ישיחנה האט געשריבן:משה הקטן האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה פארוואס ארטסקרול איז אראפגעקוקט איז פשוט ווייל ארטסקרול איז ארויסגעקומען לאנג צוריק ווען מ'האט נאכנישט געמעגט, און היינט מעג מען שוין!
סימפל.
אגב, ארטסקרול האט א סאטמארע מגיה ר' ליפא זיכערמאן וואס מאכט זיכער אז ס'פאלט נישט אריין קיין איין ווארט עברית, מ'קען זיך צומאל ברעכן קאפ מיט וועלכע ווארט צו פארטוישן די עברית'ישע ווארט ס'זאל נאכאלס זיין פארשטענדליך, ס'איז ממש מסירת נפש. ווידער די הייליגע מתיבתא גמרות זענען אנגעפילט מיט עברית! ביליוו איט אר נאט קענסט עס אליינס אויסטשעקן.
[align=center]two wrongs don't make a right[/align]
איך מיין אז די סיבה איז אביסל אנדערש, ארטסקרול, האט א מאדערנע בליק (וואס דאס מיינט, עס האט מיט א אידישע חסידישע געפיל), ממילא האט די גאנצע זאך געשמעקט פון מאדערנקייט, איז מען ארויס קעגן דעים, מען האט זיך אנגעכאפט אויף נארישקייטן.
מתיבתא קוקט אויס ווי א ספר דארף אוסקוקן, ממילא האט מען זיך נישט געקענט ארויפכאפן. כנלע"ד.
אבער בעצם פאר ווער עס טוט דורך די נושא, איז ארטסקרול א געבענטשע זאך, פונקט ווי די גייסט פרעגן דיין חברותא זאל דיך ארויסהעלפן מיט די סוגיא, זאגן א טייטש, העלפן פארשטיין, די זעלבע זאך איז ארטסקרול, און פונקט ווי די לימוד מיט דיין חברותא הייסט נישט קיין סתירה מיט יגיעת התורה, די זעלבע זאך איז מיט ארטסקרול, ודו"ק כי קצרתי.