חורבן ווייל אלע ראשונים האבן זיך געפלאגט מיט כתבי ידות? אפשר איז עלעקטרי א גרעסערע חורבן ווייל אלע אונזערע פארגייער האבן זיך געשטופט ביינאכט צו 3 צו א ליכטל און אזוי געלערנט בשעת היינט ווייסט מען ניטעמאל וואס די יגיעה מיינט? און בעיקר, אפשר דארף מען דווקא אריינלייגן גרייזן כדי די יגיעה מצרף זיין צו די טעותים זאל זיין א באמת שטארקע?" און כידוע איז ער שליט"א טאקע פון די גאר שטארקע מעריצים פון די עוז והדר פראיעקט און בכלל פון סיי וועלכע מהדיר וואס מאכט א שיינע ארבייט.

איך טשאלענזש יעדער פון די קעגנערס דא צו ברענגען (נישט ווייל איך ווייס אז ס'נישטא נאר פשוט ווייל איך ווייס נישט) איין פאל ווי גדולי תורה אמיתיים פון אמאל האבן זיך אפגעהאלטן פון א פארגרינגערונג אין לערנען נאר כדי אנצוהאלטן די יגיעה. פונקט פארקערט, יעדער פון די ראשונים אנגעפאנגען האט פרובירט גרינגער צו מאכן לויט די מעגליכקייטן פון דעמאלס. (א עקסטערע שמועס איז די טענות קעגן רמב"ם אבער דארט האט עס צו טון מיט פסק'נען פון קיצורים ואכמ"ל), אזוי אז דאס איז לכאורה א אפגעפרעגטע טענה."




אויב זענט איר א פשעווארסקער חסיד זענט איר מבזה דיין רבין, אויב ניש זענט איר מבזה סתם אן ערליכער יוד.
די פארשטייסט ניש די נפק״מ פין לעקטער/ דרוק/ גרייזן, ביז זיך פלאגן אויף הבנה אינעם קעפעלע?????
אגב ווייס איך ערשטע האנט פין פשעווארסקער רבין, וועגן דעם ענין, האט ער עם גענטפערט ״סאיז א געוואלדיגע זאך פאר אינטעוועגענס״ .......
צוריק צום ענין ארטסקרול איז א גרויסע אויפטו פאר א סאך מענטשן ווי למשל איינער וואס קען ניש אוועקגעבן מער ווי א שעה א טאג,
נאכקוקען א שטיקל גמרא פשט,
מברויך פארהערן די קינדער אין מאיז ניש אין די מסכתא, ועוד.
אבער א בחור, כולל יונגערמאן, ארבעטס יונגערמאן וואס לערענט אפאר שעה א טאג איז דאס ניש געמאכט געווארן.

מילכיגער האט געשריבן:דאס איז ביי מיר אזוי פשוט אז איך וואונדער מיר פארוואס מער מענטשן האבן דאס נישט ארויסגעברענגט...זעהט אויס אז מ'שעמט זיך...


ניש אזוי פשוט אין ניש אזא וואונדער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 25, 2015 9:33 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:די פונקטליכע קוואוט וואס ער ברענגט איז נאר לשיפור הלשון ולרווחא דמילתא, אין הלכה טוישט ער נישט ארום, מען קען מיינען מען רעדט דא פון א זייפן וסלפן.

איך האב געהערט פון א ערנסטער אינגערמאן דוגמאות פון נישט ריכטיגע קוואוטס אין פסקי תשובות - וואס זיי האבן געטראפן אריינקוקנדיג דערין נאכן דורכלערנען די סוגיות אין כולל און געוואלט זעהן וויאזוי ער איז משלים די ענין - וואס א שיין חלק פון זיי איז ממש האר אויפשטעלענד, ער האט מיר געזאגט אז דאס איז בלויז וואס ער געדענקט אויף די מינוט.
איך זאג נישט אז ער האט דאס געטון בדוקא (וואספארא נגיעה זאל ער האבן צו שרייבן נישט ריכטיגע פסקים?) נאר מ'דארף צו וויסן אז מ'קען זיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף אים.

וכבר כתב מרן הב"י בשלהי סי' ט"ז:
וכתבתי זה ללמד דעת לתלמידים שלא ימהרו לפלפל בדברי הפוסק עד שיראו מקום מוצא הדין
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג ינואר 25, 2015 12:20 pm

רעד מיר דאך נישט פון זיך מפלפל זיין, נאר פון א איד וואס קוקט נאך א הלכה
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 25, 2015 12:21 pm

מיסטעריעז, דאס אליין האסטו נאכגעקוקט?.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג ינואר 25, 2015 12:27 pm

נאכנישט
וועט איר פרעגן פארוואס איך בין מיר מפלפל?
איך בין מפלפל אין אייער טענה נישט אין זיינע ווערטער....
וועלמיר באלד נאכקוקן
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג ינואר 25, 2015 12:56 pm

