Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

סאטמאר: ארטסקרול גמרא נישט אנגענומען

מיטוואך ינואר 14, 2015 9:58 pm

א ידיד מיינער זאגט מיר אז אין סאטמאר איז מען מקפיד נישט צו ניצען די בלוי ארטסקרול גמרא׳ס, מען ניצט נאר די רויטע עוז והדר גמרא׳ס, איה״נ אז עס האלט נישט ביי דעם אז מען זאל ארויס ווארפען איינעם וואס קימט אריין מיט א בלויע גמרא אבער ״אפציעיל״ וועט מען עס נישט קויפן אין די סאטמערע בתי מדרשים.

אין ב״פ איז עס טאקע יא דא אפציעיל, אין וומסב״ג שוואכע מעשות, און אין קר״י ווי עס איז די ריכטיגע סאטמאר איז עס לא יזכר ולא יפקד.

איך האב עס נישט באשטעטיגט אז עס איז טאקע אזוי, סאו לאמיר דא אנפרעגן: איז אמת?
אויב יא וואס איז די סיבה דערפון? האט עפעס מיט די קאליר וויבאלד די דעקיל איז קאליר בלוי און די פאפיר איז ווייס און עס איז בלוי און ווייס אזוי די דגל הציוני?

למעשה ביי ביידע ארבייטען עורכים און מגיהים וואס זענענן נישט אזוי איי איי מיט די סאטמערע שיטה, אבער ביי ריזיגען טייל ציבור איז די בלוי גמרא׳ס קלארער פראקטישער און באקוועמער, פארוואס זאלן נישט די סאטמערע אויך הנאה האבן דערפון?
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך ינואר 14, 2015 11:12 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

Advertisement

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:07 pm

אין היכל אינטער ב״ה מר״א איז עס דא

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:10 pm

אין וויזניץ מאנסי איז עס בבל יראה ובבל ימצא, חוץ פון פריוואט. דאס איז ערלויבט..

מתיבתא'ס איז דא א איבערפלוס

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:11 pm

home האט געשריבן:אין היכל אינטער ב״ה מר״א איז עס דא


עמטליך מטעם התאחדות אברכים?

זעט אויס אז איך האב באקימען ראנג אינפערמאציע.

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:11 pm

אוודאי אן איבערפלוס ווייל ווייניג קוקן דערין...

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:14 pm

מחותן האט געשריבן:
home האט געשריבן:אין היכל אינטער ב״ה מר״א איז עס דא


עמטליך מטעם התאחדות אברכים?

זעט אויס אז איך האב באקימען ראנג אינפערמאציע.

נישט עמטליך, אבער וואס עס בלייבט דארט לייגט די פאקער אויף א עמטליכע דעזיגנירטע פלאץ דערפאר.

די סיבה פון עס נישט קויפן איז צוליב וואס די פאונדערס דערפון זענען אולטרע ציונים, און אסאך אידן ווילן נישט דערין לערנען.

רוב סאטמאר לערנט דערין, אזוי ווי אסאך לערנען דף היומי. אויך אסאך תלמידי חכמים - סאטמארע משפיעים לערנען דערין, ווענגלייך די עלטערע דור נישט.

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:23 pm

@ ענדע צדיק, עמטליך קויפט מען עס טאקע נישט? און אזוי איז עס ביי מוהרי״י?

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:26 pm

מחותן האט געשריבן:@ ענדע צדיק, עמטליך קויפט מען עס טאקע נישט? און אזוי איז עס ביי מוהרי״י?

דורך התאחדות אברכים? ניין

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:35 pm

ווער און פארוואס האט באשלאסן אז נישט? האט עס עפעס מיטען רבין? איז א צענטראלע סאטמערע פאלאסי? אדער א לאקאלע געפיל זאך איש כל הישר בעינו?

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:39 pm

די "פרומע סאטמארע" זענען זייער שטרענג דערקעגן. ר' דוד שלמה עקשטיין און ענליכע האלטן און איין האקן דערקעגן. פון רבי'ן (מהר"א) האבעך נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן דערפון (קען זיין ער האט, איך ווייס נישט).

איך פערענליך לערן דערין. פארפאלן געמאכט א גוטע ארבעט... (עיין ערך המעשה שאמר הרה"ק הדברי יואל זי"ע על הרש"ש, ואכ"מ)

--
צום קעפל: *סאטמאר

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:48 pm

אין היכל אין וומ"ס איז עס דא, כ'מיין אז ס'איז אפיציעל באזיגלט.


