דפוס: אותיות רש"י/מרובעות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג ינואר 09, 2015 1:37 pm

ס'איז דא א מקור / שיטה אזוי אז ס'איז הייליגער און מען זאל עס נישט נוצן לעניני חולין, בפועל פירט מען זיך נישט אזוי על פי רוב.

אבער צו זאגן אז רש"י איז נישט גענוג הייליג צו פארנעמען קדושת אותיות מרובעות, ולזה נתכוין המדפיס הראשון - וכל המדפיסים בעקבותיו - ומה עמקו מחשבותיו הטהורות, איז נישט צום זאך, מילד גערעדט.

און אין רמ"א איז נישטא קיין רמז רמיזא כל שהוא אין אזא ריכטונג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג ינואר 09, 2015 1:46 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זעהט אויס נישט פאר אלע יודעים, אבי געהאקט

נישט אלא יודעים, נאר כידוע ליודעים זיי מדייק בלישנא,

געהערט פון הרה"ח ר' יוסף בעריש פארטיגאל'ס א אייניקל, וואס דער שומרי אומנים רבי זצ"ל האט ביי איהם אין שטוב (אין סנהדריה) געשריבן זיין ספר, און אויסגעשטעלט צום דריק
אז דעמאלט'ס איז נישט געווען צו טרעפן קיין אותיות רש"י כמעט נאר פאר זייער טייער, און אותיות מרובעות איז געווען אסאך ביליגער (מ'האט נאך געמאכט יעדע אות א סטענצל פון בליי און נישט כהיום מיט א פילעם),
און אפי' שפעטער ווען דער תו"א רבי זצ"ל האט אנגעהויבן דריקן איז נאך געווען רש"י אותיות א יקר המציאות


און יאך טראכט א סברא, דער שומר אמונים רבי ר' אהרלע זצ"ל האט כידוע געדרוקט זיין ספר בלעטל נאך בלעטל, ער האט געשריבן א בלעטל, געשיקט צום דרוקער, און נאך א בלעטל געשיקט צום דרוקער, און אזוי ווייטער, (דהיינו נישט געשריבן א גאנצער ספר אויפאמאל און געשיקט דרוקן), נו, אויף אזא אופן אולי איז טאקע שווער געווען מיט רש"י, ווייל אותיות מרובעות, איז מער געווען צי די האנט, כנלע"ד בדרך אפשר

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » פרייטאג ינואר 09, 2015 2:47 pm

ערגעץ דא אין סידורו של שבת פון דאראג אין הקדמה א שמועס דערווועגן.

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מוצ"ש ינואר 10, 2015 6:34 pm

http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 709#p53709

כמדומה אז אין 'דברי תורה' פון מונקאטשער רב איז אויך דא ווערטער איבער די חשיבות פון דרוקן א ספר אין כתב רש"י דייקא.

---
נאך א נושא וואס איז א ביסל ענליך צו דעם: ווי אזוי זאל מען צייכענען די עמודים, מיט נומערן אדער מיט אותיות, עס איז דא עפעס וועגן דעם פון דעם היילגן יעב"ץ.
אבער ווי געזאגט דער נושא געהרט נישט דא אריין.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מוצ"ש ינואר 10, 2015 7:59 pm

פרשיסחא האט געשריבן:http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=53709#p53709

כמדומה אז אין 'דברי תורה' פון מונקאטשער רב איז אויך דא ווערטער איבער די חשיבות פון דרוקן א ספר אין כתב רש"י דייקא.


און די היינטיגע דברי תורה איז געדרוקט מיט אותיות מרובעות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מוצ"ש ינואר 10, 2015 9:15 pm

פרשיסחא האט געשריבן:נאך א נושא וואס איז א ביסל ענליך צו דעם: ווי אזוי זאל מען צייכענען די עמודים, מיט נומערן אדער מיט אותיות, עס איז דא עפעס וועגן דעם פון דעם היילגן יעב"ץ.
אבער ווי געזאגט דער נושא געהרט נישט דא אריין.


די יעב"ץ אין זיין סידור האט געצייכענט די סעיפים מיט נומערען

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג ינואר 11, 2015 7:54 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:עכ"פ דאס איז זיכער אז בזמנינו היום, ספרים באותיות מרובעות גייען מער.


