בלאט 1 פון 1

נייער ביכל: בלייבן א איד

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:00 pm
דורך גרויזאמער
דער נייער ביכל אין ספרים געשעפט האט געכאפט מיין אויג. לויט מיין שנעלע ריסוירטש איז ר' יצחק אוועק תשס"ד, ער איז געווען "די רבי" פון רוסישע אידן איבער די גארער וועלט, און האט געראטעוועט די יהדות רוסיה פון אונטערגאנג.

דער ביכל איז שוין ארויסגעקומען אין רוסיש און אין לשה"ק. און יעצט אין א היימישע חסידישער אידיש.

איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם איד, איך בין נייגעריג ווער יא. אבער עס איז לכאורה אינטערסאנט צו וויסן ווי גוט דער ביכל וועט גיין, אויב וועט זיך עס אויפכאפן וועט עס באשטעטיגן א נקודה אז דער עולם זוכט עפעס פרישע חידושים, זאכן און באגריפן וואס איז נישטא צופיל אין די היימישע ליין מאטריאל מארקעט.

די גרעפיקס און פאנטס פונעם דעקל איז אויך א זאך וואס איד א חידוש אין די אידישע מארקעט.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:03 pm
דורך גרויזאמער
איינציגסטע רעזולטאט אויף גוגל פון אייוועלט אויף ר' יצחק זילבער איז דאס:
viewtopic.php?p=28194#p28194

ערנסטער האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון ר' יצחק זילבער ע"ה אז פון דעם וואס שטייט אין פסוק "בטבעת, הארן יהיו הבדים לא יסרו ממנו" קומט אויס אז דער וואס העלפט צו טראגן די תורה (ווי די בדי הארון מיט וועלכע האט מען געטארגן דעם ארון העדות מיט די תורה) איז מובטח אז אויך ער אליין קיין מאל וועט זיך נישט "אפשיידן" פון איר - שנאמר "לא יסרו ממנו".


און קרעמער ז"ל וואונדערט זיך טאקע:

קרעמער האט געשריבן:לאמיר זיך פארשטעלן דעם בעל השמועה עומד לנגדו. ווער איז דאס דער ר' יצחק זילבער ע"ה?

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:05 pm
דורך בנימין הלוי

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:06 pm
דורך גרויזאמער
יא יא

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:16 pm
דורך אויסערן מיניסטער
די דעקל איז טאקע א חידוש אבער עס כאפט א אויג, קוקט אויס גאנץ אינטערעסאנט

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:16 pm
דורך יהיה כן
דער בוך איז א געוואלדיגער בוך, א מורא'דיגער מוסר השכל, ווי אידן אין קאמניסטושען סאוויעטן פארבאנד, האבן געקעמפט פאר אידישקייט טאג איין און אויס אויף יעדע טריט און שריט
איך האב געליינט דעם בוך אויף ענגליש, כ'בין ארויס פון די כלים פאר התפעלות
כ'גלייב אז דער אידישער איז צענזורירט, ווייל ער שרייבט דארט איבער זיין מסי"נ אויפצישטעלן מקואות, כ'גלייב נישט אז אין דעם אידישן פארמאט האבן זיי דאס נישט געטוישט

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:42 pm
דורך ווישוואש
אה, כהאב עס געוואלט קויפן, כהאב נאר געדארפט וויסן אביסל איבער דעם איד פאר כקויף עס.
זע איך שוין, קען מען עס אריינברענגען אינדערהיים.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:57 pm
דורך מחותן
פינקט נעכטען געהאלטען אין די הענט גרייט צו קויפן אבער געזיכט מער אינפערמאציע צו עס איז טאקע אוטעניש און ווער דער איד איז..

ייש"כ

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 1:03 pm
דורך גרויזאמער
שמעתי מר' בערל טויבער אז די אזאלכע סארט ביכלעך - פון די מסירת נפש אין רוסלאנד וכדו' - זענען מער "מוסר ספרים" ווי איידער ביכלעך.

ער זאגט אסאך נאך פון די ביכל "תחיינה העצמות האלה", מיט ממש האר אויפשטעלדנע סיפורים וואס געבט אריין א מוראדיגע התלהבות אין עבדות ה'.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 1:47 pm
דורך יהיה כן
ערגעץ אנהויב פון דעם בוך, דערציילט ער דארט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט בייגעוואוינט בשעתו אין מינסק בעת די סאוויעטן ימ"ש האבן געוואלט חרוב מאכן דעם בית החיים דארט, ווי עס איז באהאלטן גדולים וקדושים, ביניהם הגאון רבי יחיאל היילפרין בעל סדר הדורות, זיי האבן דארט געוואלט בויען א ספארט סטאדיום, ווען דער טראקטאר איז געקומען נאנט צום קבר פון דעם סדר הדורות, איז דער דרייווער געשטארבן (עפעס אזוי כ'געדענק נישט פונקטליך), מען האט בשום אופן נישט געקענט ממשיך זיין די ארבעט, און דער קבר איז געראטעוועט געווארן, והיה לפלא.
בינעך נייגעריג אויב דער קבר איז טאקע נאך בנמצא דארט, אויב איינער האט שוין געהערט די מעשה פלא ונורא

