בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 12:02 pm
דורך קיקיון
קלארער געפרעגט פארוואס האבען די דרוקערס ביז ממש לעצטענס געשטעלט
דעם לעצטען פסוק פון והי' אם שמוע כאילו עס וואלט געווען א פרשה פאר זיך
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 1:11 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:קלארער געפרעגט פארוואס האבען די דרוקערס ביז ממש לעצטענס געשטעלט
דעם לעצטען פסוק פון והי' אם שמוע כאילו עס וואלט געווען א פרשה פאר זיך
נאך צוויי דוגמאות
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=42760&st=&pgnum=127www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=42979&st=&pgnum=91
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 1:21 pm
דורך הסרפד
אין 'שרשי מנהגי אשכנז', עס דאכט זיך מער, איז דא א פרק אויף 'למען ירבו'. מיר ליגט אין קאפ אז ער שרייבט אז דער רב אדער דער בעל תפילה פלעגט פארזאגן הויך פון למען ירבו.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 3:35 pm
דורך מיסטעריעז
הגם איך ווייס נישט די פשוטע טעם פון אפטיילן, דאך וואלט איך ענדערש געפרעגט פארוואס (געוויסע פון-) די היינטיגע דרוקערס האבן עס משנה געווען און צאמגעשטעלט.
כפי המונח בזכרוני איז דא אין לחם חמודות (רחמ"ד ווייסמאנדל ז"ל על התורה) א טעם, עפעס מיט די מספר התיבות.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 4:46 pm
דורך קיקיון
הסרפד האט געשריבן:אין 'שרשי מנהגי אשכנז', עס דאכט זיך מער, איז דא א פרק אויף 'למען ירבו'. מיר ליגט אין קאפ אז ער שרייבט אז דער רב אדער דער בעל תפילה פלעגט פארזאגן הויך פון למען ירבו.
הגה"צ רבי אורי לאנגנער אדמו"ר מקניהניטש זצ"ל האט געשריבן:ה. מנין המקור שהרב דמתא אומר בקול רם למען ירבו בק״ש. הנה בספר חסידים סי׳ ר״מ מובא, הנהנה מן החיים צריך להתפלל עליהם ולברכם, דכתיב: (דבר׳ ב״ד י״ג) ושכב בשלמתו וברכך. ומזה המקור למנהג שהרב דמתא אומר בקול רם למען ירבי, כי החוב עליו לברך את בני עירו המפרנסין אותו, ומכוון אז לברך אותם בקול רם.
פארוואס די דרוקערס האבען עס ציזאמגעשטעלט?
אין מיין חומש און מן הסתם זייערס אויך שטייט דער
ס נאך למען ירבו
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 5:17 pm
דורך מיסטעריעז
קיקיון האט געשריבן:פארוואס די דרוקערס האבען עס ציזאמגעשטעלט?
אין מיין חומש און מן הסתם זייערס אויך שטייט דער ס נאך למען ירבו
ווייס איך דען נישט?
איך האב געפרעגט פארוואס זיי האבן וויכטיג געברויכט משנה זיין
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2014 7:07 pm
דורך קיקיון
אפשר מען זאל נישט מיינען אז עס איז בין הפרקים וואס אין סימן ס"ו איז דא חילוקים בענין הפסק
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 10:13 am
דורך רב טקסט
שמעתי לפני זמן רב מתלמידי הג"ר יעקב קאמנעצקי ז"ל שהיה אומר שצריכים לקבל הסכמה גם על סידור תפלה, וכדוגמא היה מביא זה שעשו הפסק כעין פרשה קודם למען ירבו ומי התיר להם זאת. ואם זכרוני לא כוזב לי היה אז מדובר גם מזה שזה יכול לגרום לטעות שזה בין הפרקים - ואולי אמרו שבעיקר מפני זה היה מקפיד על כך.
עכ"פ יש בכך לפחות הסכמה מאת הג"ר יעקב שלא לשים שם שום הפסק.