בין איך מחולק ספרי חסידות איז דא אין רש"י פונט לרוב


לדעתי ברויך מען מאכן וואוט"ס וואס דער עוילעם וויל
די אלע וואס האבן א יד אינעם ספר בנין שלמה, זאלן זיין בארעכטיגט צו שטימען, צו רש"י צו מרובעות

וע"פ רוב יקום דבר
כך נראה לי, וועט מען מוזן געבן פאר יודישע קהילות דאס לעצטע ווארט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג ינואר 12, 2015 12:23 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:מען קוקט אריין אין רמ"א זעהט מען גראד אז ער רעדט פון אנדערע כתבים לעומת כתב אשורית. בכלל נישט נוגע צום שמועס איבער אותיות מרובעות vs. כתב הסופרים (רש"י / משיטא / אידיש). סאו ס'איז נישט קיין תיקו, ס'איז קושיא מעיקרא ליתא.


מיין תיקו איז נישט לגבי די רמ"א, נאר לגבי די אלע שרייערס כנגד כתב מרובעות



דיין תיקו נעמט זיך פון נישט אריינקוקן אינעם רמ"א

מאך נישט קיין אסאמפשענס, קשיות מיט תירוצים.

דער רמ"א שרייבט "נישט" וועגן עס האט א קדושה, נאר וועגן דברים שבכתב.


שאינו יודע האט געשריבן:
וואס איך וויל ארויסברענגען אז ווען עס איז דא א שמועס, האלט ביטע מיט די גאנצע שמועס, און ווארף נישט אריין קיין פלאקן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג ינואר 12, 2015 2:17 pm

און אלטץ דברים שבכתב מעגען מען שרייבען די קעפלעך און ד"ה במרובעות וכל הקטע לא? לאמיר פארשטיין

*
ספר תורת החטאת להרמ"א קראקא של"ז דפוס השני נדפס באותיות מרובעות

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג ינואר 12, 2015 3:05 pm

שמו האט געשריבן:בין איך מחולק ספרי חסידות איז דא אין רש"י פונט לרוב

וע"פ רוב יקום דבר
כך נראה לי, וועט מען מוזן געבן פאר יודישע קהילות דאס לעצטע ווארט


איך שטים מיט דערצו,
(אישית האב איך מער ליב רש"י אותיות)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג ינואר 12, 2015 3:08 pm

שוין געשטימט?
...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג ינואר 12, 2015 4:22 pm

נאך דא אסאך צייט ביז צו א פיינעל החלטה!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

רוצה לדעת
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

תגובהדורך רוצה לדעת » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:54 pm

האלט איך יעצט ביים דריקן א ספר פון איינע פון די גדולי החסידות
און געזעהן דא די סאמעטוכע וועגן אותיות רש"י אדער מרובעות, אבער נאכן ליינען די דריי בלעטער, בין איך נישט ארויס געקומען מיט קיין שום מסקנה

קען מיר איינער דא צוצייכענען א מסקנה לכאן אדער לכאן (נישט קיין בויך סברות, נאר מקורות מראשונים וכדו'?)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 9:49 am

מקורות מראשונים? עפען עני ספר געדוקט פאר׳ן קריג דורך ערליכע יודן.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 9:27 pm

אייביג זיך געוואונדערט גראדע פארוואס ספר התניא איז אותיות מרובעת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:52 pm

שיינע אינטערסאנט אשכול, היצט באמערקט.

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:10 pm

אפשר אינטערעסאנט צו צולייגן:

כתב המדפיס רבי אהרן ב"ר אורי ליפמן מווין, בהקדמתו לספרו של רבי שמעון עקיבא בער ב"ר יוסף משנייטוך, פי שנים, זולצבאך תס"ב.
ואף גם לרבות מעלות הספר הנחמד הלז אשר מכתבים שונים למעליותא, בכל המאמר והקדמה אשר התחיל בראשונה עם הפסוק הצייגתי [=הצגתי] בכתב עברי הנקרא 'בחיי כתב', ושארי מאמרים או הקדמות או איזה פשטים הנחמדים צייגתי [=הצגתי] ב'כתב רשי' כדי שבנקל ימצא איש מבוקשו...

