בלאט 1 פון 2

דער אויסשטעל פון די אלטע סידורים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 6:39 am
דורך צו געזונט
היינט צוטאגס האבען די קינדער, אינגעלייט און עלטערע א סידור אויסגעשטעלט אוואו דער סדר התפילה. נו, האב יאך דאך געברויכט זיך אנשטויסן אין א אלטען סידור, דייקא נישט אן אור-אלטן. לאמיר אנהויבן מיט ברכת התורה, ווען דער אויסשטעל פון די ברכת השחר לויפט אויף א ברעיני-מעיז אויסשטעל. מודה אני און ברכת ציצית. דאן די תפילה פון רבי ר' אלימלך, און אויף פארזעצן העמיר זיך בעגעגענען מיט מה טובו און דאן נטילת ידיים און אשר יצר. כאפ נישט מיין פריינט, מען זאגט נישט איצטערט והערב נא, נאר אלוקי נשמה נאכען איבערמישען דאס בלעטל און נאכער העמיר צוריקמישען און זאגען והערב.

פון קדיש און סיי וועלכע זאך מען זאגט מער ווי צוויי מאל ביים דאווענען, איז דאך אפגערעדט אז דער דרוקער האט עס נאר איינמאל אריינגעשטעלט, און ביים ארט אוואו מען ברויך עס נאכאמאל זאגען טרעפט מען די ווערטער, צום ביישפיל, קדיש דרבנן תמצא בעמוד י"ט. לדוד ה' אורי פאר קוה אל ה' און נישט פארגעסן, צדקתך שבת ביי מנחה, איז די דריטע פסוק צום ערשט און אזוי פארקערט אויף אראפ. דאס האט געהאט אזוי א, ב, און ג צוגעשריבען, אז מען זאל וויסען וויאזוי עס זאגען

האט אלע א גוטען טאג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 7:50 am
דורך כרם
אין די אלטע סידורים פלעגט שטיין פאר מודה אני
"ברכה זאגן פיר קינדער "
וואסי פשט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 8:23 am
דורך נשמה
כרם האט געשריבן:אין די אלטע סידורים פלעגט שטיין פאר מודה אני
"ברכה זאגן פיר קינדער "
וואסי פשט?


"ברכה זאגן פאר קינדער" אזוי פלעגט מען זאגן דעם פאר, כמעט ווי פיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 8:51 am
דורך בוידעם
אדער האט דער דרוקער מכוון געווען כנגד ארבעה בנים, אחד חכם וכו'. בדרך הלצה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 9:07 am
דורך מאנ-יימער
כרם האט געשריבן:אין די אלטע סידורים פלעגט שטיין פאר מודה אני
"ברכה זאגן פיר קינדער "
וואסי פשט?

נאר אינעם ראצפערטער'ס סידור קרבן אשר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 9:13 am
דורך אוהב ספרים
פאר מודה אני אדער פאר ראשית חכמה מיט די פסוקים, וואס דאס האט נישט קיין קלארער מקור ווי האט זיך דאס אנגעהויבען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 7:22 pm
דורך צולייגער
ממנין לבנין באותו קנין, אין די אלטע סידורים פלעגט שטיין "ווייל דער חזן זאגט ברכו זאגט קהל יתברך"
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_46020_138.pdf

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 7:29 pm
דורך לכאורה
צולייגער האט געשריבן:ממנין לבנין באותו קנין, אין די אלטע סידורים פלעגט שטיין "ווייל דער חזן זאגט ברכו זאגט קהל יתברך"
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_46020_138.pdf

מיינענדיג דעם ענגלישן WHILE

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 7:35 pm
דורך צולייגער
...WELL

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 7:37 pm
דורך נשמה
איינער זאגט נאך יתברך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 10:13 pm
דורך צו געזונט
שלום רב ביי מעריב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 10:40 pm
דורך נשמה
יגדל זאגט נאך איינער? פתח אליהו? איינער זאגט ותעלה ארוכה ומרפא?

וואס איז דעי פשט פון די אלף בית אנהייב סידור?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 10:56 pm
דורך מילכיגער
נשמה האט געשריבן:יגדל זאגט נאך איינער? פתח אליהו? איינער זאגט ותעלה ארוכה ומרפא?

וואס איז דעי פשט פון די אלף בית אנהייב סידור?


און פון שמע ישראל ביי קר"ש. יעדער פארמאכט סייווי די אויגן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 11:40 pm
דורך למעלה משבעים
נשמה האט געשריבן:פתח אליהו?

