טעיות און צומישענישן אין די דיגיטאלע ספרים ארכיוון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 9:16 am
די אשכול ווערט געווידמעט (וישרצו) צו באהאנדלען און מפרט זיין כל מיני פעלערן און גרייזן אין די ספרים ארכיוון, ווי אוצר החכמה, היברו-בוקס.
יעדער קען פארשטיין אז עס זאל זיך מאכן כל ערליי גרייזן ווען עס האנדלט זיך פון אזויפיל טויזנטער ספרים, דעריבער ברענגט עס גארנישט ארויס אנטקעגן זיי, עס איז סך הכל א אינטרעסאנטע טעמע. וואס קען אפשר אויך עפעס אויפטוהן אז מען זאל וויסן צו זיין מער געווארנט איבער די פארלעסליכקייט (בעיקר אויף אינפערמעישן ארום ספרים, ווי דאטומען וכדומה וואס איז זייער סאך מאל פשוט פארגרייזט).
ובזה החלי
א העכסט-מאדנע ערשיינונג, אין צוויי באוואוסטע ספרים אויף משניות, וואס זענען ביידע שטארק באוואוסט און דער חידושי אנשי שם ברענגט זיי ביידע זייער פיהל, וואס זענען געווען אין איין תקופה און אין איין מדינה.
1. ספר בית דוד להג"ר דוד חיים קורינאלדי, נדפס בשנת תצ"ח.
2. ספר שושנים לדוד להג"ר דוד פארדו, נדפס בשנת תקי"ב.
(עי' בהקדמת השושנים לדוד לחלק שני, לענין היחס ביניהם).
אין פעידז' 4 אין ביידע לינקס איז עס פארפארן, אין די שושנים לדוד איז ארייגעפאלן א בלאט מיט 2 הסכמות אויפן בית דוד, און אינעם בית דוד איז ארייגעפאלן א בלאט מיט א הסכמה אויפן שושנים לדוד.
די הסכמה אויפן שושנים לדוד וואס איז ארייגעפאלן אין בית דוד איז אויך דא אין שושנים לדוד פעידז' 2, אבער די הסכמות אויפן בית דוד וואס איז געדרוקט אין שושנים לדוד איז גאר נישט צום טרעפן אינעם בית דוד אליין, אפשר איז עס דארט אויך געווען פעידז' 4 ואו מען האט אנשטאט דעם ארייגעלייגט די הסכמה אויפן שושנים לדוד.
די הסכמה אויפן שושנים לדוד וואס איז אריינגעפאלן אין בית דוד איז אויך אזוי אין אוצרות התורה און היברו-בוקס, פעידז 5.
קען זיין עס איז געווען איבערגעדרוקט אין א קאפי-ווערסיע (פאקסימיליע בלשון חב"ד), און שוין דארט ארייגעפאלן, און פון דארט האבן זיי ביידע עס גענומען. וצריך ביאור.