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:28 pm

החכם ר' יצחק דוראן 'האפודי' שרייבט אין זיין ספר מעשה אפד, הקדמה, עמ' 21 (געשריבן אין יאר ה'קס"ג, נאך פאר המצאת הדפוס באירופה):

אפודי.JPG
אפודי.JPG (129.47 KiB) געזעהן 748 מאל

אויף אידיש איז עס בערך אזוי:
ווען מען לערנט תנ"ך אדער גמרא, זאל מען זען צו לערנען פון א ספר וואס איז געשריבן געווארן אין 'אותיות מרובעות', וועלכע ענדלען צום אריגינעלן 'כתב אשורית' וואס מיט אים איז געגעבן געווארן די תורה פון באשעפער...
פארוואס פונקט דעם שריפטסארט? ווייל עס איז דער שענסטער פון אלע אנדערע שריפטסארטן, און וואס שענער עס איז, אלס בעסער ווערט עס איינגעקריצט אין מוח, און מען געדענקט עס לענגער. דערפאר איז פון אלעמאל געווען איינגעפירט, און עס איז נאך היינט דער מנהג אזוי, צו שרייבן תורה, נביאים, כתובים און גמרא, דווקא מיט 'אותיות מרובעות'...
דאס וואס איך האב געזאגט, אז מען קען בעסער געדענקען א זאך וואס איז געשריבן אין 'אותיות מרובעות', האב איך געהערט פון מיינע רבי'ס, וועלכע האבן אזוי מקבל געווען פון די קדמונים. צוערשט האב איך געמיינט אז דאס איז א גוזמא, אבער נאכדעם וואס איך האב עס אויספרובירט האב איך געזען אז עס איז וואר!

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:37 pm

למעשה איז דא א חשש ע"פ הלכה אדער מסורה צו דריקן מיט מרובעות?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג נובעמבער 18, 2018 5:05 pm

איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 18, 2018 11:12 pm

דברים שבכתב אי אתה רשאי וכו׳ כמבואר ברמא. וכן הוא מנהג אבותינו, אי ההבנה אינו משנה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 2:23 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!

איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=27947&st=&pgnum=5&hilite=%D7%9E%D7%94

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:22 am

אדער יא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!

איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=27947&st=&pgnum=5&hilite=%D7%9E%D7%94

איך זעה נישט פונקליך וואס דו ווילסט מיר ווייזן. און רבי מאיר אמסל זי"ע איז נישט דער פוסק הדור, ווי אויך דער שואל דארט.
תכלית.
וואס איז דער פראבלעם מיט דריקן א ספר מיט אותיות מרובעות?
סתם ג'האקט אין טשייניק און ג'מאכט פראבלעמען!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

להקל ולהחמיר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 01, 2018 4:57 pm

תגובהדורך להקל ולהחמיר » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:53 pm

בטעות אריינגעבלאנדזשעט אין דעם אשכול, אבער אלס ארויסגעבער פון א ספר עטליכע יאר צוריק, און ס'איז אביסל קרוב לליבי די גאנצע מערכה, אחווה דעתי העני' בענין:

הכל מודים אז אלע ספרים ביז פארן קריג איז געווען געדריקט מיט רש"י אותיות.
איז וואס מיזטו זיין קלוגער ווי דיין זיידע, ער האט אויך געוויסט אז מ'קען דריקן א ספר מיט אותיות מרובעות, און ער האט נאכאלץ נישט געדריקט מיט מרובעות נאר מיט רש"י, א"כ צאו לך בעקבי הצאן און טו עם נאך מיט בלינדע אויגן.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:58 pm

כנראה אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט נישט אזוי געהאלטן. אז דו טרעפסט נישט קיין שום סיבה פ"וו מען האט דאס געטוהן, און קומסט אראפשטעלן אז דאס מוז עס זיין המוציא מחבירו עליו הראיה, ברענג א מקור לאיסור. געפיל פארשטיי איך, אבער לעומת זה אז עס איז שענער מרובעות וועגט דאס איבער, וויבאלד ספרים דארף מען דריקן ווי שענער מען קען נאר, און דאס האט ת"א זצ"ל לכאו' געהאלטן.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט