Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת ינואר 10, 2015 11:40 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:כתבי רבי יאשע שו"ב

דו האסט נישט ליב דעם פאנט? דו ווילסט השוואות מיט אנדערע חסידישע מעשה ביכלעך? וואס פונקטלעך ווילסטו?

להעיר, אז ס'דא נאך א חלק וואס איז קיינמאל געדרוקט געווארן.

Advertisement

שבת ינואר 10, 2015 11:45 pm

ספר אשל אברהם - הג"ר אברהם ברודא ז"ל, שוין איבערגעדריקט?

שבת ינואר 10, 2015 11:46 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:כתבי רבי יאשע שו"ב

דו האסט נישט ליב דעם פאנט? דו ווילסט השוואות מיט אנדערע חסידישע מעשה ביכלעך? וואס פונקטלעך ווילסטו?

להעיר, אז ס'דא נאך א חלק וואס איז קיינמאל געדרוקט געווארן.

ס'איז בנמצא?
גראדע אינעם ספר זעלבסט שטייט נישט קיין ווארט איבער אן ארויסגעבער אדער קאפירטייט וכדומה

זונטאג ינואר 11, 2015 2:49 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ספר אשל אברהם - הג"ר אברהם ברודא ז"ל, שוין איבערגעדריקט?


מ'ארבעט דערויף, אויף ווי ווייט איך ווייס

מאנטאג ינואר 19, 2015 1:31 am

הערליכע דרוש ספר אויף תהלים חוזה דוד דאכט זיך אז עס איז נישט אזוי באקאנט, אפילו אין דרוש ספרים.
איך האב זיך באגעגנט מיט דעם ספר, אין אונזער ארבעט אויף דעם "בנין שלמה". ער ברענגט איהם צו.

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 1:56 pm

דא ווערט געמאלדן, אז אין די נייע פרויקט השו"ת בר אילן 23 גייט זיין דער גאנצער שואל ומשיב אין טקסט

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 2:20 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:דער סעט שדי חמד, קען מען שוין איבערדרוקן, און הערות - וואו עס פעלט זיך אויס - איז אויך אין פלאץ!

חס ושלו'!
ס'דאך דא אין דעם א התכתבות מיט הרב קוק!

נו איז וואס?
ר' שלמה זלמן האט אויף דעם אויך געלאזט א צוואה?.......

טיף! ;l;p-

איך האב נישט געכאפט. האסט מיך געמיינט? אדער אפשר האסטו געמיינט די צוויי מהדורות פון מנחת שלמה?

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 2:22 pm

נישט מנחת שלמה, מעדני ארץ על שביעית.....

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 3:27 pm

דרשות חתם סופר

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 3:39 pm

היסטאריקער האט געשריבן:דרשות חתם סופר

viewtopic.php?p=990102#p990102
viewtopic.php?p=996481#p996481

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 3:53 pm

יפה תואר על מדרש רבה בראשית שמות ויקרא ויפה ענף ויפה קול על שיר השירים ואסתר רבתי,

יפה ענף על רות רבה כבר נתחדש אורו על ידי מכון זכרון אהרן, ועל איכה רבתי נדפס מחדש ע"י הוצאת "יפה תואר" בוויליאמסבורג ניו יארק, יפה מראה על אגדות ירושלמי נדפס מחדש בדפוס נאה בירושלים,

יפה תואר על מדרש שוחר טוב-שמואל יצא לאור מכתב יד ע"י הג"ר ישראל צבי ברודא מב"פ בשנת תש"ס

עדיין יש בכתב יד יפה תואר על במדבר ודברים רבה בגנזי קעמברידזש אשר בלאנדאן הבירה, ויפה ענף על קהלת רבתי בהביבלאטיעק אשר למלכות צרפת, ומחכים לגואל
http://gallica.bnf.fr/ark:/12148/btv1b9 ... %A8.langEN
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:55 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

הוצאת ספרים שעל ידי אייוועלט, נעמטס ענק צום יפה תואר!!