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 2:47 pm
דורך הלשון
א געשעפטסמאן האט מיר געזאגט אז אויף דעם ביכל "בלייבן א איד" באקומט ער צוריק נאר קאמפלימענטן און גוטע גריסן.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 13, 2014 9:45 pm
דורך שתוקא בתרין
//

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 12:36 am
דורך צו געזונט
ליינענדיג פילע אויסגאבעס אין עטליכע שפראכען, האמיר זיך אנגעטראפען מער ווי איינמאל איבער דעם מסירת נפש איד הרב זילבער. מיר האבען שוין געהערט און געליינט איבער אים ווען ער האט נאך געלעבט. דאס מסירת נפש זיינס איז געווען געקניפט און געבינדען מיט א געוואלדיגן אהבת ישראל. ער האט קיין פראפאגאנדע נישט געזוכט און נישט געברויכט. ווייל אויב יא, דאן וואלט געווען טויזענטער ביכער איבער דעם וואונדער איד.

א גוטע וואך

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 1:00 am
דורך null
כ'האב שוין געלייענט 'להשאר יהודי' מער פון איין מאל, דאס איז א געוואלדיגער בוך, א גרויסער מוסר השכל.
(שוין אמאל געזוכט דא אויפן וועלט צו מרעדט פון אים, ס'איז מיר געווען א ווינדער אז נישט..)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 3:46 pm
דורך שתוקא בתרין
//

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 4:13 pm
דורך עבד השם
אין א''י האב איך אסאך געהערט פון אים
א מסי''נ יוד פארן אייבירשטען במלוא המובן
זיין זון האב איך געקענט פון ירושלים א טיירע יוד וואס טוט א געוואלד פאר די פארבלאנדזשעטע רוסישע נשמות
אויף רח' רייכמאן אין שכונת בית ישראל איז דא א צענטער פון זיינע פעולות

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 8:33 am
דורך שתוקא בתרין
//

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 9:46 pm
דורך ענדע צדיק!
געקויפט דעם ביכל, כ'האלט שוין באלד ביים סוף, זייער אינטערסאנט! מורא'דיגע מעשיות! זיך באקענט מיט מסירת נפש וואס מיר קענען זיך פארשטעקן מאה פעמים.

עס איז זייער צומישט געשריבן און נישט פראפעשאנעל, אויב איינער זוכט דאס אינעם בוך וועט ער לכאורה דיסעפוינטעד ווערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2014 10:00 pm
דורך מגיה
ביסט דאך ממש אן ענדע צדיק... יעצט קען איך נישט קויפן דעם בוך, ווייל ענדערש נישט ליינען ווי ליינען א צעמישטע ארבעט. אפשר וועלן מיר נעמען די אריגינעלע ענגלישע ווערסיע.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 11:16 am
דורך קאמענטאטאר
גרויזאמער האט געשריבן:שמעתי מר' בערל טויבער אז די אזאלכע סארט ביכלעך - פון די מסירת נפש אין רוסלאנד וכדו' - זענען מער "מוסר ספרים" ווי איידער ביכלעך.

ער זאגט אסאך נאך פון די ביכל "תחיינה העצמות האלה", מיט ממש האר אויפשטעלדנע סיפורים וואס געבט אריין א מוראדיגע התלהבות אין עבדות ה'.


עני איידיע ווי מ'קען קויפן דעם בוך?

כ'האב עס נאר געפונען דא אבער נישט צו פארקויפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 2:07 pm
דורך קנאפער ידען
קאמענטאטאר האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:שמעתי מר' בערל טויבער אז די אזאלכע סארט ביכלעך - פון די מסירת נפש אין רוסלאנד וכדו' - זענען מער "מוסר ספרים" ווי איידער ביכלעך.

ער זאגט אסאך נאך פון די ביכל "תחיינה העצמות האלה", מיט ממש האר אויפשטעלדנע סיפורים וואס געבט אריין א מוראדיגע התלהבות אין עבדות ה'.


עני איידיע ווי מ'קען קויפן דעם בוך?

כ'האב עס נאר געפונען דא אבער נישט צו פארקויפן.

http://danibook.com/Item.asp?bookId=11162