איז דא איינער וואס נישט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 11:47 pm
דורך סביב העולם
תפלת מנחה מיט די ליין אונטער דעם (אזוי ווי א וואסער) מיט תפלת מעריב - און ביי שמו"ע איז זיך עס צוזאם געקומען.
ווער געדענקט נאך כל הנשמה וכו' איז געשטאנען ראשי תיבות כהתי"ה

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 7:21 am
דורך נשמה
ה' מלך ב"פ.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 10:02 am
דורך קרעפטיג
למעלה משבעים האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:פתח אליהו?

איז דא איינער וואס נישט?

קיינמאל נישט געזאגט.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 10:12 am
דורך farshlufen
צו געזונט האט געשריבן:לאמיר אנהויבן מיט ברכת התורה, ווען דער אויסשטעל פון די ברכת השחר לויפט אויף א ברעיני-מעיז אויסשטעל. מודה אני און ברכת ציצית. דאן די תפילה פון רבי ר' אלימלך, און אויף פארזעצן העמיר זיך בעגעגענען מיט מה טובו און דאן נטילת ידיים און אשר יצר. כאפ נישט מיין פריינט, מען זאגט נישט איצטערט והערב נא, נאר אלוקי נשמה נאכען איבערמישען דאס בלעטל און נאכער העמיר צוריקמישען און זאגען והערב.

דאס איז מיוסד על המנהג הקדום אין די אשכנז'ישע קהילות צו דאווענען מיטן ש"ץ ביינעזאם אלעס על הסדר, אזוי ווייט אז מ'האט אפילו בימי הסליחות זיך אויך אזוי געפיהרט כמבואר בסי' מ"ו סעיף ט' ברמ"א, ויש שכתבו אז דאן זאל יעדער זאגן ברה"ת פריערט חוץ דער ש"ץ כדי שלא לשנות המנהג, כתבתי מזכרוני ואם טעיתי ה' הטוב יכפר.

צו געזונט האט געשריבן:האט אלע א גוטען טאג

א גוט יאר אייך
ברכות אסאך.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 10:15 am
דורך farshlufen
נשמה האט געשריבן:וואס איז דעי פשט פון די אלף בית אנהייב סידור?

צו לערנען אלף בית מיט די קינדערלעך, אלף בינה וכדו' האט נאך נישט עקזיסטירט בימים ההם.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 10:17 am
דורך farshlufen
נשמה האט געשריבן:איינער זאגט ותעלה ארוכה ומרפא?

שוין פלענטי געהערט, און די זאגן ע"פ רוב ביידע, בבחינת יוסיף דע"ת יוסף מכאו"ב.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 10:20 am
דורך מי חכם
farshlufen האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:לאמיר אנהויבן מיט ברכת התורה, ווען דער אויסשטעל פון די ברכת השחר לויפט אויף א ברעיני-מעיז אויסשטעל. מודה אני און ברכת ציצית. דאן די תפילה פון רבי ר' אלימלך, און אויף פארזעצן העמיר זיך בעגעגענען מיט מה טובו און דאן נטילת ידיים און אשר יצר. כאפ נישט מיין פריינט, מען זאגט נישט איצטערט והערב נא, נאר אלוקי נשמה נאכען איבערמישען דאס בלעטל און נאכער העמיר צוריקמישען און זאגען והערב.

דאס איז מיוסד על המנהג הקדום אין די אשכנז'ישע קהילות צו דאווענען מיטן ש"ץ ביינעזאם אלעס על הסדר, אזוי ווייט אז מ'האט אפילו בימי הסליחות זיך אויך אזוי געפיהרט כמבואר בסי' מ"ו סעיף ט' ברמ"א, ויש שכתבו אז דאן זאל יעדער זאגן ברה"ת פריערט חוץ דער ש"ץ כדי שלא לשנות המנהג, כתבתי מזכרוני ואם טעיתי ה' הטוב יכפר.

צו געזונט האט געשריבן:האט אלע א גוטען טאג

א גוט יאר אייך
ברכות אסאך.


ולפי זה איז פשוט דער חלק פון אלוקי נשמה דוקא נאך ברכת התורה כמנהג אשכנז (ולא כמנהג הטור).

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:03 am
דורך מיסטעריעז
קרעפטיג האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:פתח אליהו?

איז דא איינער וואס נישט?

קיינמאל נישט געזאגט.

איינמאל געזאגט
בּי‎י‎ בּרכּת‎ החמה...

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:08 am
דורך שוועמל
כל"ח

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 11:43 am
דורך קיקיון
למען ירבו א פרשה פאר זוך :?: :?:
Capture.GIF
Capture.GIF (2.19 KiB) געזעהן געווארן 420 מאל

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 11:51 am
דורך מאנ-יימער
וואס פונקטליך איז אייער פראגע?