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 4:21 pm

סטראשעלע האט געשריבן:עדיין יש בכתב יד יפה תואר על במדבר ודברים רבה בגנזי קעמברידזש אשר בלאנדאן הבירה, ויפה ענף על קהלת רבתי בהביבלאטיעק אשר למלכות צרפת, ומחכים לגואל
http://gallica.bnf.fr/ark:/12148/btv1b9 ... %A8.langEN



אה!!
א גאלדענע געלעגנהייט פארן 'מפעל הוצאת ספרים שעל ידי אייוועלט'!
'יידושע קהלות' אייכה?
מען קען דאך ארבעטן אויפן יפה תואר הנ"ל, אשר בכתב יד

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 4:56 pm

יהיה כן האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:עדיין יש בכתב יד יפה תואר על במדבר ודברים רבה בגנזי קעמברידזש אשר בלאנדאן הבירה, ויפה ענף על קהלת רבתי בהביבלאטיעק אשר למלכות צרפת, ומחכים לגואל
http://gallica.bnf.fr/ark:/12148/btv1b9 ... %A8.langEN



אה!!
א גאלדענע געלעגנהייט פארן 'מפעל הוצאת ספרים שעל ידי אייוועלט'!
'יידושע קהלות' אייכה?
מען קען דאך ארבעטן אויפן יפה תואר הנ"ל, אשר בכתב יד


איך בין גרייט, דער אינפארסטרוקטור איז אויך שוין דא. איך זוך נאך אפאר מתנדבים קבועים.
אויך וואלט איך געוואלט הערן וואס איר זאגט צו דעם פראיעקט פון נדבנים באצאלן פאר מעתיקים אויף אן אופן חסוי אנאנאמיס.
זאגט אייערע געדאנקן. מיר הערן.
איך וויל אויך האבן א באזונדערע ווינקל דא אין דער גרויסער וועלט...

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:03 pm

איז אזוי, יפה תואר איז א מורא'דיגע געדאנק, איך געב אפ מיין שטימע
תשלומין באופן חסוי וועט זיכער צו העלפן צו די ארבעט אז ס'זאל זיין בקביעות, נישט יעדער האט אלעמאל שעות ע"ג שעות מנדב צו זיין
א באזונדערע אפטיילונג ביי בית סופריהם איך בין מסכים (ווער האט דיך געפרעגט...)

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:19 pm

קהילות, פארבינד זיך מיט מומחה עצום, איבער מסדר זיין די באצאלן באופן פנימי.

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:21 pm

איך בין גרייט צו העלפן פארן יפה תואר, אבער אזא ספר אויב מ'מאכט דארף מען דרוקן

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:22 pm

אבער קודם דארף מען זעכער מאכן אז קיינער ארבעט נישט יעצט דערויף

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:27 pm

עטליכע נקודות וואס איך וויל נאך מוסיף זיין דא.
א. איינער א נדבן איז שוין גרייט אויסצוצאלן דאס באקומען און קאפיען דעם כתב יד פון יפה תואר.
ב. ווער עס וויל מעתיק זיין אדער מגיה זיין וכו' פאר אפצאל, און וויל זיך נישט מעלדן דא ברבים, קען זיך מעלדן צו מיר באישי אדער אימעיל. פארשטייט זיך אז זיין נאמען און אויך ניק וועט בלייבן אנאנים - אויב דאס איז זיין רצון.

ג. ווען מ'וועט ווערן באצאלט, וועט דאס זיין אנאנים אז נישט איך און נישט דער נדבן וועט וויסן ווער איר זענט. אויך וועט דער נדבן בלייבן אנאנים - אויב דאס איז זיין רצון.
ד. פאר מער פרטים וויאזוי דער סיסטעם פון באצאלן וועט ארבעטן קוקט אין דעם אשכול "ווערן באצאלט אנאנים".
ה. על אף וואס א קליינער חלק פון די ארבעט וועט אויך געטוהן ווערן באצאלטערהייט, איז דער גרויסער חלק נאך אלץ א פראיעקט פון התנדבות. דער וואס האט א געפיהל צו דער ענין ווערט געבעטן זיך צו מעלדן ברבים אדער צו מיר באישי/אימעיל.
ו. פארשטייט זיך, אז מיר וועלן נישט קענען באצאלן מער ווי דאס וואס מיר האבן, דערפאר אויב ווילט איר מנדב זיין $$ פאר ארויסגעבן דעם ספר וואס מיר גייען אויסוועלן, אדער איר ווילט באצאלן פאר א ספר וואס איר האט חשק זאל ארויסגעגעבן ווערן, ביטע פארבינדט זיך מיט מיר באישי/אימעיל.