--
ענדע, ער שרייבט בדוקא סאטמער...

מיטוואך ינואר 14, 2015 10:54 pm

פארפאלען ארטסקרול איז בעסער

מיטוואך ינואר 14, 2015 11:00 pm

מיסטעריעז האט געשריבן: ענדע, ער שרייבט בדוקא סאטמער...


לכאורה האט ענדע עס געשריבן אין ליכט פון דאס דאזיגע אשכול

מיטוואך ינואר 14, 2015 11:08 pm

עין טובה האט געשריבן:אין וויזניץ מאנסי איז עס בבל יראה ובבל ימצא, חוץ פון פריוואט. דאס איז ערלויבט..


פארוואס?

מיטוואך ינואר 14, 2015 11:10 pm

מחמת סיבות שנזכרו לעיל

מיטוואך ינואר 14, 2015 11:13 pm

אין ברך משה ביהמ"ד אויף סקילמאן סט. אין וומבס"ג, איז דא א גאנצע שאפע פון די בלויע גמרות, ואין פוצה פצוצה ולא מצפצף צפצוף, אין אן אנדערע סאקמירע שוהל, אויף יענע זייט ווילי, איז געווען איינער א גרויסער מתמיד, זעהט אויס ר'האט געוואלט לערנען אין וואסער אין מקוה, ער האט זיך גע'טובל'ט אבער די גמרות האט ער געלאזט אין וואסער.... שטייצעך אויף צי מארגנס האט מען געטראפן בלויע גמרות שווימען אין מקוה....
אנדערע האבן מכריע געווען אזוי, לעולם הייסט עס וועגן דעם 'שטן-שטיין', ווייל מיילע דער אויבערשטער פירוש איז דאך פונם שטן אליינס, אבער דער אונטערשטער, איז דאך ממש שטיין-שטארק....

מיטוואך ינואר 14, 2015 11:42 pm

מחותן, איך האב געמיינט ביז היינט אז איר זענט א סאטמארער.
די רבי זאל לעבן א מזל טוב אלע מחותנים א מזל טוב

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:05 am

עני טאפיק אוועילעבעל פאר עי אשכול?

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:14 am

מחותן, איר האט עפעס אן אגענדע מיטן עפענען יעדן טאג אשכולות וועגן סאטמער/סאטמאר? איר ווילט עפעס גרייכן דערמיט?

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:33 am

לאדיךארויס האט געשריבן:מחותן, איר האט עפעס אן אגענדע מיטן עפענען יעדן טאג אשכולות וועגן סאטמער/סאטמאר? איר ווילט עפעס גרייכן דערמיט?


דו ווילסט ענדערש אז איך זאל לייגען אלע סאטמארע נושאים אין איין גרוייסע אשכול? עס וועט ווערן א צומישעניש.

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 12:43 am

סאטמארע נושאים אדער סאטמארע שונאים?

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:06 am

עס שטייט נישט אין עה"ג דערוועגן, און לויט ווי ווייט איך ווייס, נישט אין ברך משה. ס'איז א געפיל וואס טייל סאטמורים האבן. אויב זענט איר א סאטמארער קען איר עס אליינס פארשטיין, אז נישט איז אומזינסט אייער מיה.

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:07 am

איך בין זיך מונע פון לערנען אין די ארסטקרול גמרות זינט איך האב געזעהן א גמרא שטיין לזכרון נצח פאר די חיילי צה"ל שמסרו נפשם על קידוש השם.

דאכט זיך מיר אז אויף די פירוש פון די שלוש שבועות שטייט אויך עפעס נישט אין איינקלאנג מיט די סאטמארע שיטה.

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:11 am

ולא מיין האט געשריבן:עס שטייט נישט אין עה"ג דערוועגן, און לויט ווי ווייט איך ווייס, נישט אין ברך משה. ס'איז א געפיל וואס טייל סאטמורים האבן. אויב זענט איר א סאטמארער קען איר עס אליינס פארשטיין, אז נישט איז אומזינסט אייער מיה.


דאס אלעס.

דאנערשטאג ינואר 15, 2015 3:40 am

אין קובץ אור ישראל איז אמאל געווען א גע'תשובאכץ פון רבנים לכאן ולכאן, דאכצעט אז ר' הילל וויינבערגער האט געשריבן שטארק דערקעגן.

ווער קען ברענגן א לינק צום קובץ?
שרייב א תגובה

Advertisement