בלאט 1 פון 1

ספרי הכנה לשבת ויו"ט - Cookbooks

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 3:01 pm
דורך farshlufen
מעניני דיומא, איצט אין די חנוכה טעג
שואלין ודורשין, פרעגן מען מעג
וועלכע קאכן ביכער זענען גוט צוגעשטעלט
קאכן באקן כל יומא ויומא וואס עס געפעלט
גוט געשיקט, שנעל און קלאר
פיין בע'טעמ'ט זאפטיג ביז גאר
אבער כדי מיר זאלן דאס קאנען יוזן
ברויך עס זיין נאר אין היגע שיעורים און מאסן
די מאטריאל אויך פארשריבן כרגיל בשפתינו
ווי מ'איז געוואוינט צו רעדן בינינו
נישט ווי אין די אויסלענדישע אויסגאבעס
וואס קומען צו אונז משבת לשבת
ווי זאלן וויסן די היגע בעל הבית'טעס
גראם, קילא, ליטערס ווי אזוי מען יוזט עס
לעצטנס זע מיר און די געשעפטן
אלע סארטן ביכער און העפטן
פראמינענט פיגורירענדע נעמען
מן הסתם באקאנט ביי וועמען
קאלירטע דעקלען, שיינע מאלערייען
איז דער תוכן אבער ראוי צום עסן צום קייען?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 3:10 pm
דורך מיללער
איר מיינט וואהרשיינליך דיזע קאכ-בוך

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:11 pm
דורך farshlufen
הער מיללער, אויבצוואר
אז איר ווייסט פאר Sure
דאס נישט פון דאס האב מיר געקלערט
אבער אז מען האט שוין אנהויבן
אלטע ווארע אפצושטויבן
פארט האבן זיי א שויות א ווערט.

---

נאט אייך איינס פון רוקח

בילד

בילד

בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:13 pm
דורך ירוחם
פתח בשבת ויו"ט וסיים בכל יומא ויומא?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:36 pm
דורך farshlufen
ירוחם האט געשריבן:פתח בשבת ויו"ט וסיים בכל יומא ויומא?

כך נהגי די אמאליגע ערליכע אידענעס
צו קאכן אויף שב"ק בהרחבה גוטס פארשידענעס
און די רעשטע די השפעה זאל זיך גיסן
אלע טאג פון די וואך דערפון מ'טוט געניסן.