.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:41 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:28 pm

איך בין גרייט צו העלפן מיט אביסל העתקה ביי סיי וועלכע מען עס מחליט לויט וויפיל צייט כ'וועל קענען אריינשטיפן. געלט וועט ביי מיר נישט העלפן אויב עפעס שטערן.

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:30 pm

איך האב שוין זיכער געמאכט און מיך נאכגעפרעגט איבער דעם 10-15 יארן צוריק און כ'האב דעמאלץ געהערט אז איינער ארבעט דערויף, און כמדומני אז ס'איז געווען געדרוקט אין קובץ ישורון א דוגמא דערפון,

אבל עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא זכינו לאורה, נו וויפיל דער איז שיעור צו ווארטן?

איך מיין מ'קען גארנישט דערלייגן פון ארבעטן דערויף, ס'וועט אפשר נאר צוהעלפן אז אויב ארבעט איינער טאקע דערויף, זאל ער זיך צואיילן....

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:31 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין גרייט צו העלפן מיט אביסל העתקה ביי סיי וועלכע מען עס מחליט לויט וויפיל צייט כ'וועל קענען אריינשטיפן. געלט וועט ביי מיר נישט העלפן אויב עפעס שטערן.

י"א. אויך איז דא אן אפציע פון מתנדבים וועלכע *צאלן* געלט פארן "מפעל" כדי צו קענען האבן די זכיה פון העלפן מיט העתקה אדער הגהה. דער אפציע איז געאייגנט פאר אזוינע מתנדבים וואס געלט שטערט זיי. :lol:

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:33 pm

גם אני הצעיר בין גרייט צו נעמען א חלק בעבודת ההעתקה של כתבי היפה תואר,

איין פראבלעם איז נאר אז ס'איז געשריבן בכתב ספרדי רהוט, הגם ס'איז נישט אזא שווערע שריפט ווי מ'מיינט במושכל ראשון, מ'דארף נאר כאפן די אותיות און זיך מרגיל זיין דערמיט, אבער ס'פארלאנגט זיך צייט אריינצוקומען דערין,

אפשר איז דא איינער בין החברים דא וואס קען דעם שריפט און איז גרייט צו געבן א שיעור כללי איבער די אותיות ?
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:34 pm

סטראשעלע האט געשריבן:איך האב שוין זיכער געמאכט און מיך נאכגעפרעגט איבער דעם 10-15 יארן צוריק און כ'האב דעמאלץ געהערט אז איינער ארבעט דערויף, און כמדומני אז ס'איז געווען געדרוקט אין קובץ ישורון א דוגמא דערפון,

אבל עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא זכינו לאורה, נו וויפיל דער איז שיעור צו ווארטן?

איך מיין מ'קען גארנישט דערלייגן פון ארבעטן דערויף, ס'וועט אפשר נאר צוהעלפן אז אויב ארבעט איינער טאקע דערויף, זאל ער זיך צואיילן....


שיקט מיר א חשובער ניק באישי, אז ארקסקרול האט ארויס געגעבן א מדרש מיט פירוש אויף ענגליש, שרייבן זיי אז זיי האבן גענומען פון דעם כתב יד פון יפה תואר,
אולי האבן זיי עס מעתיק געווען, גיי ווייס?

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:38 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:כתבי רבי יאשע שו"ב

און פארום אוצר החכמה שרייבט איינער אז ער ארבעט אויף דעם.

דאנערשטאג ינואר 29, 2015 5:48 pm

צובראכנע לוחות האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:כתבי רבי יאשע שו"ב

און פארום אוצר החכמה שרייבט איינער אז ער ארבעט אויף דעם.

דארף זיין א גרינגע זאך זינט דער געדריקטער איז זייער קלאר.
שרייב א תגובה

Advertisement