אקעי, פאר ווער ס'וויל וויסן: דער ב"י שרייבט נישט קיין איין ווארט מער ווי דאס וואס רבנו המיושן האט מעתיק געווען...
וואו איז דָוִי?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:07 pm

אינטרעסאנטער אשכול דאס
זאלן נאך אידן הנאה האבן

דיסקלעמער ווען איך דארף הילף אין די גמרא וועל איך לכתחילה נעמען אן ארטסקרול
אויב ס'איז נישט דא וועל איך בדיעבד ניצן א מתיבתא
די ארטסקרול פירוש איז זייער קורץ אין קלאר געשריבן משא"כ מתיבתא

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:15 pm

סתם פאר אינטערסאנקייט די 4 ראשי עורכים פון ארטסקרול זענען אויסגערופענע גאונים ריזיגע תלמידי חכמים מיט ריזיגע כשרונות איך מיין מתיבתא האט נישט די מעלה און עס זעהט זיך אן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:26 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ודו"ק = ווען דו ווילסט קענסטו...

ס'איז דא א מאמר חז"ל אז אליהו הנביא האט געטראפן א פיש כאפער און אים געפרעגט צו ער לערנט האט ער געענטפערט אז ער האט נישט די קאפ דערצו , האט ער אים געפרעגט ווער ס'האט אים געגעבן די קאפ וויאזוי צו כאפן פיש וכו' וכו',
איינער ווייסט וואס איך רעד? ווי שטייט עס אין חז"ל , קען מיר איינער ציווייזן ביטע?



תנא דבי אליהו זוטא - פרק יד
פעם אחת הייתי מהלך ממקום למקום ומצאני אדם אחד שלא היה בו לא מקרא ולא משנה והיה מתלוצץ ומלעיג בדברים ובא כנגדי ואמרתי לו בני מה אתה משיב לאביך שבשמים ליום הדין, ואמר לי רבי יש לי דברים שאני משיבו בינה ודעת לא נתנו לי מן השמים שאקרא ואשנה ואמרתי לו בני מה מלאכתך ואמר לי ציד אני ואמרתי לו בני מי למדך ואמר לך שתביא פשתן ותארגהו מצודות ותשליכהו לים ותעלה הדגים מן הים. ואמר לי רבי בזה נתנו לי בינה ודעת מן השמים ואמרתי לו ומה להביא פשתן ולארוג מצודות ולהשליך לים ולהעלות דגים מן הים נתנו לך בינה ודעה מן השמים ולדברי תורה שכתוב בה (דברים ל) כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו לא נתנו לך בינה ודעה מן השמים. מיד היה מרים קולו ובוכה ומתאנח ואמרתי לו בני אל ירע לך אלא כל שאר בני אדם באי עולם הן משיבין תשובה זו על אותו ענין שהן עוסקין בו אבל מעשיהן מוכיחין עליהן ועליהן ועל כיוצא בהן ועל העושים כמעשיהן מהו אומר הכתוב עליהן (ישעיה יט) ובושו עובדי פשתים שריקות ואורגים חורי ראשית ואחרית הדברים כולן יראת שמים ומעשים טובים.
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:33 pm

משה הקטן האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה פארוואס ארטסקרול איז אראפגעקוקט איז פשוט ווייל ארטסקרול איז ארויסגעקומען לאנג צוריק ווען מ'האט נאכנישט געמעגט, און היינט מעג מען שוין!
סימפל.

אגב, ארטסקרול האט א סאטמארע מגיה ר' ליפא זיכערמאן וואס מאכט זיכער אז ס'פאלט נישט אריין קיין איין ווארט עברית, מ'קען זיך צומאל ברעכן קאפ מיט וועלכע ווארט צו פארטוישן די עברית'ישע ווארט ס'זאל נאכאלס זיין פארשטענדליך, ס'איז ממש מסירת נפש. ווידער די הייליגע מתיבתא גמרות זענען אנגעפילט מיט עברית! ביליוו איט אר נאט קענסט עס אליינס אויסטשעקן.



two wrongs don't make a right

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:57 pm

ניס קראכער האט געשריבן:דיסקלעמער ווען איך דארף הילף אין די גמרא וועל איך לכתחילה נעמען אן ארטסקרול
אויב ס'איז נישט דא וועל איך בדיעבד ניצן א מתיבתא
די ארטסקרול פירוש איז זייער קורץ אין קלאר געשריבן משא"כ מתיבתא

קען זיין ארטקסרול איז צומאל בעסער, אבער פאר קורץ און שארף האט מתיבתא דער שפה ברורה וואס איז נישט שלעכט, אויך איז דא פון ש"ס לובלין דער ושננתם.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט