בלאט 1 פון 2
על הספר "צדיק כתמר יפרח" - הגריא"ל גאב"ד עדה"ח?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:39 pm
דורך מחותן
בימים הקרובים יראה אור הספר "צדיק כתמר יפרח" ובו סיפורים ומעשיות על ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן שחלקם אקטואליים גם לימים אלו בהם אנו נמצאים בצל פילוג שמסעיר את העולם הליטאי.
בספר מופיעה התייחסות ראשונה של הגראי"ל לעשרות נושאים העומדים על הפרק שרובם עדיין לא פורסמו.
בספר מובא מעשה מפתיע, על כך שמרן בעל 'הקהילות יעקב' זצ"ל ניסה להביא למינויו של הגראי"ל לכהן כגאב"ד 'העדה החרדית לאחר פטירתו של הגאב"ד בעל 'המנחת יצחק' אך הגראי"ל סירב בטענה כי הדבר יפריע ללימודו.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:40 pm
דורך שמעלקא טויב
זה מאחד מני אלף מהשטותים שהליטאים מוכרים לעולם גולם!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:41 pm
דורך מחותן
עס איז דאך נישט געווען אזוי לאנג צירוק, איינער דא געדענק עס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:45 pm
דורך אלף בית
דאכט זיך אז דער בעל קהילת יעקב איז נפטר געווארן בשנת תשמ״ה 4 יאר פארן בעל מנחת יצחק.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:47 pm
דורך farshlufen
פאקטן ערשט:
דער סטייפלער איז נפטר געווארן כ"ג אב תשמ"ה.
דער מנחת יצחק אום י"א סיון תשמ"ט.
איצט פארקויפט מיר אז ר' יצחק אלחנן האט געוואלט דעם טעפליקער ז"ל אלס ירושלימ'ער רב..
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:48 pm
דורך אויסערן מיניסטער
שטיות במיץ עגבניות....
בעסערע אויסדרוק האבעך נישט סארי...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:48 pm
דורך נחמן נתן
אויב גייט דער ספר פארמאגן חידושים פון דעם שטייגער, דאן לויף איך עס קויפן. א שאד אבער אין חודש אלול, בעסער אום חודש אדר.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:51 pm
דורך שמעלקא טויב
נחמן נתן האט געשריבן:אויב גייט דער ספר פארמאגן חידושים פון דעם שטייגער, דאן לויף איך עס קויפן. א שאד אבער אין חודש אלול, בעסער אום חודש אדר.
רוב ספר וועט זיכער זיין חידושים, דאס איז פון די זאכן וואס מ'וועט גרינג טרעפן, דארט פארקויפט מען דאך הימל שרייענדע שטותים.
-
אגב דאגב, הגאון ר' ח"ק האט געפסק'ט אז אלע בעלי תפלות וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום פלג בני תורה דארף מען אויפזאגן פון די פאסטענעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 4:59 pm
דורך מחותן
עס איז אזא גיטע מעשה.. אשאד עס אפצוהרגנן מיט טעכנישע סיבות צילוב א דאטום..
עטץ ווילטס הערן א מעשה, אדער פרעגן קשיות?
___
עס איז דא אזויפיל זאגען וואס דארף קלאר ווערן לו יהא עס איז ווען אמת און ער ווערט ווען גאב"ד...
וואלט מען געשריבען רבינו סר מן הדרך אדער ער וואלט קיינמאל נישט סר געווען?
מען זעט דאך אז ער דערלעט לאורך ימים ושנים, דאס מיינט אז דער איצטיגער גאב"ד וואלט קיינמאל נישט געווארען גאב"ד, דאס מיינט אז .... אופס, וואס האב איך געוואלט זאגען?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 5:16 pm
דורך הרבטייטעלבוים
געהערט אמאל די מעשה נאר מיט א קליינע שינוי
געוואלט אויפנעמען אלס ראש ישיבת פאנעווישט אנשטוטס ראש הכולל. און נישט דער סטייפלער נאר דער פאנאוויטשער רב.
אבער אויף קליינע חילוקים שטעלט מען זיך נישט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 5:23 pm
דורך שנאפס
קודם די נאמען איז א חוצפה, דאס איז א ריין סאטמארער לאזונג...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 6:00 pm
דורך יהיה כן
וועליך ענק דערציילן נייעס
מיין עלטער זיידע ע"ה איז געווען פון די 'וועד השבעים' פון די עדה החרדית, האט ער דערציילט אז ווען הרב בענגיס איז אוועק איז געווען א מדובר אויפצונעמען דעם קלויזנבורגער רב בעל שפע חיים, און ער איז געווען א שליח דערצו!
נו, קען מען היינט דערציילן אזא מעשה?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 6:02 pm
דורך שטארק זיך
דאס אז אייער עלטער זיידע איז געווען שליח איז מסתם מער חידוש ווי די עצם מדובר... א מדובר איז שוין געווען אויף גאר אסאך
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 6:06 pm
דורך שמעלקא טויב
יהיה כן האט געשריבן:וועליך ענק דערציילן נייעס
מיין עלטער זיידע ע"ה איז געווען פון די 'וועד השבעים' פון די עדה החרדית, האט ער דערציילט אז ווען הרב בענגיס איז אוועק איז געווען א מדובר אויפצונעמען דעם קלויזנבורגער רב בעל שפע חיים, און ער איז געווען א שליח דערצו!
נו, קען מען היינט דערציילן אזא מעשה?
איבער דעם דערציילט ר' אליקם שלעזינגער אין הדור והתקופה אן א נאמען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 6:07 pm
דורך שמעלקא טויב
שנאפס האט געשריבן:קודם די נאמען איז א חוצפה, דאס איז א ריין סאטמארער לאזונג...
דא זענען דאך דא וואס זאגן גאר אז ער איז א תלמוד פון רבינ'ס ישיבה אין שווייץ, שטימט דאך עס טאקע יא.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 6:43 pm
דורך חמרא טבא
מן הסתם האט זיך יענער טועה געווען מיט דעם
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:55 am
דורך אפטימיסט
רב פדווא שליט"א פון לאנדאן האט דעם כ"ו אב העעל"ט ביי א יארצייט סעודה פארציילט וועגן דעם גאב"ד ירושלים פאסטן, און דאכצעך, דאכצעך, קען זיין איך האב נישט גוט געהערט, אז ער האט געזאגט אז עס איז געווען א רעדע פון אויפנעמען דעם קהלת יעקב אליין. אויב עמיצער קען עס אויסקלארן
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 3:49 am
דורך פרשיסחא
איך האב אמאל געהערט אז נאך די הסתלקות פון הגאון רבי זעליג ראובן בענגיס האט דער דער חזון געזאגט פאר די עדה החרדית אז מען זאל אויף נעמען אלץ גאב"ד רבי חיים שאול קרליץ, א זון פון חזון איש'ס ברודער רבי מאיר, [ער איז שפעטער געווארן גאב"ד שארית ישראל].
איך מיין אז די מעשה כאפט בערך אזוי ווי די מעשה אויבן.
דאס איז אבער באקאנט א מען האט געבעטן דעם חזון איש צו זיין גאב"ד אין די עדה החרדית, דוכט זיך מיר אז הגאון רבי חיים עוזר איז אויך געווען פארמישט אין דעם, אבער דער חזון איש האט נישט געוואלט.
נאך איז דא צו דערציילן, אז הגאון רבי שמואל וואזנר שליט"א וואס מיט זיבעציג יאר צוריק איז ער געווען א מו"ץ אין די עדה החרדית, האט מען אים געבעטן צוויי מאל צו קומען זיין גאב"ד פון די עדה החרדית, אבער ער האט נישט געוואלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 6:08 am
דורך רב טקסט
דער חז"א האט מסכים געווען צו זיין ירושלימע רב מיט איין תנאי אז ער דארף נישט פסקנן אין חשן משפט די ערשטע 3 יאר, ער האט געזאגט אז ער קען עס נאך נישט. און די וועד האט נישט מסכים געווען דערצו.
אין די סעריע פון טעכנישע פרטים מיט די זמנים, איז באוואוסט די מעשה אז איינער איז אמאל אריינגעקומען צו ר' יצחק אלחנן מיט א קשיא און רי"א האט עס אוועקגעמאכט, האט דער איד געזאגט ער ווייסט אז עס איז אפשר נישט אזוי שטארקע קשיא אבער ער האט סאך א בעסער תירוץ, ווען דער איד האט גענדיגט מיט זיין תירוץ זאגט איהם הגרי"א ווייסט איך האב אויך א קשיא, צו וואס האט איסגעפעלט די גאנצע סאך אז דער באשעפער האט ארויסגענומען א צלע פון אדם הראשון און באשאפן חוה, פארוואס האט אדם הראשון נישט געקענט חתונה האבן מיט די אלמנה פון הבל, דער איד הויבט אפאר אויגן, זאגט איהם הגרי"א כוויייס אז אפשר איז עס נישט אזא שטארקע קשיא ווייל דאס איז געווען נאך איידער הבל איז געבארן, אבער מיט די טעכנישע זאכן וועט מען זיך שוין א עצה געבן, נאר איך האב סאך א בעסערע תירוץ, ווייל עס ווערט געברענגט אז די כתנות עור איז געווען בבחינת בגדי כהונה גדולה, זעהט אויס אז אדם הראשון האט געהאט א דין כהן גדול ואסור באלמנה..
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 7:14 am
דורך משנה מקום
מחותן האט געשריבן:עס איז דא אזויפיל זאגען וואס דארף קלאר ווערן לו יהא עס איז ווען אמת און ער ווערט ווען גאב"ד...
וואלט מען געשריבען רבינו סר מן הדרך אדער ער וואלט קיינמאל נישט סר געווען?
א ריזיגע חלק פין רבנים פין עדה זענען בכלל נישט געווען קיין קנאים פאר זיי האבען באקומען די פאסטען סאו דאס איז נישט קיין פראבלעם מען פאסט זיך אריין אין די זשאב
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 9:56 am
דורך להודיע
חמרא טבא האט געשריבן:מן הסתם האט זיך יענער טועה געווען מיט דעם
זייער שווער צו זאגן אז ס'איז בכלל געווען א קלער אויפצונעמען הגרי"ש בימי המנחת יצחק, ער איז שוין דאן געווען פסול און אפגעפרעגט ביים יהדות החרדית נאכן דינען אין די היכל שלמה 'סנהדרין', קעגן דעם פסק פון בריסקער רב.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 10:18 am
דורך מענטשאלע
נארישקייט: איך האב מיט א צייט צוריק געזען דעם בוך פון די פרוטקולים פון די אסיפות פון די עדה החרדית, נישט הגרי"ש און נישט הגראי"ל זענען געווען קיין הצעות, ווער ס'קען די הנהלת העדה החרידת אין לעצטע פערציג יאר וויסט אז ס'איז אפילו נישט קיין הצעה.
ווער ס'איז יא געווען אין הגר"ש וואזנער שליט"א, רבי מרכי סאוויצקי זצוק"ל און נאך אנדערע.
ס'איז נישט מער ווי א טריק וויאזוי צו לעבעדיג מאכן די לופט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 10:24 am
דורך SPUSMN
משנה מקום האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:עס איז דא אזויפיל זאגען וואס דארף קלאר ווערן לו יהא עס איז ווען אמת און ער ווערט ווען גאב"ד...
וואלט מען געשריבען רבינו סר מן הדרך אדער ער וואלט קיינמאל נישט סר געווען?
א ריזיגע חלק פין רבנים פין עדה זענען בכלל נישט געווען קיין קנאים פאר זיי האבען באקומען די פאסטען סאו דאס איז נישט קיין פראבלעם מען פאסט זיך אריין אין די זשאב
געהערט אז ווען דער סאטמארער רב האט מציע געווען אז דער מנחת יצחק זאל ווערען ראב"ד אין די עדה החרדית, האט מען אים געזאגט אז הרב ווייס איז נישט קיין קנאי, און אז אויף זיין בית המדרש אין מאנטשעסטער הענגט די איזרעלי פאן אין יום העצמאית. האט דער סאטמארער רב געזאגט אז עס וועט זיין גרינגער צו מאכען פון דעם גרויסען תלמיד חכם א קנאי, ווי צו מאכען פון א קנאי אזא גרויסע תלמיד חכם ווי אים.
ווען נישט דער סאטמארער רב מאכט אים ראב"ד וואלט ער קיינמאל נישט געווארען ירושלים'ער רב.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 10:36 am
דורך SPUSMN
להודיע האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:מן הסתם האט זיך יענער טועה געווען מיט דעם
זייער שווער צו זאגן אז ס'איז בכלל געווען א קלער אויפצונעמען הגרי"ש בימי המנחת יצחק, ער איז שוין דאן געווען פסול און אפגעפרעגט ביים יהדות החרדית נאכן דינען אין די היכל שלמה 'סנהדרין', קעגן דעם פסק פון בריסקער רב.
נישט אזוי פשוט. קען אפילו זיין אז דער בריסקער רב וואלט געוואלט אז מען זאל אים אויף נעמען. מיט דער גאנצער קנאות פונעם בריסקער רב, מיינט נישט אז ער האט אוועק געמאכט דאס גדלות פון הרב שטיינמאן.
ש"ב רבי שמעון מעללער וואס האט ארויס געגעבען די ספרים אויף בריסק, האט דערציילט אז פארען דריקען די בריסקער רב'ס ווערטער קעגען היכל שלמה האט ער נישט געוויסט וואס צו טוהן, ער האט נישט געוואלט טשעפען הרב אלישיב (וואס ער האט אים געהאלטען פאר דער גדול הדור) און וואס איז געווען ראש בי"ד דארט. איז ער געגאנגען פרעגען הרב אלישיב אליין און ער האט עס אים געהייסען עס יא דריקען. איז ער געגאנגען פרעגען הג"ר חיים קנאיבסקי און ער האט אים אויך געהייסען עס דריקען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 12:06 pm
דורך יוראפ
בנוגע דעם קעפל, כ'האף אז זיי גייען נישט יעצט ארויסנעמען דעם פרט פונעם ספר...
אקעי צוריק צום גאב"ד...