דפוס: אותיות רש"י/מרובעות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להקל ולהחמיר
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 01, 2018 4:57 pm

תגובהדורך להקל ולהחמיר » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 2:14 pm

אין די מיינונג פון אדמו"ר מתו"א זצוק"ל קען איך נישט אריינגיין ווייל איך ווייס נישט און איך בין נישט דארט געווען, און ווי איר זעט דא ווייטער איז געווען זייטיגע סיבות פארוואס מען האט געדריקט מרובעות.

יהיה כן האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זעהט אויס נישט פאר אלע יודעים, אבי געהאקט

נישט אלא יודעים, נאר כידוע ליודעים זיי מדייק בלישנא,

געהערט פון הרה"ח ר' יוסף בעריש פארטיגאל'ס א אייניקל, וואס דער שומרי אומנים רבי זצ"ל האט ביי איהם אין שטוב (אין סנהדריה) געשריבן זיין ספר, און אויסגעשטעלט צום דריק
אז דעמאלט'ס איז נישט געווען צו טרעפן קיין אותיות רש"י כמעט נאר פאר זייער טייער, און אותיות מרובעות איז געווען אסאך ביליגער (מ'האט נאך געמאכט יעדע אות א סטענצל פון בליי און נישט כהיום מיט א פילעם),
און אפי' שפעטער ווען דער תו"א רבי זצ"ל האט אנגעהויבן דריקן איז נאך געווען רש"י אותיות א יקר המציאות


און יאך טראכט א סברא, דער שומר אמונים רבי ר' אהרלע זצ"ל האט כידוע געדרוקט זיין ספר בלעטל נאך בלעטל, ער האט געשריבן א בלעטל, געשיקט צום דרוקער, און נאך א בלעטל געשיקט צום דרוקער, און אזוי ווייטער, (דהיינו נישט געשריבן א גאנצער ספר אויפאמאל און געשיקט דרוקן), נו, אויף אזא אופן אולי איז טאקע שווער געווען מיט רש"י, ווייל אותיות מרובעות, איז מער געווען צי די האנט, כנלע"ד בדרך אפשר

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 3:00 pm

להקל ולהחמיר האט געשריבן:בטעות אריינגעבלאנדזשעט אין דעם אשכול, אבער אלס ארויסגעבער פון א ספר עטליכע יאר צוריק, און ס'איז אביסל קרוב לליבי די גאנצע מערכה, אחווה דעתי העני' בענין:

הכל מודים אז אלע ספרים ביז פארן קריג איז געווען געדריקט מיט רש"י אותיות.
איז וואס מיזטו זיין קלוגער ווי דיין זיידע, ער האט אויך געוויסט אז מ'קען דריקן א ספר מיט אותיות מרובעות, און ער האט נאכאלץ נישט געדריקט מיט מרובעות נאר מיט רש"י, א"כ צאו לך בעקבי הצאן און טו עם נאך מיט בלינדע אויגן.

;l;p- ;l;p-
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 3:37 pm

להקל ולהחמיר האט געשריבן:אין די מיינונג פון אדמו"ר מתו"א זצוק"ל קען איך נישט אריינגיין ווייל איך ווייס נישט און איך בין נישט דארט געווען, און ווי איר זעט דא ווייטער איז געווען זייטיגע סיבות פארוואס מען האט געדריקט מרובעות.

יהיה כן האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זעהט אויס נישט פאר אלע יודעים, אבי געהאקט

נישט אלא יודעים, נאר כידוע ליודעים זיי מדייק בלישנא,

געהערט פון הרה"ח ר' יוסף בעריש פארטיגאל'ס א אייניקל, וואס דער שומרי אומנים רבי זצ"ל האט ביי איהם אין שטוב (אין סנהדריה) געשריבן זיין ספר, און אויסגעשטעלט צום דריק
אז דעמאלט'ס איז נישט געווען צו טרעפן קיין אותיות רש"י כמעט נאר פאר זייער טייער, און אותיות מרובעות איז געווען אסאך ביליגער (מ'האט נאך געמאכט יעדע אות א סטענצל פון בליי און נישט כהיום מיט א פילעם),
און אפי' שפעטער ווען דער תו"א רבי זצ"ל האט אנגעהויבן דריקן איז נאך געווען רש"י אותיות א יקר המציאות


און יאך טראכט א סברא, דער שומר אמונים רבי ר' אהרלע זצ"ל האט כידוע געדרוקט זיין ספר בלעטל נאך בלעטל, ער האט געשריבן א בלעטל, געשיקט צום דרוקער, און נאך א בלעטל געשיקט צום דרוקער, און אזוי ווייטער, (דהיינו נישט געשריבן א גאנצער ספר אויפאמאל און געשיקט דרוקן), נו, אויף אזא אופן אולי איז טאקע שווער געווען מיט רש"י, ווייל אותיות מרובעות, איז מער געווען צי די האנט, כנלע"ד בדרך אפשר

לגבי דעת דעם תו"א רבי זצ"ל, האב איך שוין געשריבן, כפי ששמעתי הן מזרעו זרע קודש, און הן מנכד ר' יוסף בעריש פארטיגל ווי איך האב שוין געשריבן אויבן.

חוץ פון דעם רש"י מאכט דעם דריק מער ערנסטער ווי ווען ס'איז מרובעות.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג נובעמבער 25, 2018 9:28 pm

נודה לך האט געשריבן:אייביג זיך געוואונדערט גראדע פארוואס ספר התניא איז אותיות מרובעת

עפעס א מעשה איז דא מיטן תניא'ס זוהן ער האט געוואלט עפעס משנה זיין מיטן ליקוטי אמרים, און די טאטע איז אים געקומען אין חלום ער זאל חלילה נישט משנה זיין ווייל עס איז אזוי ווי תורה שבכתב.

אדרבה, ווער עס קען פארציילן מער מדויק זאל עס ברענגן

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:04 pm

דאכט זיך מיר אז דאס נישט לאזן משנה זיין דעם צורת הדף איז געווען ביים צמח צדק, און פון דעמאלטס איז עס אזוי געבליבן, און ער האט געזאגט א טעם אויף דעם.

באזונדער איז דא א מימרא פון איינער פון די שפעטערדיגע אדמורי"ם לבית חב"ד אז ספר התניא איז תורה שבכתב פון חסידות.

אבער דאס איז נישט מסביר פארוואס מ'האט גענוצט דעם אות מלכתחלה.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:26 am

נישט נאכגעקוקט אויפ'ן מינוט, אבער מונח בזכרוני.

כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל שרייבט אין א בריוו צו זיינס א תלמיד וואס האט זיך אפגעגעבן מיט'ן דרוקן זיין טאטעס ספרים ויגד יעקב, אויב איז שייך צו דרוקן מיט אותיות רש"י זאל ער עס דרוקן מיט רש"י אותיות
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:26 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!

איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=27947&st=&pgnum=5&hilite=%D7%9E%D7%94

איך זעה נישט פונקליך וואס דו ווילסט מיר ווייזן. און רבי מאיר אמסל זי"ע איז נישט דער פוסק הדור, ווי אויך דער שואל דארט.
תכלית.
וואס איז דער פראבלעם מיט דריקן א ספר מיט אותיות מרובעות?
סתם ג'האקט אין טשייניק און ג'מאכט פראבלעמען!



די תשובה פונעם רמ״א איז נישט גענוג?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:29 am

אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט